אין אן אנדערע אשכול האט מען ארומגערעדט צו עס איז גוט טאמער מע חאפט די רוצח פון שטארק.
בין הדברים האט איינער אויך דערמאנט אז בעסער אז מע חאפט נישט, ווייל סע וועט זיין א חילול השם טאמער מען וועט אויסגעפונען אז יד ישראל באמצע.
איך טראכט אז עס קען אויך הייסן מסירה.
די פאקט איז אז מע וויל אז מע זאל חאפן יענער, ווייל ער האט געהארגעט א איד.
לאמיר זיך פארשטעלן די מעשה גייט פארקערט, דהיינו,
מיטשל ראדריגעז האט געוואקט אויף די גאס, און ער האט דורכגעוואקט א איד. דער איד איז געווען נאר פרייליך, און מיטשל האט ארויסגעשטעקט זיין צונג צו עם.
דער איד האט זיך אויפגערעגט, אבער היות סע געווען פאליס אויף די גאס, האט ער גארנישט געקענט טון. איז ער נאכגעגאנגען מיטשל, און אויף א שטילע גאס האט ער עם דערווארגן און געהארגעט.
אין מיטשל'ס קאמיוניטי איז געווארן א טומל און אויפברויז. ער איז געהארגעט געווארן דורך א איד. מען ווייסט דאס ווייל אויף די קעמרע פון א בנין, זעט מען עס.
זיי ווילן אויסגעפונען ווער דאס איז געווען.
וואלט מען דא אויך געזאגט אז מע זאל עם חאפן, אדער היות די רוצח איז א איד, וואלט מען פארדעקט די שפורן?
וויל מען שטארק'ס רוצח בלויז ווייל שטארק איז א איד?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 166
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
וויל מען שטארק'ס רוצח בלויז ווייל שטארק איז א איד?
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
איך מיין אז די חשש פון מסירה איז נישט קיין פראבלעים ווייל עס איז נישט דא קיין איין קראנטע מהלך פון טראכטן אז עס איז יד ישראל באמצע און פאקערט חושד בכשרים לוקה בגופו..
איך וויל מען זאל כאפן די מערדער פאר איין סיבה, צו בארואוגען מיין ווייב (אדער מיך... אז זי זל שוין אויפהערן קאלן אזויפיל באנאכט) און טאמער מען קען זיי נישט כאפן האף איך אז מען וועט סתם אריינזעצן 2 גוים און ביז 20 יאר ארום וועלן די פרויען און קינדער נישט וויסן אז מען האט קיינעם נישט געכאפט...