הרב יאשיהו פינטו שליט"א - וואס גייט יעצט פאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:13 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הרב יאשיהו פינטו שליט"א - וואס גייט יעצט פאר?

שליחה דורך Atgan »

ווי באקאנט איז אין ארץ ישראל פארהאן א גרויסע גדול - א מולטי מיליאנער - הרב יאשיהו פינטו.
ער איז א מנהיג פון די אבוחצירא דינאסטיע, און ציט צו זיך די גרעסטע ביליאנערן פון דאהי און פון ארץ ישראל, וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר אים וואס ער דארף, און וואס ער דארף נישט.
ער האט געבויעט צענדליגע געביידעס אין ארץ ישראל פאר זיינע מוסדות, אלע פון זיי זענען הערליכע בנינים.
עפעס האט ער זיך פארהאנקערט פאר א יאר צוויי צוריק מיט די רעגירונג, און געמוזט פארלאזן ארץ ישראל פאר א שטיק צייט.
מהאט עם דאן גענומען אויף אינוועסטיגעישאן, און געצימבלט איהם מיט זיין ווייב. אפאר מאהל.
ער האט דורך אויס די גאנצע צייט מיט א רוהיגקייט פראקלאמירט, אז ער איז ריין פון יעדן סארט אומלעגאלע זאך.
דאן האבן די פאליציי איהם באשולדיגט מיט געבן שוחד פאר געוויסע אפיצירן אויסצוגעפונען וואס טוט זיך מיט זיין קעיס.
די וואך האט זיך עפעס ארויסגעוויזן, אז ווי עס שיינט איז ער טאקע געווען ריין, און נישט באגאנגן קיין שום אומלעגאלע זאך.
ער זאגט אז אויב די מעשה וועט פארעפענטליך ווערן, וועט עס זיין א שאנדע פאר די פאליציי.

די מעשה איז פאר מיר זעהר פארנעפלט, ווייס איינער ווער דאס איז דעם ר' יאשיהו, זיינע לעבנס געשיכטע, און וואס דא האט די וואך פאסירט?
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר