און א שכינות'דיגע אשכול האט איינער געעפענט אן אשכול מיטן נאמען מעשיות וואס בלייבען סודות'דיג. איז מיר געקומען אויפן געדאנק צו עפענען אזא מין אשכול מיטן נאמען "מעשיות וואס מ'גייט ענק נישט פארציילען",
כידוע ליודעי דבר אז ביי רובא דרובא רבי'שע אייניקלעך זענען דא מקובל גאר אסאך עובדות ומעשיות וואס מ'קען נישט ארויסגעבן פאר'ן ברייטע פובליק, הן ווייל ס'וועט זיי שאדען מאכען דער אינקאם, קאסטומער'ס, חסידים, אדער טוישט עס דו גאנצע בליק אויפן רבי, ווי אזוי ער האט ביי זיך אינדערהיים חוזק געמאכט פון זיינע פאנאטישע חסידים וואס גלייבען בלינדערהייט און עים, הן ס'קען אפ'חוזק'ן פון אן אנדערע גאנצע דינאסטיע, אדער בכלל ברענגט ארויס זייער מדות טובות, ממילא קען עס נישט גיין פובליק און ס'בלייבט ביי זיך צווישען דער משפחה. אבער דאס איז ביז ס'געווארן אזא מושג פון קאווע שטיבל, וואס דאס איז דו גוטע היים פאר דו אלע סארט אזעלעכע מעשיות ועובדון טבין, וועל איך טאקע זיין מיט א קראנטע עובדא געהערט פון איינע וואס האט מיר פארטרויעט מיטן מעשה, און כ'האף אז ס'זאל זיין נאך וואס וועלן צולייגען כיד ה' הטובה עליהם.
ובזה החלי:
כידוע איז געוועהן באקאנט הרה"ק ר' שלמה סאסוב'ער ז"ל מיט זיינע אויסערלישע מופתים שלא כדרך הטבע, אבער גולת הכתורת איז ער געוועהן אויסגעצייכענט מיט'ן היילען דיבוקים, און משוגעים,
געוועהן איז עס ווען ער האט זיך משדך געוועהן מיט'ן קדושת יו"ט פון סיגוט, זיין אייניקעל רבי חנוך העניך פון קערעצקי בן בנו ר' יוסף דוד ז"ל איז געווארן אן איידעם ביים קדושת יו"ט, און ס'איז געוועהן גאר אן אויסטערלישע זאך אז ער איז געקומען קיין אונגארין צו זיין ביים קינד'ס חתונה און שבע ברכות, וואס פאר דעם איז ער קיינמאל נישט געוועהן און אונגארין, נא, יעצט אז דער אונגארישע עולם האט געהערט אז ס'קומט רבי שלמה סאסוב'ער קיין אונגארין, און מ'וועט האבען א געלעגנהייט זיך צו טרעפן מיט אים, און משוגעים [ליין: חסידים] האבן נישט געפעלט, און מ'וועט קענען נהנה זיין פון אים געהאלפן צו ווערן, איז געקומען א ריזיגע עולם קיין סיגוט כדי לברך ולהתברך, מ'פארציילט אז ער איז געזעצן ביי א פענסטער און מאסען מענטשען זענען אדורך אז דער פענסטער האט זיך אפילו צובראכען,
גלייך נאך דער שבע ברכות רופט אן דער קדושת יו"ט צום מחותן, מחותן, איך בעט אייך א טובה, פארט תיכף אהיים צירוק קיין סאסוב, און דער מחותן קוק אים אן פארווינדערט, און רבי שלמה סאסוב'ער פרעגט צירוק דער מחותן הקדושת יו"ט, וואס גייט פאר, איר געט מיר אזא צאתכם לשלום, פאר ענט'פערט זיך דער קדושת יו"ט, מחותן, איר דארפט פארשטיין, כ'האב א משפחה קינדער מיט אייניקלעך, איך דארף שטעלן ברויט אויפ'ן טיש, און דאס געלט כמובן באקום איך פון דער פדיונות וואס די חסידים געבן מיר, אבער אז איר היילט אויס דו אלע משוגעים [ליין: חסידים] און זיי ועלן אויפהערן גלייבען און מיר, פון וויל וועל איך קענען מפרנס זיין מיין משפחה, דעריבעט בעט איך פון אייך א טובה פארט גלייך אהיים, רופט זין ר' שלמה, אה, דער מחותן זאל וויסען, דו סארט קרענק און מחלה איז נישטא קיין היילונג צו דעים.... אפי' איך קען דעיס נישט היילען....
להערה בעלמא: דו מעשה האב איך געזעהן און קול התאחדותינו ווי מהר"א מסאטמאר פארציילט עס פאר מהרב"צ מבאבוב, אבער נישט מיט אלע פיטשיווקיס.
כידוע האט רבי יואל מסאטמאר ז"ל זיך אויסגעדרוקט אויף רבי אלעזר טווערסקי ז"חל האדמו"ר מפאלטישאן, וואס איז געוועהן א מתמיד עצום, און א גאון עולם, און ווען א רב אדער רבי זענען געקומען צו אים האט ער זיך גלייך גענומען רעדן אין לערנען, האט הר"י ט"ב מסאטמער זיך אויסגעדריקט: ער פארשעימט אלע זיינע זיידעס (ליין: בית טשערנוביל) און גייט נישט בדרכי אבותיו....
וכל המוסיף הרי זה משובח, מ'דארף פארציילען דברים כהויתן נישט דברים כמחשבתן....
מעשיות וואס מ'גייט ענק נישט פארציילען
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: