מזל טוב ווינטשען - וויפיל מאל?
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
מזל טוב ווינטשען - וויפיל מאל?
איך וויל ארויסברענגען אן איינפיר וואס שטערט מיך, איינער פון די היינטיגע נערישע און אומוויכטיגע מנהג און מאדעם ביי שמחות, דאס איז דער מנהג פון ווינטשען מזל טוב פאר די מחותנים ביי עטליכע פאזעס פון די שמחה, על לא דבר, און אויפן חשבון פון הנאה האבען און פארברענגען ביי די שמחה.
צו ווינטשען מזל טוב קאסט נישט קיין געלט, אבער אויב פארלאנגט זיך דערצו מקדיש צו זיין שעות און אוועקרויבן די מנוחה פונעם מענטש, איז גענונג צו ווינטשען מזל טוב איינמאהלף און ס'איבריגע מעג מען מבטל זיין (וויאזוי זאגט [tag]גד החוזה[/tag] מעג מען ווארפן אין 'גארבידזש).
מיר פרעזענטליך אלץ בחור האט מייר נישט גע'ארט צו זאגען דעם מאה מזל טוב'ס, אבער שפעטער ווען מיין שווער זז"ג האט דאס געמאכט אפציעל אלץ א 'מוז', איז דאס שוין ביי מיר געווארען א פרעשור, כ'האב שוין באקומען עטליכע דרשות בפון איהם בנידון דידן, איינמאהל איז געוועהן ווען א פעטער מיינער האט חתונה געמאכט האט ער אפגעשטעלט דאס גאנצע משפחה רינג ביים טאנצען אין געווארט איך זאל צוגיין צו איהם אפגעבען דאס ערוואטערטע מזל טוב, ס'געוועהן בושות פאר מיר.
אט איז א טיילווייזע ליסטע ווען אלץ מ'האט געמוזט ווינטשען מזל-טוב.
*ביים פירן דעם חתן אין בית המדרש פרייטאג צונאכטס פון שבת באווארפן
*ביים צוזאמענקומען זיך ביים אבי החתן אין שטוב ליל שב"ק נאך די סעודה, דריי מאל, איינס ביים אנקומען, צווייטנס געבן לחיים, דריטנס פארן אהיים גיין
*ביים אפנעמען דעם חתן שבת-אינדערפרי צו פירן פונדערהיים צום ביהמ"ד
*נאכן באווארפן
*ביים קידוש נאכן באווארפן
*ביים קבלת פנים
*נאך די חופה
* ביים אריין ברענגען די חתן צו שמחת חתן וכלה
* ביים טרינגען לחיים פאר די פעטערס אדער שווערס מצוה טאנץ
* נאך זיין מצוה טאנץ
* ביים זאגען א גוטע נאכט, און רומען ווי שיין די חתונה איז געוועהן
* במשך די וואך ביי יעדע שבע ברכות עקסטער
און דאן וחוזר וחלילה שבת שבע ברכות
* ביים שוהל פירן פרייטאג צונאכטס
* ביים שול פירן ביום השב"ק
* נביים שבע ברכות ביום השב"ק
* ביי שלש סעודות
* און נאך און נאך
טייל פון די וועלעכע זענען זיך נוהג צו ווינטשען יעדעס מאל עקסטער פאר מחותן, זענען גאר "מהדרים" און ווינטשען אויך יעדעס מאל באזונדער פאר אלע שושבינין, אלע מסובין וואס מ'באגעגענט דארט ארום און ארום. זייט ווען זענען מענטשען געווארען אזוי משפחה'דיג אויף יענעמס חשבון, אז עד כדי כך אז איינער באליידיקט זין גאר היתכן ער האט מיר נישט געקומען זאגען מזל טוב, הלאא ר' פלוני האב איך דען גארנישט אויפגעטוהן בכלל ביים זאגען מזל טוב די אנדערע הונדרעט מאל?
וואס וואלט געוועהן ווען מען מאכט בטל דאס צוזאמענקומען פרייטאג-צו-נאכטס ביים אבי החתן אין שטוב, און זיך מוציא זיין מיט די אנדערע צען צי פופצן מאל וואס מען וועט אי"ה וואונטשען מזל טוב במשך פון די ימי המשתה, אדער מיט דעם איינעם מאל וואס מ'האט שוין געווינטשן ביים פירן דעם חתן אין שוהל ליל שב"ק?

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מיר פרעזענטליך אלץ בחור האט מייר נישט גע'ארט צו זאגען דעם מאה מזל טוב'ס, אבער שפעטער ווען מיין שווער זז"ג האט דאס געמאכט אפציעל אלץ א 'מוז', איז דאס שוין ביי מיר געווארען א פרעשור, כ'האב שוין באקומען עטליכע דרשות בפון איהם בנידון דידן, איינמאהל איז געוועהן ווען א פעטער מיינער האט חתונה געמאכט האט ער אפגעשטעלט דאס גאנצע משפחה רינג ביים טאנצען אין געווארט איך זאל צוגיין צו איהם אפגעבען דאס ערוואטערטע מזל טוב, ס'געוועהן בושות פאר מיר.
דאס איז אן אמת'ע מעשה?
האדם לא נברא אלא להתענג
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
דולה ומשקה די ביסט פיינע נייעס, איך האף נאר אז די האסט שוין שלום געמאכט מיט דיין שווער זייט יענעם אומפארגעסליכן פאסירונג. הער אויס, איך מיין אז עס לוינט זיך נישט צו שפילן רוגזה איבער אזא מעשה, כאטש איך האלט אז ער האט געטוהן א שרעקליכע אומרעכט, און נאכדערצו ווי עס שיינט פון דיינע ווערטער, ביסטו א ביישן אויך צו אלע צרות, איז ער אוודא נישט גערעכט אבער דאך..!
אזוי ליינענדיג דיין תגובה, האב איך מיר דערמאנט און גאר א ענליכע פראבלעם וואס איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגער וואס מאכט דאס נעבעך מיט, א יעדע שני וחמישי למען השם.
עס איז א שיינעם ווינטעל אינדרויסן, איך שפאציר אזוי צו צום זאל ווי איך דארף אפגעבען א מזל טוב פאר'ן מחותן, איך קום אריין אין זאל, און איך זיך אויף דעם מחותן אויף וועם איך בין געקומען אפגעבן מיין הארציגען מזל טוב, פיין, ענדליך זעה איך איהם שוין דארט פונדעווייטענס אזוי פארדווייקעט און א דערהויבנע טאנץ, און איך שטעל זיך און די זייט און ווארט איך זאל קענען צו גיין זאגן מזל טוב, נו וואס זאל איך טוען ביז דערווייל? איך קען דאך נישט קיינעם , הייבט מען אן בייס'ן די נעגל פון די רעכטע האנט, אזוי קייט מען און מען קייט, ווען פלוצלינג זעה איך מיט מיין לינקע אויג א אומגעוויטשענע גאסט אריין שפאצירן אין זאל, אן אלטע חבר פון ישיבה, "אוי טאטע נאר איהם וויל איך יעצט נישט טרעפן, " און מען געט זיך א דריי אוועק אז יענער זאל נישט זעהן, און געלויבט דער פון אויבן בעליוו איט אר נאט, יענער האט מיך נישט באמערקט, ( אוי טאטע די ביסט אזוי גוט צו מיר! )
און ענדליך אה די דביקת ביים מחותן האט עטוואס נאכגעלאזט און איך שטעל שוין מיינע טריט געוואנדן צום מחותן, אבער אפפס, יעצט האט עפעס א ציווילדעוויטע ברודער א כאפ געטוען דעם מחותן און לעבעדיג, אוי אוי לעשות נחת רוח ..., פיין שטעל איך מיר ווייטער און די זייט און איך גיי צום נעגל פונ'ם לינקע האנט, ביז ביז ענדליך דער מחותן איז געווארן פריי, און איך הייב אן שנעל צו לויפן צו איהם, און ביים זיך דורך שטיפען די רינג האט איינער למען השם זיך געמוזט צופלאקערן, און דערביי אראפקוילרן מיין הוט, פיין יעצט בין איך שוין רויט געווארן אויך, און ענדליך זעה איך מיך שוין שטיין פארנט פונם מחותן, אבער איין מינוט ער ווינטשט יעצט פאר א צווייטען, אקעי איך האב צייט, און איך ווארט, ווי נאר איך זעה אז יענער ענדיגט שוין הייב איך אן אזוי אריינשטעקן מיין הענט, און איך האב שוין די ווערטער אנצוהייבן ווינטשען אבער,, איינער האט מיך אויס געכאפט, צו איך מיר אזוי צירוק די האנט, און איך ווארט ווען ער וועט פארטיג ווערן מיט זיינע מאה ברכות, און אזוי חזרט זיך איבער צענדליגע מאהל, ווען מיין האנט פארט אזוי אהין און צירוק ווי דער קליינער פינגערעל ביי דצ"ך עד"ש באח"ב , אז מקען משוגע ווערן, און ענדליך ענדליך האט מיך דער מחותן באמערקט און ער געט מיר די האנט אזוי קאלטער הייט און קוקט מיך אזוי אן ווי כאילו "אה ביסט מסתם דא פאר די אנדערע צד "!!
רבותי איך ווייס נישט אויב עס איז דא א עצה צו דעם אבער "לא זו הדרך " אדרבה אויב איינער האט א לעזונג זאל ער זיך אנרופן, א דאנק.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
איך בין א קליינע שמחות לויפער,מיר זעעט אויס א גרויסע חלק פון דאס שמחה געלויפאכץ ווי א ביזנעס, איך קום צודיר די מוזט קומען צומיר, ממילא גייען מענטשען צו האלב באקאנטע און פערטיל באקאנטע, אלץ צו האבען אן עולם ביי זייער אייגענע שמחה.
בא די אייגענע שמחה מוז מען האבען עולם כדי צו ווייזען פאר די שוואגערס און פאר די חברים און ביזנעס אסוסיעטס ווי פאפולער מאיז.
דאס איז אלעס א גרויסע חלק פון ד גרויליקייט וואס מענטשען וואס לעבן און אונזער סיסטעם מוזען נעבעך אדורכגיין.
בא מיר גיין צו א שמחה איז א נאטורליכע זאך, ווען איך האב א נאנטער וואס איך פריי זיך מיט מיט זיין שמחה און איך שפיר זיך א חלק פון זיין שמחה, דעמאלס גיי איך זיך מיטפרייען מיט דעם שמחה.
איי אפשר וועל איך טאקע נישט האבען קיין טרעפפיק בא מיין שמחה, נוא פארדעם מוז מען זיין אביסעל שטערקער ווי די סיסטעם (אפילו די שוואגערס וועלען טראכטען אז איך בין אויסגעשפילט ווייל איך האב נישט קיין טרעפפיק בא מיין שמחה, וועל איך מיך מוזען אליינס מעסטען נישט מיט מיין שוואגערס גלעזער)
מיין חבר זאגט מיר, יעדעס מאל ער מאכט א שמחה האט ער א צעטיל מיט מענטשען וואס ער ווייסט נישט פארוואס זיי זענען געקומען, מיט די צייט איז עם נפשט געווארען, אז דיע מענטשען האלטען פאר א שמחה און לויפען ארום און אינוועסטען פיזישע כוחות צו האבען אסאך מענטשען ביי זייער שמחה. סאיז נעבעך נישטא קיין ווערטער.

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
איך וואלט פארגעשלאגען א טריט ווייטער, אז ווען א מענטש מאכט א שמחה זאל מען נאר איינמאל גיין צו די שמחה און זאגן מזל טוב.
א ביישפיל, ווען איינער מאכט חתונה.
1. מען גייט צום באווארפען קידוש צו זאגן מזל טוב.
2. מען גייט צום חתונה צו זאגן מזל טוב.
3. מען גייט צום שבת שבע ברכות צו זאגן מזל טוב.
אויב פלאנט מען צו גיין צום חתונה צו זאגן מזל טוב זאל מען נישט דארפן גיין צום באווארפען.
(איך רעדט נישט פון גאר נאנטע משפחה, איך רעד פון חברים און אפילו ערשטע קאזינס)
א ביישפיל, ווען איינער געבוירט א אינגעלע.
1. מען גייט צום שלום זכר צו זאגן מזל טוב.
2. מען גייט צום וואך נאכט צו זאגן מזל טוב.
אויב איך בין געקומען צום שלום זכר צו אפגעבן מזל טוב, פארלאנג נישט אז איך זאל קומען נאכאמאל אפגעבן מזל טוב ביים וואך נאכט.
די האסט נאר געהאט "1" בעבי, איך וויל נאר קומען געבן איינמאל מזל טוב!

You must be the change you want to see in the world
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
דאס איז נישט אויסגעהאלטן. וואס טוה איך ווען איך האב עלף שלום זכר'ס אין איין שבת, דארף איך אויסנוצן אזויפיל מזל טוב'ס אויף איינמאל?
א בעסערע פלאן וואלט געווען צו מאכן א סכום מזל טוב'ס וויפיל מען מעג געבן אין איין וואך, און די וואס מאכן שמחות סוף וואך, נאכדעם וואס מען האט שוין אויסגענוצט די מזל טוב'ס ראטע, וועלן נישט קענען באקומען קיין מזל טוב'ס...
ערנסט גערעדט, וואס איז אזוי שווער צו זאגן מזל טוב? אזא גרינגע גמילת חסד, מען קען פרייליך מאכן א צווייטן בלויז מיטן זאגן צוויי ווערטער מיט א שמייכל, וואס לייגט מען דא צו?

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
איך האב נישט קיין פראבלעם צו זאגן דריי מזל טוב.
1. ווען איך קום אן צו די שמחה.
2. לחיים אינמיטן די שמחה.
3. צום סוף פאר איך גיי אוועק.
מיין פראבלעם איז צו גיין פרייטיג נאכט געבן מזל טוב ביים שלום זכר, נאכדעם אינמיטן וואך נאכאמאל גיין זאגן מזל טוב ביים וואך נאכט פאר די זעלבע איין בעבי.