משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך פרוביר מיר פארצושטעלן וואספארא סומאטאכע עס וואלט געווען ווען מהר"א קומט אהיים פון פאלם ספרינגס צו א קראצמעך בוים ביי זיך אין דיינונג רום....
די ערשטע זאך וואלט ער גערופן וויטריאל צו אינוועסטיגעיטן אויב די זאלי'ס אדער בני יואל האבן זיך נישט איינגעבראכן ביי איהם. ווייל דאס אז די פוילישע גוי'טע האט עס געקויפט וואלט איהם נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן חלום.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
יוסי געשטעטנער איז ציטירט אנהויב פון די צוויי-חלקים אינוועסטיגעשאן.
ס'גרעסטע חידוש פאר מיר איז געווען אז די חסידים אין מאנסי פלעגן האבן אן אפמאך מיט די סקול דיסטריקט צו קוקן די אנדערע וועג בנוגע די אומעקזיסטירנדע עדיוקעשאן ביי חסידים.
פארשטייט זיך אז היטלער, קרעמעטאריומס, אושוויץ און טרעבלינקע ווערט ערווענט אלס א געצייג צו שטיל מאכן דעם צד שכנגד.
@גאנדי ס'איז נישט קיין אינטערווי, ס'איז א באריכט אויף די איסט ראמאפאו סקול דיסטריקט, נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד, סך הכל הערט מען (איינעם וואס זיי רופן) יוסי געשטעטנער (וואס קען נישט זיין 'אונזער' י.ג.) מאכן אן אידעאטישן דרייסיג סקונדעס סטעיטמענט, און פארליינען א פיר שורות בריוו פון הרב ווייסמאנדל, מצד שני הערט מען עטליכע מינוט פון א געוועזענע שילערען איבער א טאג סקעדזשועל פון א סטודענט, וואס איך וואלט געגעסט איז די מערסט עקסטרעמע פאל וואס זי האט געטראפן (אפי' איך נעם אן אז ס'איז הונדערט פראצענט פונקטליך) און אזויווי דעם שטיקל איז אנפאנג פונעם באריכט שטעלט עס די טאן פארן גאנצן באריכט, וואס די צוהערער דארפן פארשטיין דערפון אז דאס איז די נארמע, און א פארווייטיגטע מאמע שרייען אז מען באעוולט אירע קינדער דורכאויס די גאנצע באריכט -מיטן אויסנאם פון די ערשטע דריי פיר מינוט- לייגט דער נערעיטאר אראפ מיט אלע פארבן די געפערליכע מצב אינעם סקול דיסטריקט, און די 'דראמאטישע אויפנעמען' פון די נייע אטוירני פארן דיסטריקט, ער בארירט נישט די פאקט אז די געשלעג וואס האט זיך צעשפילט אנגעפאנגען פון 2007 איז די רעסעסיע פילייכט א גרויסע פאקטאר אין די שניטן, און מוניציפאליטעטן און סקול דיסטריקטס איבערן גאנצן לאנד האבן געדארפט מאכן די זעלבע שווערע באשלוסן אפגעזען פון די ארטאדאקסישע סקול באורד מיטגלידער, און די פאקט אז די דיסטריקט פובליק שולע פאפולאציע שרינקט בשעת די פריוואטע שולע פאפולאציע וואקסט אבער די בודזשעט וואקסט אינגרויסן,
איראניש איז, אז ער רעדט מיט אזא געפיל וועגן די סטודענטן בענד 'וואס שפילט אין דענזעל וואשינגטאנ'ס רימעיק פון די אמעריקאנער רעוואלוציע פילם', אבער די הילף פאר חרידישע קינדער וואס דארפן ספעשיעל עדוקעישן לייגט ער אראפ זייער אומסימפאטיש,
איך בין אנטוישט, זייענדיג גאנץ באקאנט מיט דעם ראדיא פראגראם, האב איך געמיינט אז This American Gife וועט מאכן א מער האנעסט צוויי זייטן באריכט
איך האף אז די צווייטע חלק וועט מער אדרעסירן די טענהס פון די עלטערן פון די פריוואטע סקולס,