וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אזוי ווי איש עברי האט געשריבן ועוד.
צו גיין אויסחשבונען פארוואס פונקטליך גאט שיקט דיר יעצט א שווערע צייט, און צו איז עס טאקע ער וואס שיקט דיר עס, איז דאך נישט מעגליך, ביסטאך נישט אין הימל יעצט. און דאס איז קלאר אז קיין מענטש איז קיינמאל נישט ריין פון עבירות, דאס זעלבע ווי קיינער איז נישט ריין פון מצות. סך הכול וואס דו קענסט איז קוקן אויפ'ן מציאות, אויב איז עס עפעס וואס איז מחמת א שלעכטע טשויס וואס דו האסט געמאכט און ס'ליגט בידך צו פאררעכטן, דאן קענסטו טוהן וויפיהל ס'איז בידך צו פאררעכטן און דאס איבריגע איז דאך שוין ווייטער אינעם באשעפער'ס האנט און זיך עסן דערויף וועט נאר פירן צו א גלגל החוזר פון צער און עגמת נפש אויף זאכן וואס זענען מילא נישט אין דיינע הענט. ווידעראום אויב איז עס מתחילה אהן נישט צוליב דיינע טאהטן, און ס'איז נישט אין דיין כח צו טוישן, איז כאטש ווער נישט געפאלן ביי דיר, און פארשטיי אז די וועלט איז פאר קיינעם נישט א יושר'דיגן פלאץ.
ענדישער קאנצערטריר דיך אויף די גוטע חלקים וואס דו האסט מער פון אנדערע. לכל היותר נעם פון דעם א לימוד נישט גורם צו זיין מיט דיינע מעשים אז אנדערע זאלן דאס דארפן דורכגיין און אז ווען דו זעסט אנדערע מאכן מיט אזאנס זאלסטו זיי נישט תיכף דן זיין אז זיכער ווערן זיי באשטראפט אצינד, אדער פארקערט, זיי זענען אזעלכע צדיקים אז יעדע חוט השערה וועט ביי זיי - באזונדער ארויסגעשלעפט ווערן.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
הוגה האט געשריבן:עס איז גאנץ קלאר וואס גאט וויל פון דיר. גאט וויל אז ס'זאל דיר גיין שווער וזהו. די וועלט זאגט אז God has a sick sense of humor. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער פארוואס מיינסטו אז ער שוקט דיר מעסידזשעס אז דו דארפסט דיך פארבעסערן? מיינסט אז ווען ער וויל דיר ווען שוקן א מעסעדזש האט ער נישט בעסערע וועגן עס צו שוקן? למשל אין פאסט, אדער דורכן דיר געבן א מיליאן דאלער. בקיצור, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט זעהן אין דיין מצב מער ווי א שווערע דורכגאנג (רוף עס נסיון) און נישט מער.
איך ווינטש דיר אז זאכן זאלן גיין צום גוטן ווי אמשנעלסטן.
.
איך האב זייער נישט ליב צו קריטיקירן. אבער אפשר וואלט איר פאראכטן אייער ענגלישער סטעיסמענט ווייל סאיז כפירה און ליצנות אויף א שרעקליכער פארנעם. והוא רחום יכפר עון
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הוגה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:הוגה, איך בין דאך גאט אליין לויט'ן בעל שם טוב, ממילא ווייס איך גאנץ גוט אז דו רעדסט נארישקייטן.
לאמיר נישט פארפירן די שמועס אין העמק דבר אריין ווייל האטעל האט דא אן ערענסטע נושא אויפן טיש. אבער למען השלמת הענין, ווי קאמיש איז צו זעהן ווי גאט זאגט פאר גאט אז ער רעדט נערישקייטן.
לאמיר אויך נישט פארפארן, אבער עס איז גארנישט קאמיש. האסט זיך נאך קיינמאל נישט אליין אנגעשריגן אין מוח "הוגה! וואס רעדסטו אזעלכע נארישקייטן!"
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זעט אויס האסט לעצטענס תשובה געטוהן, און דער באשעפער וויל דיר נישט פורע זיין דיין שכר בעולם הזה, נאר אזויווי פאר צדיקים, עס אוועקלייגן לעתיד לבוא. וואס דו קענסט יא טוהן איז גיין לאנגע הכנות, ווייל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער די הכנה צום מצוה געט מען יא שכר...
(באלד וועסטו מיר זאגן אז לאנגע הכנות איז טאקע איינער פון דיינע פראבלעמען, ביסט קאנסטעפעיטעד, שוין, כ'צוה צוריק)
(באלד וועסטו מיר זאגן אז לאנגע הכנות איז טאקע איינער פון דיינע פראבלעמען, ביסט קאנסטעפעיטעד, שוין, כ'צוה צוריק)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
shem-tov האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עס איז גאנץ קלאר וואס גאט וויל פון דיר. גאט וויל אז ס'זאל דיר גיין שווער וזהו. די וועלט זאגט אז God has a sick sense of humor. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער פארוואס מיינסטו אז ער שוקט דיר מעסידזשעס אז דו דארפסט דיך פארבעסערן? מיינסט אז ווען ער וויל דיר ווען שוקן א מעסעדזש האט ער נישט בעסערע וועגן עס צו שוקן? למשל אין פאסט, אדער דורכן דיר געבן א מיליאן דאלער. בקיצור, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט זעהן אין דיין מצב מער ווי א שווערע דורכגאנג (רוף עס נסיון) און נישט מער.
איך ווינטש דיר אז זאכן זאלן גיין צום גוטן ווי אמשנעלסטן.
.
איך האב זייער נישט ליב צו קריטיקירן. אבער אפשר וואלט איר פאראכטן אייער ענגלישער סטעיסמענט ווייל סאיז כפירה און ליצנות אויף א שרעקליכער פארנעם. והוא רחום יכפר עון
קען מען זאגן אז ס'איז מרומז ווייטער אין פסוק.
א מענטש האט חתונה געהאט מיט א גויטע און געהאט אפאר קינדער פון איר, דערנאך טוט ער תשובה. וואלט איך געוואלט מיינען אז דער סימן דאס גאט האט אים מוחל געווען איז נאר נאכדעם וואס זיינע קינדער פון די גויע שטארבן אפ.. דערפאר זאגט מיר דער פסוק ניין!
והוא רחום יכפר עון, אבער ולא ישחית!
מ'ברויך נישט אויסמעקן, כדי אים מכפר צו זיין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:זעט אויס האסט לעצטענס תשובה געטוהן, און דער באשעפער וויל דיר נישט פורע זיין דיין שכר בעולם הזה, נאר אזויווי פאר צדיקים, עס אוועקלייגן לעתיד לבוא. וואס דו קענסט יא טוהן איז גיין לאנגע הכנות, ווייל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער די הכנה צום מצוה געט מען יא שכר...
(באלד וועסטו מיר זאגן אז לאנגע הכנות איז טאקע איינער פון דיינע פראבלעמען, ביסט קאנסטעפעיטעד, שוין, כ'צוה צוריק)
הכנות אויכעט? אינטרעסאנט, מיין חתן טיטשער האט נאר גערעדט פון קטנים פארדעם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:זיכער נישט. דער צדיק ורע לו איז דע שווערסטע אבסטעקיל פאר אונזער אמונה
.
אבער מ'מוז זיך מחזק זיין. דו זעהסט דאך אז די גמרא רעדט פון דעים. אמונה און ביטחון אין באשעפער איז נישט א זאך וואס מ'דארף זיך צווינגען צו האבן. מ'מוז עס שפירן. מ'מוז לעבן מיט דעים. אבער דאס מיינט נישט אז דער מענטש דארף נישט טון אלעס וואס ער קען זיך ארויסצודרייען פון דעם שווערן מצב אין וועלכן ער געפונט זיך. א קפיטל תהילים אדער צוויי העלפט אייביג צו פארלייכטערן דעם וועג וויאזוי מ'נעמט אויף דעם מצב.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הוגה האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן.
