וואס איז געווען די חטא פון די מרגלים
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
וואס איז געווען די חטא פון די מרגלים
איינער ווייסט אפשר וואס די חטא פון די מרגלים איז געווען
א יונגערמאן האלט עטליכע יאהר נאך זיין חתונה און ב"ה די משפחה וואקסט און ער מוז זוכען א גרעסערע דירה
א חבר זיינע זאגט איהם אז ערגעץ לעבן קוק סטריט איז דא א ליידיגע דירה, ער מיטן בני בית כאפן א בליק און זיי זעהן אז אינעם זעלבן בילדינג וואוינען דרייי שווארצע וואס ווי נאר מעו געט א בליק אויף זיי כאפט א שרעק
זעלהסט פארשטענדליך אז דער יונגערמאן לאזט וויסען פאר זיין חבר ווי שרערעדיג דאס פלאץ און ער זאל דאס ווייטער נישט אנטראגען פאר אנדרע
אצינד די מרגלים האבן געזעהן דריי ריזען זענען זיי נישט בארעכטיג צו כאפען א שרעק

http://amzn.to/1SLdXKv
ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער

- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
זייער עבירה איז נישט געווען פארן פארציילן די פאקטן.
ווען זיי פארציילן אז ארץ ישראל איז געבענטשט מיט ריזן פרוכט, און אויך איז דארט דא מענטשן ריזן. וואלט נישט געווען אן עבירה.
די עבירה איז געווען אז זיי האבן געזאגט אפס כי עז העם.
ביאורים אויף די פאקטן, אז צוליב דעם קען מען נישט אריינגיין אין ארץ ישראל, דאס איז געווען די חטא,
די חטא איז געווען פארן דעשרעקן כלל ישראל אז מען קען נישט אריינגיין.

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
קוק אריין אין חתם סופר די וואך ער זאגט א שיין ווארט, דער מדרש זאגט אז די כנענים האבן אויסגעהאקט אלע ביימער ווייל זיי האבן מורא געהאט אז די אידן קומען, זאלן זיי כאטש טרעפן א חרוב'דיג לאנד, און דאס האט זיי משה רבינו געזאגט זיי זאלן קוקן היש בה עץ אם אין, געב א קוק ס'איז נישטא קיין ביימער זיי האבן אלעס אויסגעהאקט זיי האבן מורא פון ענק.
די מרגלים זענען אבער צוריקגעקומען און געזאגט ארץ זבת חלב ודבש, דאס לעבן גייט אן ווי נארמאל, זיי האבן נישט מורא פון אונז, וזה פרי', מיר האבן פירות פון דארט, אלעס גייט ווי געהעריג, דאס איז געווען זייער חטא

- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
הרב_שלום האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואס די חטא פון די מרגלים איז געווען
א יונגערמאן האלט עטליכע יאהר נאך זיין חתונה און ב"ה די משפחה וואקסט און ער מוז זוכען א גרעסערע דירה
א חבר זיינע זאגט איהם אז ערגעץ לעבן קוק סטריט איז דא א ליידיגע דירה, ער מיטן בני בית כאפן א בליק און זיי זעהן אז אינעם זעלבן בילדינג וואוינען דרייי שווארצע וואס ווי נאר מעו געט א בליק אויף זיי כאפט א שרעק
זעלהסט פארשטענדליך אז דער יונגערמאן לאזט וויסען פאר זיין חבר ווי שרערעדיג דאס פלאץ און ער זאל דאס ווייטער נישט אנטראגען פאר אנדרע
אצינד די מרגלים האבן געזעהן דריי ריזען זענען זיי נישט בארעכטיג צו כאפען א שרעק
הרב שלום די האסט גוט געפרעגט יעצט ענפער עפעס א גוטס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז די חטא המרגלים איז געווען אז זיי זענען אריין אין א"י און געזען אזא שיין ארץ זבת חלב ודבש, און האבן געוויסט אז ווען מ'קומט אריין דארט וועט זיך יעדע איד זיצן איש תחת גפנו און וועט עוסק זיין אין עבודת השדה און זיין טרוד על המחיה ועל הכלכלה. זיי איז אבער בעסער געפאלן אז די אידן זיצן אין מדבר, מ'עסט לחם מן השמים און מ'לערענט א גאנצע טאג ארום גענומען מיט ענני הכבוד, זיי האבן אינטערגעשאצט דעם פאלק, אז זיי וועלן נישט קענען זיך האלטן ערליך מיט די נסיונות הדור, אז זיי וועלן דארפן גיין פלעצער "לצורך פרנסה" וועלן זיי דורך פאלען. זיי האבן ליב געהאט די סטאטוס קווא, און מורה געהאט פון די נייע זאכן, פון די פרייע גאס ווי מ'קען חלילה אנקומען צו זען מעשה ארץ כנען, זיי האבן אינטערגעשאצט די חשיבות פונם ארבעטס איד און געהאלטן אז נאר ווען ער איז גענצליך אפגעשיידט פון די וועלט אין ענני הכבוד וועט ער בלייבן א איד, אבער אויב גייט ער ארויס אויפן גרויסן וועלט וועט ער זעכער אינטערגיין. דאס איז געווען זייער חטא, אז די לידערשיפ פון כלל ישראל האט מורה פון די נייע זאכן, און טראסט נישט דעם עמך איד אז ער וועט קענען ביישטיין די נסיונות.
זיי האבן געשריגן אז אונזער הייליג לאנד איז אן ארץ אוכלת יושביה! אז ס'מאכט חרוב אידישקייט, ורבים חללים הפילה, אבער יהושיע און כלב האבן נישט צוגעלאזט אזעלכע ווערטער, עלה נעלה וירשנו אתה כי יכול נוכל לה! מיר זענען שטערקען פון די נסיונות, מיר וועלן גיין אויפן וועלט, און מיר וועלן זיך האלטן שטארק!
אבער די מרגלים לאזן זיך נישט און שרייען לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו, און די אידן האבן זיך ליידער געלאזט איינרעדן, און טויזענטער אידן זיצן צוזאמען א גאנצע נאכט און וויינען, וואס וועט דא זיין מיט דעם נסיון, ס'דאך סך שטערקער פון אונז?
יהושיע און כלב פראבירן מסביר צו זיין הארץ אשר עברנו בה לתור אתה טובה הארץ מאד מאד, מ'קען טוהן מיט דעם מורא'דיג גוטס, אויב ניצט מען עס פאר גוטע זאכן, אבער דער באשעפער וויל שוין נישט, 40 יאר האבן זיך די אידן געדרייט אין מדבר, א דור וואס גלייבט נישט אז זיי זענען גרעסער פונם נסיון וועט דעם נסיון טאקע נישט ביישטיין. אז דו גלייבסט נישט אין זיך אליין אז דו ביסט שטארק, וועסטו טאקע דורך פאלען.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שפת אמת, במדבר, פרשת שלח, תרל"ט
איתא בזוהר הקדוש כי המרגלים חשבו הכא אנן רישין ובארעא לא נזכי להיות רישין. אכן, לכאורה נראה כי ודאי כל מה שאמרו המרגלים היה בעבור כללות בני ישראל, וכיון שנבחרו להיות שלוחי בני ישראל ודאי היו בטלין אל הציבור, ואיך נוכל לומר עליהם שדיברו מחמת נגיעת עצמותם? אבל נראה לבאר הענין כי דור המדבר בכלל היו בחינה ראש. כי הדור שיצא ממצרים ושמעו הדברות בסיני הם ראשין לכל הדורות. והדורות נמשכים בבחינת אבות ותולדות מרישין ועד רגלין, כמו שכתוב על דורותינו עיקבא דמשיחא. אכן, דור המדבר היו כולם בחינת רישין. ובודאי אמת הדבר כי הכניסה לארץ היה מדריגה אחר מדריגה, והם לא רצו שיפלו ממדריגת רישין כנ"ל. ודור המדבר היה להם התגלות כבודו יתברך כדמיון התגלות הנשמה בראש. ובודאי מי שהוא במקום עליון קשה לו ליפול למדריגה תחתונה כמו שקשה אל הנשמה לרדת למטה, ובעל כורחו אדם נברא, אבל היה להם לבטל עצמם לעשות רצון הבורא יתברך. ולהבין מאמר חכמינו ז"ל "יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי עולם הבא" (אבות, ד', יז) כו', וכמו שכתבנו מענין זה במקום אחר.
.
להבנת ה"שפת אמת", החשש של המרגלים מפני הכניסה לארץ לא נבע מדאגה אישית. הביטוי "רישין" שמובא בזוהר מתייחס לפי ה"שפת אמת" לכל דור המדבר - הם היו בבחינת ראש לשאר הדורות מבחינת מעלתם. הפחד של הנשיאים היה שהכניסה לארץ תגרום לנפילה רוחנית לכל דור המדבר. להבנת ה"שפת אמת" חששם היה מוצדק, ובאמת מציאות החיים בארץ ישראל תגרום לדור המדבר לירידה רוחנית, שכן במדבר הם היו סמוכים על שולחן הבורא במן, בבאר ובשאר ניסי המדבר; אך בארץ ישראל הם יצטרכו להתרגל למציאות חיים טבעית של עבודה ועמל כפיים כדרך הטבע. טעותם של המרגלים הייתה שהם היו צריכים לקבל את רצון השם ולא להתחכם כנגדו; אם רצון ה' הוא שעם ישראל יכנס לארץ הם היו צריכים לשתף פעולה עם רצון השם, אפילו אם כרוכה בכך ירידה רוחנית.
חידושי הרים שלח:

חד גדיא האט געשריבן:געפילטע. די לייגסט עס בעסער אראפ ווי דעם חידושי הרים...
יישר כח פארן שיינעם קאמפלימענט, אפילו ס'קומט זיך מיר נישט.
אין די הרב פראפ' מארק שפירא אשכול האב איך צוגעברענגט א ווארט וואס ער זאגט נאך פון ר' לוי יצחק מבארדיטשוב, פארוואס זאגט מען תשבי יתרץ קושיות ואבעיות, ביי תחיית המתים וועט דאך משה רבימו אליין זיין דארט, קען מען דאך עם פרעגן, נאר וואס דען, כדי צו קענען פסקנ,ן שאלות מוז מען לעבן אין יענעם דור אין יענעם מצב, איינער וואס האט נישט מיטגעלעבט די מצב, קען זיין משה רבינו אליין, איז נישט קוואליפיצירט צו ענטפערן, ממילא אליהו וואס איז קיינמאל נישט געשטארבן, ער קען פושט זיין אלע תיקו'ס.
נישט אז איך גלייך עס צו אהער, אבער פארשטטייט זיך אז ווען די חידושי הרים וואלט היינט געלעבט וואלט ער עס בערך אזוי אראפגעלייגט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
- הירשל ציג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
- קאנטאקט:
אין ליקוטי תורה להרב בעל התניא זצוק"ל זאגט ער אז די חטא איז געווען דאס וואס זיי האבען געוואלט בלייבען אפגעזונדערט פון עולם הזה און דער אייבערשטער זאל זיי געבן מן וכו' און זיי זאלען קענען בלייבען על התורה ועל העבודה. און אין אר"י האבען זיי איינגעזעהן וועט מען דארפען זיין טרוד מיט ישוב הארץ און בזיעת אפיך תאכל לחם, און ס'וועט זיך ענדיגן די סדר פון די מדבר. און דאס איז געווען היפך רצון הבורא ב"ה.
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
hirsheltzig.com
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אקיצור א מעשה,
א גאנצע מעשה אין די תורה, אין דער חטא זייערע איז נישט קלאר.
וואסאיז פשט?
תורות וואס זייערע עבירה קען מען זאגען א גאנצע פרייטאג צו נאכסט אין שלש סעודות.
א. דער סאטמערע וועט זאגען זיי זענען געוועהן ציונים.
ב. דער ציוניסט וועט זאגען זיי זענען געווען קנאים.
ג. ר' שטיינמאן, ווייל זיי האבען געזאגט אחכה לו.
ד. ר' אוירבאך, ווייל זיי האבען געוואלט מאכען פשרות מיט די צה"ל.
ה. דער חסיד ווייל זיי האבען געוואלט עסען מן.
ו. דער ליטוואק, ווייל זיי האבען נישט געוואלט לערנען תורה מתוך הדחק.
און דער ליסטע גייט ווייטער.
קען איינער זאגען וואס פשט איז אז דער עבירה איז אזוי פארשטעקט?

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
די מרגלים זענען געווען די מנהיגים פון דור. זיי האבן זיך (באמת) געזארגט אז כלל ישראל וועט זיך נישט האלטן ערליך אויב זיי וועלן זיך באזעצן אין א נייעם לאנד. אין ארץ ישראל וועלן זיי דארפן ארבעטן, אויפשטעלן א ערנסטע עקאנאמי וכדומה. בקיצור, דער עולם וועט ארויסגיין ארבעטן אין נישט בלייבען אין כולל. דאס האט זיי דערשראקן, כמובן...
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך פארשטיי נישט עכט די גאנצע שאלה די תורה אליין שרייב קלאר ארויס וואס די חטא איז געווען,
לאמיר גיין שטיקל ביי שטיקל,
מען האט געשיקט די מרגלים אז זיי זאלן שפיאנירן און מברר זיין
קומען זיי צוריק און הייבן אן צו זאגן
ביז דא זעהט נאך אלעס אויס פיין,
אבער כלב האט שוין באמערקט א זאך וואס זעהט זיך נאך דערווייל נישט אן און פארדעם,
האט ער קלאר ארויס געברענגט זיין מיינונג און געקארנערט די איבעריגע מרגלים צו די וואנט אז זיי זאלן מוזן ארויס זאגן קלאר וואס זיי האלטן,
און טאקע גלייך
ווער האט ענק דאס געפרעגט, דאס איז נישט ענקער דזשאב, ענק דארפן נאר אראפ לייגן די פאקטן וואס ענק האבן געזעהן וזהו.

וראיתם את הארץ מה הוא ואת העם הישב עליה החזק הוא הרפה המעט הוא אם רב ומה הארץ אשר הוא ישב בה הטובה הוא אם רעה ומה הערים אשר הוא יושב בהנה הבמחנים אם במבצרים ומה הארץ השמנה הוא אם רזה היש בה עץ אם אין
קומען זיי צוריק און הייבן אן צו זאגן
ויספרו לו ויאמרו באנו אל הארץ אשר שלחתנו וגם זבת חלב ודבש הוא וזה פריה אפס כי עז העם הישב בארץ והערים בצרות גדלת מאד וגם ילדי הענק ראינו שם עמלק יושב בארץ הנגב והחתי והיבוסי והאמרי יושב בהר והכנעני ישב על הים ועל יד הירדן
ביז דא זעהט נאך אלעס אויס פיין,
אבער כלב האט שוין באמערקט א זאך וואס זעהט זיך נאך דערווייל נישט אן און פארדעם,
ויהס כלב את העם אל משה ויאמר עלה נעלה וירשנו אתה כי יכול נוכל לה
האט ער קלאר ארויס געברענגט זיין מיינונג און געקארנערט די איבעריגע מרגלים צו די וואנט אז זיי זאלן מוזן ארויס זאגן קלאר וואס זיי האלטן,
און טאקע גלייך
והאנשים אשר עלו עמו אמרו לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו
ווער האט ענק דאס געפרעגט, דאס איז נישט ענקער דזשאב, ענק דארפן נאר אראפ לייגן די פאקטן וואס ענק האבן געזעהן וזהו.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
קינד_אן_קייט האט געשריבן:וְשָׁם רָאִינוּ אֶת הַנְּפִילִים בְּנֵי עֲנָק מִן הַנְּפִלִים וַנְּהִי בְעֵינֵינוּ כַּחֲגָבִים וְכֵן הָיִינוּ בְּעֵינֵיהֶם.
רש״י: שמענו אומרים זה לזה נמלים יש בכרמים כאנשים (סוטה לה).
פון קאצקער: דאס איז געווען די חטא המרגלים, ווייל וואס גייט דיר אהן וואס יענער טראכט?!
נוסח אחר: דער עיקר חטא איז געווען דער "ונהי בעינינו כחגבים" מ'האט זיך אליינס געהאלטן פאר מידזשעטס.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער חטא איז זייער איינפאך. משה רבנו זאגט צי בשם השם א שיין לאנד, און די מרגלים מאכן אוועק דעם דבר השם.
לויט חז"ל וועלעכע רופן עס חטא לשון הרע וואס בפשטות מיינט עס אוועק מאכן א זאך אויף וואס מענטשן קוקן ארויס מיט האפענונג און הערצה. לויט דעם איז יעדער סארט חיות אדער מעגליכער האפענונג אויף וואס א מענטש לייגט ארויף זיינע פלייצעס, אן עולה אוועק צו מאכן.
וואנדערן פארמאטערטע שקלאפן ארויס פון די לאנד פון זייערע פארפייניגער, פיל מיט האפענונג און אפפערוויליגקייט, מיר גייען ענדליך פארמאגן אונזער אייגענע לאנד, איש תחת גפנו, אונזער אידענטיטעט וועט מער נישט אונטערדרוקט ווערן. יא, עס וועט זיין מלחמות, אבער מיר וועלן געווינען.
קומען די מרגלים און פאפינסטערן א גלענצענדער עתיד, אנטמוטיגן א גאנץ פאלק וואס זענען אט אט געווען ביים שוועל ווערן בעלי בתים פון אן אייגן לאנד, זייער לאנג ערווארטעטער האפענונג.
ואין לך רשעות גדולה מזו, אפצושלאגן האפענונג פון א פארקלעמט פאלק, אוועק צו מאכן זייער גייסט.
וויפיל אידן האבן היינט האפענונגען, זיך ארויס צו זען פון די ענגע ישובים ווי וויליאמסבורג, ווי נאנט זענען די מעגליכקייטן אז עס זאל
אויסגעפירט ווערן, אבער אונזערע מרגלים שווארצע נבואים קלאפן אראפ דעם חשק, מיט אלע פוילע תירוצים, כאילו עס וואלט זיך געהאנדלט פון קאלאניזירן דעם מארס. עס זענען דא פראבלעמען דארט? אקעי, עלו נעלה, לאמיר ארויף גיין און דילן דערמיט, וואטס טע ביגדיל? מיר וועלן נישט האבן קיין מן? מיר וועלן ארבעטן וישבנו אותה, מיר האבן יונגע חברה, עס וועט אןנז גארנישט פאסירן אס מיר וועלן נהנה זיין מיגוע כפינו אן אליין.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
די ערשטע רמב"ן אויף דעם פרשה שטעלט זיך אויך די קשיא, סאיז א לאנגע שטיקעל,
אין די ערשטע מהלך זיינע איז ער מסביר אז דער גאנצע סיבה פון שיקען די מרגלים איז געווען פאר תכסוסי מלחמה, צו זען ווי אזוי מזאל איינעמען די לאנד פון וואו מען זאל אריינגיין, וואו זיי זענען שטארק און וואו זיי זענען שוואך, סאיז אבער אלס געווען אז ווען מגייט אייננעמען זאל מען וויסען ווי איין ווי אויס,
די מטרה איז בכלל נישט געווען צו זען צו די לאנד איז גוט צו מען זאל בכלל אריינגיין, צו סלוינט זיך און ווי געשמאק סאיז, נאר דאס איז זיכער אז מגייט אריין, מדארף נאר וויסען ווי אזוי מלחמה צו האלטען וועגן דעם שיקט מען מרגלים, און נאך זאגט ער אז דאס איז געווען מיט א ציווי ה', דער אויבערשטער האט אים באפוילן זיי אריינצושיקען, און נישט ווי חז"ל זאגן אונז אז דאס איז נישט געווען מדעת ה' צו שיקען מרגלים, ווייל די כונה דערפון איז נישט געווען צו זען צו מזאל בכלל אריינגיין אהין
איי דאס וואס משה האט געזאגט הטובה הוא אם רעה היש בה עץ וכו' וואס איז דאס נוגע פאר מלחמה, אויף דעם זאגט דער רמב"ן אז מהאט געדארפט וויסען פון וואו סלוינט זיך איינצונעמען ערשט אז בשעת מאיז דארט ווילאנג מגייט ווייטער איינצונעמען די איבעריגע חלק אין ארץ ישראל זאלן די אידן האבן וואס צו עסן, און ער האט זיי טאקע נאר געשיקט דארט אין דרום צו זען די מצב און צו סלוינט זיך פון דארט איינצונעמען, און צו דארט איז באוואקסענע פלאץ, אוו נישט אויף גאנץ א"י
און למעשה ווען זיי זענען צוריקגעקומען האבן זיי אנגעהויבן, צו בארעדן דאס לאנד און איינצורעדן דער עולם אז מזאל בכלל נישט ארויפגיין ווייל מקען זיי נישט אייננעמען, און דאס האט זיי קיינער נישט געפרעגט צו מזאל יא גיין צו נישט, צו סלוינט זיך, און ווי גוט סאיז דארט,
דאס איז די רמב"ן אין זיין ערשטע מהלך