לאמיר לערנען פאעזיע!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

לאמיר לערנען פאעזיע!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

לעקציע #1

'לאמיר', אויך מיר א ווארט.
עפעס אזא קוגל סלענג באשעפעניש, א צוזאמשטעלט פון לאז-מיר, גארנישט מער עלעקוואנט ווי העמיר און געמיר, וואס האט זיך באקוועם באזעצט אין אידישן לעקסיקאן, אזש ס'שוין דא דערפון א סעריע: לאמיר פארן; לאמיר צינדן ליכטעלעך; לאמיר הערן, וכו'. און יעצט: לאמיר לערנען פאעזיע!
הכלל,
די סוף וואך האט זיך צווישן א ים פון פאעזיעס, שמאעזיעס און סתם יונתן שווארץ שבע ברכות גראמען, ארויסגעשיילט דריי גאר שטארקע פאעטיקער, ממש פון העכסטן קאליבער, הלא המה: אונזער קרוין האהוב [tag]יאנקל[/tag]; אונזער נייער גאסט וגאון הפאעזיע [tag]הילל[/tag]; און דער דריטער, דער וועלט בארימטער פאעטיקער [tag]שלום בערגער[/tag].

והמקרא אומר דרשוני, וויפיל יאנקל האט קונצליך געוואלט ערקלערן וואס פאעזיע באדייט, טענה'ט שוין [tag]משה געציל[/tag] אז ער האט נאך מער פארנעפלט די זאך; ווי שטארק איך האב הנאה געהאט פון הילל'ס מעשה ידיו להתפאר, כאפ איך נישט וואו דער קניידל קומט דארט אריין; און שלום'ס פאעזיע דערוואג איך מיך אפילו נישט צו קלערן א הוה אמינא, אז איך האב יורד געווען לעומקה, מחמת קוצר המשיג ועומק המושג. און אפילן אויף מיין ארעמע פאעזיע האב איך אויך צוריקגעהערט פון [tag]הוגה[/tag], סארי, כ'פארשטיי נישט דערצו.

דעריבער וויל איך ווידמען די אשכול אויף צו לערנען איבער פאעזיע.
גיט א קוק אויף [tag]יואב[/tag], ווי ס'שיינט האט ער א יד ושם במקצוע זו. טא, זאל ער דא מיטטיילן פאר'ן ציבור זיינע ידיעות, און אז דער עולם וועט זיין מער אויסגעקאכט אין פאעזיע וועל איך נישט דארפן זאמלען מיינע לייקס אין אישי...
חחח, כ'מאך נאר א ווערטל, א כפרה די לייקס, (פינטל ביזט דא, מ'רעדט פון לייקס) ס'האט אן אנדערער משמעות די אלע אישי'ס וואס איך שיק ארום מיט א שנאר אינוויטאציע בריוול צו מיין אשכול, והאי לך לשון הגאון רבי יהודה העליר ז"ל בהקדמתו לספר קצות החושן מאחיו הגאון זצ"ל, וז"ל:
והרב מוהר"י מוסקאטו ז"ל כתב שאם היה אפשר לאדם עלותו השמימה לראות בצבאות מעלה סדרם וישרם, לא היה מתענג בהשגתו עד שובו הנה לספר לחבריו את המראה הגדול ההוא ולהם יתן אומר המבשר צבא רב הגופים היקרים ההם פלאי פלאות נעשו במלאכתם וכו' ע"כ.

נחזור לענינינו, ס'איז א טעמע וואס מ'דארף אויסשמועסן, און גלייכצייטיג זאל דא דינען אלס פלאטפארמע וואו פאעטיקער זאלן עלאבארירן די טיפע באדייטן וואס ליגט באהאלטן צווישן די שורות, א ביישפיל, ווי [tag][/tag]יואב'ס טיפע פאעזיע איבערן עתיד הוה און עבר, א.א.וו.