איך יא! just being honest.
ס'איז נישט דא אזא מענטש. . אלעס איז רעלאטיוו. איינער וועלכער ארבעט אין פאנדרעיזינג דעפארטמענט (פאר זיך אדער א צווייטן). אויב דער עושר, מולטי-מיליאנער האט היינט נישט געשמייכלט צו איהם, האלט ער אז ער האט געהאט א שווערן טאג. און א בית הכסא פיצער (ראטא-רוטער) וועלכער האט געהאט 6 דזשאבס, האלט אז ער האט געהאט זייער א גוטן טאג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:איך האב א צווייטע שאלה. פארוואס גייט מיר דאס לעבן אזוי גוט?
כ'בין נישט דער גרויסער צדיק אז כ'זאל ס'קענען תולה זיין אין דעם, און כ'בין אויך נישט אזא רשע אז מ'זאל זאגן רשע וטוב לו.
די לעבן גייט ב"ה בעסער ווי געפלאנט, פארוואס טאקע?
נו, דו הייסט דאך אפטעמיסט (לכה"פ אין קאווע שטיבל. ביי דיין ווייב הייסטו הער נאר, קוק נאר.). ס'דא א באקאנטע חסידישע מעשה ( להוציא מליבן של הליטוואקעס. הן ההיימישע והן הבודאפעסטער און אפשר לעיקוואוד אויכעט) אז א איד איז געקומען צו דעם מעזריטשער מגיד אז ער וויל פארשטיין פשט אין די גמרא אין מס' ברכות. "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" פרעגט ער דעם רעבין וויאזוי קען דאס זיין? האט איהם דער מגיד געשיקט ער זאל גיין אויפזוכן דעם רעבי ר' זושא (נאך איידער ר'איז נתגלה געווארן). הקיצור. קומענדיג אין שטאט פרעיגט ער זיך נאך אויף א ר' זושא. קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן ווער דאס איז. ביז איינער האטציך דערמאנט אז ער זוכט זושא דעם שמש. אריינקומענדיג אין זיין חרוב'ע, האלב איינגעפאלענע הייזקע זאגט דער איד. "מיין רבי דער מגיד האט מיך געשיקט צו אייך איהר זאלט מיר זאגן פשט אין די גמרא". האטצעיך ר' זושא אנגערופן . "איך ווייס נישט פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר" פאר מיר גייט אלעס ב"ה זייער גוט. ...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאיר האט געשריבן:אוי געוואלד, גאט האט זיך געעפנט א ניק אויף קאווע שטיבל!
טאקע?
viewtopic.php?p=17156#p17156
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן
.
אמאל געהערט ווי א בעל דרשן ברענגט זייער שיין ארויס די נקידה: "אז איינער סעטעלט מיטן איבירשטען איז ער א כופר" דהיינו ווען מען בעט א טובה פון א בשר ודם טראכט מען, איך וויל נישט איבערציען דעם שטריק איך גיי נישט בעטן א וועלט נאר איין זאך וואס פעלט מיר וויכטיג אויס...
משא"כ דער רבוש"ע איז א כל יכול און ווען די דאווענסט בעט איהם אלעס געב נישט נאך גארנישט נאך מחוט ועד שרוך נעל וואס ער פעלט דיר פאר באקוועמליכקייט... גארנישט איז איהם נישט צו שווער...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
There are nicer apples and then there are les nice apples. Do you think that God has a message to the Apple that hecreated more ugly then his friends? Of course there is a reason for everything but not always its a direct message to the Apple. There might be a thousand other reasons to it. In your case maybe he just wanted the people around you to appreciate what they have.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך מיין אז האטעל האט זיך פארגעלייגט הויכע עקספעקטעשאנס און דאס האט גורם געווען אז ער האט געהאט א דורכפאל.
למשל איך עקספעקט צו לעבן עטליסט 250 יאר מאכן 10 מיליאן א יאר למעשה האב איך געלעבט נאר 99 יאר און געמאכט 10 טויזענט א חודש . וועט מען שרייבן אויף מיר אין צייטונג נקטף בחצי ימיו נעבעך נעבעך , פרנסה איז אלס געווען דראסטיש ווייניגער ווי זיין מינימאלע באדערפעניש, און ס׳וואלט געווען אמת.

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
אין דער אשכול האט די עולם געענטפערט מער ריטואליסטיש. כ'האב דיר אבער געוואלט זאגן אז איך פארשטיי גוט וויאזוי דו פילסט. איך בין שוין אליין דארט געווען עטליכע מאל, מען פילט ווי גארנישט גייט גוט. וואס מען רירט אן גייט פארקערט ווי מען וויל. Whatever can go wrong goes wrong. עס פילט ווי כאילו א האנט פון אויבן דרייט אלעס איבער. מען דאווענט בעט שטארק, אבער עס איז ווי מען רעדט צו א וואנט. מען פרובירט צו טון דאס און יענץ אבער עס ווערט נישט בעסער. מען נעמט זיך פאר פארבעסערונגען אבער אין קול ואין עונה. דאס ייאוש און איינזאמקייט שמייסט אין פנים. איך האב בעצם נישט וואס דיר צו זאגן אויסער אז דו זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט אליין אין דעם פעקל. אסאך גייען דאס אדורך און פילן אקוראט די זעלבע ווי דיר.
ווען איך בין אין אזא מצב פרוביר איך צו רעדן צו זיך אליינס און איך זאג מיר דאס פאלגענדע. דאס איז נאר א דורכגאנג, אפשר אפילו א לאנגע דורכגאנג. נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט און ווי שלעכט די מצב זאל נאר ווערן קען עס נאר טוישן די מצב אבער עס קען מיך נישט טוישן. איך בין א געשמאקע געלונגענע מענטש, א געטרייע מאן און טאטע, און א געריבענע טראסבארע ביזנעסמאן. דאס טוישט זיך נישט צוליב מיין יעצטיגע צושטאנד. מען ווערט נישט אויס גוטע ביזנעסמאן צוליב די שוואכע איינקונפט. איך בין גוט און מענטשן ווילן טון ביזנעס מיט מיר. איך דארף ווייטער פירן מיין ביזנעס אן קיין חשבונות וואס איך וועל באקומען דערפון. אויב קען איך ווייטער אנגיין וועט די געלט שוין אנקומען.
בנוגע גאט'ס חשבונות, קענען מיר דען וויסן וואס גאט טוט און וואס גאט וויל? קענען מיר בכלל ערקלערן וואס/ווער גאט איז? אויב גאט וואלט געוואלט אז מיר זאלן וויסן זיינע חשבונות וואלט ער עס אונז געזאגט און געלאזט וויסן. למעשה ערקלערט זיך גאט נישט פאר אונז ווייל דאס איז נישט אונזער ביזנעס. אונזער ביזנעס איז צו טון די דרך הטבע'דיגע פעולות כאילו יענץ איז וואס וועט אונז געבן פרנסה. רעדן צו גאט איז א געוואלדיגע זאך ווען מען האט די כוחות דערפאר, אבער ערווארט נישט קיין אנטווארט. מעגסט אפילו אנשרייען און פארהאלטן גאט, זיך אויס'טענה'ן פאר גאט, עס מאכט אמאל פילן בעסער, אבער זהו. נאכן שמועס איז צוריק צו רעגולער ביזנעס.
נאך אן עצה אויף נישט אראפ גיין פון זינען. אין די צייטן וואס דו קענסט גארנישט טון וועגן עפעס זאלסטו גענצליך מסיח דעת זיין דערפון. למשל, אויב איז פרנסה די פראבלעם זאלסטו נישט טראכטן דערפון ביינאכט אדער שבת ווען דו קענסט סייווי גארנישט טון. ווען די דאגות קומען ארויף אין קאפ אין אזעלכע צייטן זאלסטו שנעל בייטן די מחשבה און טראכטן פון גוטע צייטן, ווי דיין חתונה, א געשמאקע וועקאציע, אדער וואס דו גייסט טון מיט די געלט ווען זאכן וועלן צוריק ווערן גוט וכו'. און די זעלבע איז מיט יעדע סארט פראבלעם, ווען מען קען גארנישט טון זיי מסיח דעת דערפון, ווייל אז נישט קען מען אראפ גיין פון זינען.
און איך וויל דיר נאכאמאל זאגן אז אסאך מענטשן זענען יעצט אין דיינע שיך און טראכטן די זעלבע ווי דיר. זאלסטו שנעל אויפגעראכטן ווערן אין אלע הינזיכטן. דערווייל טרונק א לחיים אדער כאפ א ציגארעטל.
נ. ב. דאס איז מיין פערזענליכע צוגאנג, איך בין זיכער אז אנדערע וועלן האלטן אז כ'בין נישט גערעכט. Each to its own.
.[/justify]
hotel האט געשריבן:לעצטענס שפיר איך אז דער אויבערשטער איז נישט צופרידן מיט מיר זאכן האבן זיך מיר גענומען גיין מיטן פיטום אראפ אנגעהויבן ביי פרנסה און געענדיגט ביי כל מיני צופאלן וואס איך שפיר אוואו איינער פון אויבן זאל מיר פרובירן צו מרמז זיין אויףעפעס נישט גוט און מיין התנהגות יעצט איך זאג נישט אז איך בין דער גרויסער צ אבער פארט קען איך נישט טרעפן עפעס א מוראדיגער מאוו לרעה וואס איך זאל האבן געמאכט לעטלי {חוץ מיין ארויפגיין אויף קאווע} יעצט איז מיין שאלה איז דא עפעס א וועג עפי דרך הטבע.סגולה,קבלה ,צו געוואר ווערן ? אן להוי ידוע איך האב נישט קיין שום שייכות מיט עני גראבונגען\גיוס אדער סיי וואס פון די לעצטיגע פירצות
אין דער אשכול האט די עולם געענטפערט מער ריטואליסטיש. כ'האב דיר אבער געוואלט זאגן אז איך פארשטיי גוט וויאזוי דו פילסט. איך בין שוין אליין דארט געווען עטליכע מאל, מען פילט ווי גארנישט גייט גוט. וואס מען רירט אן גייט פארקערט ווי מען וויל. Whatever can go wrong goes wrong. עס פילט ווי כאילו א האנט פון אויבן דרייט אלעס איבער. מען דאווענט בעט שטארק, אבער עס איז ווי מען רעדט צו א וואנט. מען פרובירט צו טון דאס און יענץ אבער עס ווערט נישט בעסער. מען נעמט זיך פאר פארבעסערונגען אבער אין קול ואין עונה. דאס ייאוש און איינזאמקייט שמייסט אין פנים. איך האב בעצם נישט וואס דיר צו זאגן אויסער אז דו זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט אליין אין דעם פעקל. אסאך גייען דאס אדורך און פילן אקוראט די זעלבע ווי דיר.
ווען איך בין אין אזא מצב פרוביר איך צו רעדן צו זיך אליינס און איך זאג מיר דאס פאלגענדע. דאס איז נאר א דורכגאנג, אפשר אפילו א לאנגע דורכגאנג. נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט און ווי שלעכט די מצב זאל נאר ווערן קען עס נאר טוישן די מצב אבער עס קען מיך נישט טוישן. איך בין א געשמאקע געלונגענע מענטש, א געטרייע מאן און טאטע, און א געריבענע טראסבארע ביזנעסמאן. דאס טוישט זיך נישט צוליב מיין יעצטיגע צושטאנד. מען ווערט נישט אויס גוטע ביזנעסמאן צוליב די שוואכע איינקונפט. איך בין גוט און מענטשן ווילן טון ביזנעס מיט מיר. איך דארף ווייטער פירן מיין ביזנעס אן קיין חשבונות וואס איך וועל באקומען דערפון. אויב קען איך ווייטער אנגיין וועט די געלט שוין אנקומען.
בנוגע גאט'ס חשבונות, קענען מיר דען וויסן וואס גאט טוט און וואס גאט וויל? קענען מיר בכלל ערקלערן וואס/ווער גאט איז? אויב גאט וואלט געוואלט אז מיר זאלן וויסן זיינע חשבונות וואלט ער עס אונז געזאגט און געלאזט וויסן. למעשה ערקלערט זיך גאט נישט פאר אונז ווייל דאס איז נישט אונזער ביזנעס. אונזער ביזנעס איז צו טון די דרך הטבע'דיגע פעולות כאילו יענץ איז וואס וועט אונז געבן פרנסה. רעדן צו גאט איז א געוואלדיגע זאך ווען מען האט די כוחות דערפאר, אבער ערווארט נישט קיין אנטווארט. מעגסט אפילו אנשרייען און פארהאלטן גאט, זיך אויס'טענה'ן פאר גאט, עס מאכט אמאל פילן בעסער, אבער זהו. נאכן שמועס איז צוריק צו רעגולער ביזנעס.
נאך אן עצה אויף נישט אראפ גיין פון זינען. אין די צייטן וואס דו קענסט גארנישט טון וועגן עפעס זאלסטו גענצליך מסיח דעת זיין דערפון. למשל, אויב איז פרנסה די פראבלעם זאלסטו נישט טראכטן דערפון ביינאכט אדער שבת ווען דו קענסט סייווי גארנישט טון. ווען די דאגות קומען ארויף אין קאפ אין אזעלכע צייטן זאלסטו שנעל בייטן די מחשבה און טראכטן פון גוטע צייטן, ווי דיין חתונה, א געשמאקע וועקאציע, אדער וואס דו גייסט טון מיט די געלט ווען זאכן וועלן צוריק ווערן גוט וכו'. און די זעלבע איז מיט יעדע סארט פראבלעם, ווען מען קען גארנישט טון זיי מסיח דעת דערפון, ווייל אז נישט קען מען אראפ גיין פון זינען.
און איך וויל דיר נאכאמאל זאגן אז אסאך מענטשן זענען יעצט אין דיינע שיך און טראכטן די זעלבע ווי דיר. זאלסטו שנעל אויפגעראכטן ווערן אין אלע הינזיכטן. דערווייל טרונק א לחיים אדער כאפ א ציגארעטל.
נ. ב. דאס איז מיין פערזענליכע צוגאנג, איך בין זיכער אז אנדערע וועלן האלטן אז כ'בין נישט גערעכט. Each to its own.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
אין אזא מצב ווי הוגה איז, איז זייער פאסיג צו טון וואס יונה הנביא האט געטון, מען בעט גאט "וַיִּשְׁאַ֤ל אֶת־נַפְשֹׁו֙ לָמ֔וּת וַיֹּ֕אמֶר טֹ֥וב מֹותִ֖י מֵחַיָּֽי".
איינמאל מען איז אין אזא פרעים אף מיינד הערן אויף די קליינע זאכן צו באדערן.
בדוק ומנוסה.
(נישט געמאכט פאר יעדן, dont try this at home)
איינמאל מען איז אין אזא פרעים אף מיינד הערן אויף די קליינע זאכן צו באדערן.
בדוק ומנוסה.
(נישט געמאכט פאר יעדן, dont try this at home)
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
יאיר האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן
בקיצור, צרות ווייזן אויף גארנישט. נישט ביי א יחיד און נישט ביי א רבים.
[tag]יאיר[/tag]
וואס טוסטו מיט די גמרא "אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש" וכו'.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.