משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

משמח אלוקים ואנשים, ווער איז טאקע דער בעסטער?

שליחה דורך טיטאניק »

א שמייכל איז זייער א געזינטער זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, סיי אין נפשית'דיגער זייט און אפילו קערפעליך איז דאס זייער א גיטע זאך
קימט דאך אויס, אז דער וואס מאכט א צווייטען שמייכלען איז זיכער א צדיק, (קען זיין וועגען דעם האבען אסאך בדחנים ליב זיך צי אנטיען מיט צדיקים קליידער)
דערפאר וויל איך יעצט ארויפלייגען דא אויפען טיש אלע בדחנים, אן קיין אויסנאם, יעדעם גייט מען באשרייבען (נאר לטובה!) זיינע מעלות, און אייגענטארטיגקייטען, יעדער איז מכובד צי מזכיר נשמות זיין פון בדחנים וואס זענען שוין נישט מיט אינז ליידער, און כש"כ רעדען איבער בדחנים וועלכע לעבען צווישען אינז און מאכען כסדר לעבעדיג דעם עולם מיט זייערע בדחנות,
יעך האלט אז דאס קען זיין זייער א שפרודעלדיגער און לעבעדיגער אשכול,

מ'מער אנהייבען מיט אינזער בדחנא דאתרא כ"ק הרה"צ ר' מנשה'לע שליט"א, אדמו"ר מליסטיג, כאטש איך האב עם קיינמאל נישט געהערט רעדען א דרשה, אבער דאס אז מען קיקט נאר אויפען צורה און מען ווערט שוין בשמחה, ווייזט אויף נאך א העכערע מדריגה, אזא צדיק! בלויז א קוק און מען ווערט שוין געהאלפען?!!
ר' משנה'לע ציט שוין זיין בדחנות פאר לאנגע יארען, ער האט מיר שוין געמאכט אסאך מאל שמייכלען און לאכען, ער איז אייגענארטיג מיט זיינע נייע רעיונות, ווי צים ביישפיל די קליפס וועלכע לויפע ארים אויף יו טוב (נו פוי!), און אזוי די שיינע הגדה פון זיין שוואגער ליפא, און בכלל ווען ער איז מופיע אין פארשידענע גלעגנהייטען מיט א זיסע הומאר,
איך גלייך עם זייער שטארק
משנה'לע קיפ איט אפ!

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר