יאיר האט געשריבן:נשמה יתירה האט געשריבן:בנוגע תחיית המתים.
יא אלעס אין די וועלט חזר'ט זיך איבער. אבער נאר דער מענטש קען מען אנרופן "געלעבט" א פולקאמער לעבן. (יא איך ווייס פון די וואס פרעגן אז מהיכי תיתי א ווארעם איז נישט מער געלעבט, אבער לעת עתה גיי איך מיט די פשוטע מציאות אז דער מענטש האט די טיפסטע און ממילא פולסטע לעבן)
ממילא איז דער עכטער תחייה איז נאר ביים מענטש.
אויב אזוי איז דאך פונקט פארקערט. דער כלי חרס וואס ווערט א שטיין קען מען נאך זאגן אז דאס ווערט צוריק אויפגעלעבט ווייל ביידע האבן די זעלבע מאס חיות, אבער דער "לעבעדיגער" מענטש וואס וועט נאכ'ן טויט ווערן עפר ואפר רימה ותולעה איז דאך אין לך מיתה גדולה מזו. וכי לזה תחייה יקרא?
לא ירדתי לסוף דעתך. מען רעדט אז די ענערגיע פון די מענטש איז פושט צורה ולובש צורה, ביז ווילאנג עס ווערט נאכאמאל א מענטש. פונקט ווי דער מאראנץ ווערט א נייער מאראנץ.
באמת דארף מען פארשטיין וואס פונקטליך זאגט מען בדרך כלל די הבנה פון תחיית המתים. (די ענינים זענען נישט אייביג אזוי שווער זיך מתבונן זיין. דאס איינציגע זאך איז אז עס איז שווער פאר מענטשען צו טוישען די וועג וואס מען איז צוגעוואוינט צו טראכטן. וגם אני הקטן בתוכם.)
מיר זענען געוואוינט אז תחה"מ וועט מען ווערן צוריקגעשטעלט פונקט ווי ווען מען האט געלעבט. די שאלה איז אבער, וועלכע שלב אין לעבן ווערט צוריקגעשטעלט? מענטשען טוישען זיך מקצה אל הקצה פון ווען מען איז דרייסיג ביז מען איז ניינציג. הן לטוב הן למוטב.
באמת ברענגט דאס ארויס אן אנדערע שאלה. מיט וואס בין איך דער זעלבער 'אני' פון מיין צוויי יאר אלט ביז מיין דרייסיג יאר אלט. כמובן זענען די צוויי מצבים לגמרי צוויי אנדערע מציאותן. לו יצויר אז די שינוים געשעהן אין איין רגע בדרך נס, וועט די שאלה זיך שטערעקער באווייזן. מיט וואס איז דער מענטש בצביון פון א דרייסיג יעריגער, בשייכות מיט א מינוט צוריק ווען די צביון איז געווען פון א צוויי יעריגער? יעדער פיזישער און מענטאל באשטאנדטייל איז לגמרי נישט דאס זעלבע. יעדע איינציגסטע צעל פון מיין גוף וואס איך האב געהאט ביי די צוויי יאר, איז לאנג טויט, רמה ותולעה.
די אויסגעדראשענע משלים פון א סאלאט אדער א שיף איז גארנישט מסביר.
איז דאס וואס דער צוויי יעריגער האט גורם געווען דעם דרייסיג יעריגען, געניג? ווייל די ענערגיע פון דעם צוויי יעריגען, האט זיך מאניפעסטירט אין אן אויסשטעל פון א דרייסיג יעריגען, קענען מיר שוין כולל זיין ביידען און מאחד זיין אלס איינס?
(איך ניץ די ווארט ענערגיע אלס חומר ראשון, דאכט זיך אז דאס איז אנגענומען ביי די פיזיקער).
אויב וואלט דאס געווען ריכטיג דעמאלט בין איך ווייטער איינס ווען מיין ענערגיע מאנעפיסטריט זיך בצורת פון א נייע זרע דארך דעם וואס מיין גוף האט פראדעצורט מאכלים און א מענטש האט דאס געגעסען.
יא עס קוקט אויס מאדנע, אבער מען דארף וויסן צו עס איז דא א חילוק פון דאס ביז מיין פריערדיגע משל פון א צוויי יעריגער וואס ווערט א דרייסיג יעריגער.
די ערשטע טענה וואס מען וועט האבן אויף מיר איז, שאני דער דרייסיג יעריגער ווייל ער "ווייסט" אדער עכ"פ "האלט" אז ער איז די זעלבער. מען וועט זאגן אז איהנ"מ גארנישט איז נישט דאס זעלבע ווי א מינוט צוריק. אפי' א טיש האט בעצם נישט קיין שייכות מיט איר אטאמישע געלויף פון א מינוט צוריק. די אטאמען לאכן אין די פויסטען פון דאס וואס מיר מיינען אז דער טיש איז דאס זעלבע ווי פריער. לגבי זיי האט זיך אלעס, ממש אלעס, געטוישט. מיט דעם אלעם וועלן מיר זאגן אז די 'איינקייט' פון דעם טיש מיינען מיר נישט מער ווי דאס אז מה שנוגע אונזער טעגליכער לעבן איז דאס די זעלבע טיש ווי פריער. דאס זעלבע וועט מען טענה'ן כלפי דעם מענטש. א דרייסיג יעריגער האלט און ווייסט אז ער איז דער זעלבער, ממילא איז ער טאקע איינער. משא"כ ווען מיין ענערגיע איז מזבל פעלדער אין באשאפט עסן וואס ווערט זרע אין א מענטש, דארט זעהן מיר דאס נישט אלס דער זעלבער. ומה שנראה לענינינו הן הן הדברים.
אויף דעם זאגט דער בעשה"ק אז ביאת משיח און תחייה המתים איז בסוד הדעת. דהיינו איינמאל מען פארשטייט די אחדות פון די גאנצע בריאה, די אחדות הווייה, פארשטייט מען די חיבור פון אלעם פונקט ווי די חיבור פון א דרייסיג יעריגער צו א צוויי יעריגער. פונקט ווי קיינער האלט נישט היינט אז דער צוויי יעריגער לעבט נישט, אזוי וועט מען כאפן מיט דעם נייעם דעת כמים לים מכסים אז אלעס לעבט, קיינער איז נישט געשטארבען, און קיינער וועט נישט שטארבן.
הָקִיצוּ וְרַנְּנוּ שֹׁכְנֵי עָפָר כִּי טַל אוֹרֹת טַלֶּךָ.
בִּלַּע הַמָּוֶת לָנֶצַח וּמָחָה אֲדֹנָי יְהוִה דִּמְעָה מֵעַל כָּל פָּנִים
וכמובא לעיל מהבעשה"ק, ווערט די נקודה ארויסגעברענגט מיט התבוננת ווי גארנישט אין די בריאה שטארבט נישט, אלעס גייט פון איין צורה צום צווייטן. וכלשון חכמי הפיזיקער law of conservation of energy.
"ששמעתי ממורי וכו' תשובה למדינה אחת שכפרו בתחיית המתים, ותשובתו נוצחת להם, כי השכל נעשה מברירות הדמים כו' יעו"ש". "והנה נפש האדם הוא הדם הנעשה מברירות המאכלים וכו' ומזה נעשה השכל והדעת".
כל הנ"ל איז בדרך אפשר.
אני מאמין באמונה שלימה שתהיה תחיית המתים בעת שיעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו לעד ולנצח נצחים.