WANTED FOR SEXUAL HARASSMENT

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

WANTED FOR SEXUAL HARASSMENT

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך וויל דא שרייבן וועגן א געפערליכע פאסירונג וואס א נאנטע חבר מיינע האט נעכטן געהאט. ס'איז א פחד אז אזא זאך קען פארקומען און איך בעט דער וואס קען העלפן זאל זיך מעלדן. כ'האב גראדע שוין אמאל געהערט פון אזא פאברעך אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס איך קען עס באשטעטיגן.
די מעשה איז אזוי. מיין חבר'ס ווייב האט אריינגעלייגט א 'השבת אבידה' עד אין איינע פון די היימישע אויסגאבס וואס ווערן וועכענטליך פארטיילט אין די חרד'ישע געגענטער. נעכטן נאכט באקומט זי א טעלעפאן קאל פון א פרוי וואס האט זיך אנגעגעבן אלס די אייגענטומער פון די פארלוירענע חפץ. יענער האט אנגעפרעגט ווי זי וואוינט און אנגעהויבן פארציען א שמועס. אזוי רעדענדיג האט מיין חבר'ס ווייב אנגעהויבן באקומען א הרגשה אז עפעס טויג נישט דא. די רופער האט אנגעהויבן אריין גיין אין א פריינדליכען שמועס און פראבירט צו רעדן מיט א ליבליכע שטימע. זי (מיין חבר'ס ווייב) איז אריינגעגאנגען אין א היסטעריע און אנגעהויבן כאפן אז די קול איז נישט ארגינעל, און אנגעהויבן חושד זיין אז אויף די אנדערע זייט ליניע שטייט גאר א מאנספערזאן. זיך ווארפענדיג פאר פחד האט זי אנגעהויבן שטאלפערן און אפאר סקונדעס שפעטער האט זיך די טעלעפאן אפגעהאקט.
מיין חבר איז אהיים געקומען און געוואלט נאכגיין די נאמבער אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס האט יענער גערופען פון א פרייוועט נאמבער.
מיין חבר פארציילט מיר אז זיין פרוי איז טראמעטייזט און האט קוים געשלאפן די נאכט. די עיקר האט זי מורא ווייל זי האט ארויסגעגבן איר אדרעסס. ס'איז א שוידער אז אזא זאך קען פאסירן און אז אזעלכע באנדיטן דרייען זיך בקרב מחנינו.
די שאלה איז צי ס'איז בכלל מעגליך עפעס צו טוען דערוועגן.
איך ווענד מיך צו ווער אימער עס האט געהאט אן ענדליכע אינצידענט, אדער ווייסט וואס מען דארף טוען און קען העלפן, זאל זיך ביטע אנרופן אדער מיר קאנטעקטן אין אישי.
מ'קען מיר אויך קאנטעקטן אויף גוגל טולק optimizationforever@gmail. Com
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר