כתבתי תגובה בבקר אבער די ירידת הדורות פון מיין בראוזער האט עס פארמעקט, מאך איך דא חזרת השיעור..
קודם כל, הרב איש עברי, איך האב דווקא נישט געמיינט וואס איר האט געשריבען לגבי מאראל, דאס מיינט אבער נישט דאס איז נישט קיין ריכטיגע סברא. נאר כאמור נלאיתי אביסעל אריינגיין אין די גאנצע נושא פון מאראל, בקיצור סתם צו ענטפערן וואס איר האט געשריבען, עס איז נישט געווארען קלארער און קלארער דער מאראל, נאר דווקא ווייניגער קלאר, וואס דאס איז דער יסוד פון דער היינטיגער ליבעראלער מאראל. אבער דער נושא פון היסטאריע פון מאראל איז פארצווייגט און אכמ"ל. אין עצכח איז דא א שיינער אשכול פון מיכאל אברהם וועגן דעם
האם ישנה מגמת התקדמות מוסרית בעולם ומה משמעותה עיי"ש.
איך האב הנאה געהאט פון אייער הגדרה "כננס על גבי הרבה ננסים". אין אנדערע ווערטער, דער ענק אין דער משל איז דער צירוף פון די ערגרייכונג פון אלע אנדערע דורות, נישט איין געוויסער דור אדער מענטש. דאכציך דאס איז (קרוב צו) דער אריגענעלער כוונה.
----
איך וויל קלאר מאכען נאך א נקודה/חידוש. מען רעדט דא אויב איז דא, במציאות אדער בהשקפה, "ירידת הדורות", און מען ברענגט ראיות לכאן ולכאן פון פארשידענע לשונות און ביטויים. אסאך מאל אבער אז מען פארשטייט די אריגענעלער קאנטעקסט און כוונה פון די לשונות, זעהט מען אז עס מיינט בכלל נישט די יסוד פון ירידת הדורות. איין זאך האב איך פריער מסביר געווען און דאס איז נאסטאלגיע. איך וועל צולייגען נאך א זאך.
רוב פון די לשונות וואס מען רעדט דא וועגן וואסארא דור שפל עס איז היינט, וכדומה, קומען פון מוסר דרשות און תוכחה וואס מנהיגים, מוכיחים, אדער דרשנים, זאגען. ברויך מען ארויסהאבען וויאזוי די סארט מציאות פון תוכחה ארבעט. אין יעדער מצב אין יעדער ציבור אין יעדער דור איז פארהאן אסאך וואס מענטשען האבען צו מתקן זיין צו זיין בעסער ריכטיגער און ערליכער. און דער תפקיד און פלאץ פון דער מוכיח איז דאס צו זאגען. מען דארף פארשטיין אז צו זיין אין אז מצב פון זאגען מוסר איז גאר שווער און קאמפליצירט, וויאזוי שטעלט זיך איינער אויף און זאגט פאר מענטשען, פאר א ציבור, איר זענט נישט גוט איר דארפט זיין אנדערש.
די צוויי עיקר טשעלענדזשעס זענען אז מען דארף א שטארקער מקור אז דער מוכיח איז גערעכט, ווי למשל אז דאס שטייט אין די תורה וכדומה, און צווייטענס דארף מען אן אופן ווי מענטשען זאלן קענען הערען אז זיי זענען נישט גוט. עס איז דא אסאך נאטורליכע הגנות וואס מענטשען שיצען זיך פסיכאלאגיש פון אזא זאך. איינע פון די אפט גענוצטע מעטאדען איז נוצען די שפראך פון דור שפל, להחזיר עטרה ליושנה, וכו'. דער וועג ענפערט די צוויי זאכען, סיי עס איז אסאך גרינגער פאר מענטשען צו הערען. סיי נוצט מען זייער נאטורליכע נאסטאלגיע וועגן דער עבר און זייערע עלטערן, און סיי שרייט עס נישט דירעקט איר זענט נישט בסדר, נאר מער פון די זייט ווי דער דור פאלט מען מוז עפעס טוהן וכו'.
נאך מער איז אין א רעליגיעזער/קאנסערוועטיווער געזעהלשאפט, ווי איינער פון די ערשטער טענות אויף יעדער וואס קומט מתקן זיין /בעסער מאכען איז "דו ווילסט זיין בעסער פון אונזערע זיידעס?" דו מחוצף וכו', אסאך מאל איז אפילו אמת אז די זיידעס זענען גאר געוון ערגער. אבער אויב וויל מען מתקן זיין מוז מען זאגען אז אמאל איז געווען בעסער, און דא איז מען נאר מחזיר עטרה ליושנה. אז ידידי הרב [tag]הוגה[/tag] וויל שרייבען א מוסר דרשה איבער זאכען וואס שטערען עם, נוצט ער ירידת התורה אלץ א שפרונג ברעט ארויסברענגען זיין פוינט. אזוי איז עס סיי זיך תולה אין שטארקע מקורות און סיי רופט נישט ארויס קיין קריטיק פארן זיין א מחדש אדער מחוצף.
ווען ירמיה הנביא האט געשריגען אויף די אידען זיי זאלן קוקן אויף די אבות, אויף דור המדבר, און זיך פארבעסערען, האט ער געוואוסט אז ווען ער וועלט געווען אין דור המדבר וואלט ער אויך געהאט מוסר זיי צו זאגען, והא ראיה, משה רבינו אין יענער דור איז אויך נישט צופרידען געווען. דאס איז א כלל אין טבע כמעט, אז אלעמאל איז דא וואס מוסר צו זאגען. אבער ווען מען זאגט מוסר זאגט מען אזוי. די זעלבע ווען חז"ל זאגען חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי. מיינט עס נישט זיי האלטען דווקא די אבות גערעכט אין אלעס, אין חז"ל טרעפט מען פיל ביקורת אויף מעשי האבות, אבער דאס איז גאר א שטארקע טעכניק און דעווייס צו מאכען א מענטש וועלען בעסער ווערן, פיל בעסער פון סתם שרייען דו ביסט נישט גוט דו דארפסט זיין אנדערש.