צו מקיים זיין דעם טול קורה וועל איך אנהייבן מיט א שטיקל ביאור איבער דעם געבוי פון מיין פאעזיע 'דער סבלן'.
אבער האמת אגיד, איך האב כמעט נישט קיין ידיעה אין דעם פעלד, קיינמאל געליינט איבער דער נושא, און קוים עטליכע זאכליכע פאעזיעס געליינט אין מיין לעבן. זאלן מיינע ווערטער דינען אלס אריינפיר צו די רייכע ערקלערונגען וואס וועלן נאכפאלגן מאריות שבחבורתינו, וזה החלי:
1. א פאעזיע דרייעט זיך געווענליך ארום אויף א ציר, א געוויסע געדאנק. מיין געדאנק איז געבויעט אויף א באקאנטע סלאגאן אז 'דער פאפיר איז א גרויסער סבלן', ווייל יעדער קען שרייבן דערויף וואס מ'וויל, און ער דארף שווייגן און ליידן.
2. דער אנהויב, אז א פאפיר קומט פונעם בוים, איז אין טייל אינספירירט געווארן דורך דער הערליכער קאמישער פאעזיע פון [tag]איחוד פעלד[/tag].
(דער אויספיר איז אין טייל אויך אינספירירט פון [tag]לעיקוואד[/tag]ס פאעזיע, אז דאס סקרין בעט זיך ער וויל בלייבן ליידיג, און מ'זאל אים נישט פארשמירן).
3. דער נאמען פון א פאעזיע שפיל אויך א ראלע. מתחילה האב איך עס געוואלט רופן 'פאשקעוויל', אבער ס'איז א ביליגע ווארט, האב איך עס פארטוישט אויף 'דער סבלן'. אויך גלייך איך דעם געדאנק פון רופן א אידישע פאעזיע מיט א לשון הקודש'דיגע נאמען, וואס גיט צו צו דער פאעטישקייט דערפון בבחינת אפעסיט עטרעקטס.
4. עס לויפט אין פעלער מיט א צוזאמשטעל פון פיר שלבים, דער בוים, דאס פאפיר, (פאפיר איז א לשון סתמי און מ'שרייבט 'דאס', איך האב נישט געהאט דעם ווערטער אוצר צו דער האנט ביים שרייבן די פאעזיע). דער שרייבן בויגן, און דער פאשקעוויל.
5. צו צייגן די חילוקים פון די פיר מצבים וואס דאס פאפיר גייט דורך, שפיל איך זיך ארום מיט קאלירן, אלס בוים איז ער - און אלעס ארום - קאלירפול, אלס פאפיר בלאס, און אלס פאשקעוויל אויב א קאליר איז עס שווארץ, און אויב רויט איז עס פון שאנדע.
6. ווי אויך האט עס א שטיל\רעדן טאקט, אלס בוים רעדט זיין גאנצער יקום, שעפשע, טשיפשנדע; אלס פאפיר שווייגט ער, און זיינע ליפן פארביסן; אלס שרייבן בויגן האפט ער צו זינגען; און אלס פאשקעוויל שרייט ער הויעך אבער די געפילן זענען אים שטיל און שטום.
7. א פאעזיע דארף זיין געשריבן דעליקאט, און מיט אסאך דעטאל. מיט'ן קאפ אויפגעריסטעט אינדערהייך, און ארויף אויף מיר יעדער קוקט, מיינט סיי אין פראקטיק, דער בוים איז דאך דער העכסטער אין פעלד, און סיי צוליב זיין שטאלץ און רימע.
8. איך האב נישט גענוצט אזויפיל רייכע ווערטער כדי ס'זאל זיין לעזבאר. עטליכע דעפעניציעס: טרוים מיינט א חלום; דער דיל, מיינט דער ערד, פלאר בלע"ז; טוליע מיינט אמממממ כ'ווייס נישט.... עפעס אזויווי א האפענונגס געפיל וואס מ'כאפט זיך אן דערויף; ווארע מיינט סחורה.
ענד דעטס עבאוט איט. עד כאן אומרים בשבת הגדול, און לאמיר האפן (לאמיר איז די theme דא, נישט פארגעסן) אז כ'האב בכלל גערעדט צו דער זאך, און ווי ערווענט, יאנקל, יואב, הילל, שלום, און אלע אנדערע, זייטס מוחל, ארויפשארצן די ארבל, געגאנגען.

לעקציע #2
[tag]פישל'ע הערינג[/tag] האט דערמאנט א טיפע נקודה, אז ווען סקומט צו פאעזיע איז גראמען נאר אן עדד אן פיטשער.
ווען מ'רעדט פון פאעזיע איז דער עיקר די נשמה וואס ליגט אין די ווערטער, ווי אן ארטיסט זאל ווען מאלן מיט שפראך. דער שפראך זאל זיין איידל און סאליד, רייך שילדערנד, געמאסטן און געוואויגן, באגלייט מיט א קאלירפולע און עלעקוואנטע ווערטער אויסוואל. און גראמען איז נאר א פלאס.

דא האט איר צוויי קורצע פאעזיעס וואס איך האב געשריבן אן קיין גראמען:
(געכאפט ביי די ליגנט, דער סבלן איז שוין גארנישט דער ערשטער).

וועגל אין פינטל,
א שטעגל אין שטרעכל,
ליניען פון שטאט און שטאט.

וויסט און וואלד אין קרייזן,
ימ'ען אין קרייצן,
קאנטינענטן אין דיאגראמען.

קאנאל און דאמבע,
פארבן און פארמען,
אקציעס און ארב.
גלאבאל, ציטירט אין צענטימעטער.
די וועלט מאפע!

והאדם עולם קטן...
אקטן - ציילן, ציטירן, און צילן.
און אקטן פון חכמה, צייגן חכמה!
חכם, מהו אומר!

סך הכל שטייט דא גארנישט ספעציעל, בלויז אראפגעמאלן מיט אסאך דעטאל א בילד פון א וועלט מאפע, און דער מוסר השכל קומט שוין פון זיך, געבויעט אויפ'ן באקאנטן ווארט אז חכם מהו אומר, וואס ער איז דאס זאגט ער, און עס דערקענט זיך די פנימיות פון א מענטש פון זיין רעדן און אויפפירונג.
פאר דער אויסוואל פון ווערטער האב איך נישט גענוצט קיין גראמען, נאר אזעלכע ווערטער-קרובים ווי וויסט און וואלד, קרייז און קרייץ, פארב פארעם, וכו' וואס האבן אן ענליכן קלאנג.

נאט אייך נאך איינס:

א גלעט אויפ'ן קאלמוטענעם,
צינגען פון ווארעמקייט,
א ריטעם פון פרייד,
אויפ'ן ציכטיגן האריזאנט.

א הילכענדע שטומעניש,
א ווידערקול פונעם זייגערטאקט,
א פעלזנדע וועזן, א פאזע פון ליכט.

אין צעגערנדע בויגן שטראל,
ער גריסט זיין געבורט.
די נאטן פון נאטור שפילן דעם מארגנשטערן-

דער עלות!

Dawn!

וואס שטייט דא? א שטיקל דערהער פון דעם מושג עלות, א צייט ווען ס'נאך טינקל אבער עס זאגט צו א פרישע אנהויב. און דא קענט איר אריינלייגן וועלכע מוסר השכל איר ווילט.
און ווייטער א פאעזיע אן גראמען.


לעקציע #3

אינעם שנהי' לראש אשכול געווידמעט אויף די באדייט פון קעפלעך, האט מען צו מיין וואונדער אריינגעלערנט תילי תילים של הלכות אין מיינע קעפלעך, אינגאנצן נישט וואו עס האט געדארפט צו באדייטן, אבער איך קלער אז מען האט נישט געגרייזט.
איך האב מיך דעמאלט אויסגעלערנט, אז ווען א מענטש ניצט אן עלעקוואנטע שפראך, קומט ארויס א זייטיגע ריוח דערפון, אז דער ליינער קען ארויסנעמען דערפון נאך מער ווי דער מכוון פונעם שרייבער. דאס איז אריינגעבויעט אינעם עצם נאטור פון פאעזיע, אפגעזען צי דאס איז געווען די כוונה פונעם אריגינעלן מחבר אדער נישט, ודוק בזה.

אלזא, דער פריפעטשיק (וואסער קעסל) פייפט שוין, דער האן קרייעט און די קיען צייט צו מעלקן. זאל דער ציבור מרחיב זיין דעם שמועס. און געדענקט, אויב לייקט איר נישט, וועט איר טרעפן דעם ארטיקל אין אייער פאסטקעסטל, ויפה שעה אחת קודם.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר