מי יתננו ירחי קדם (נאסטאלאגיע)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מי יתננו ירחי קדם (נאסטאלאגיע)
זכרון, זיך דערמאנען, איז אן אנגייענדיגע פראצעס אין מענטשליכען געדאנק אונזער מח פראגרעסירט אריינצונעמן כסדר פרישע אינפארמאציע און איר פארטייטשן לויט די ערפארונג פון אונזער פארגאנגענהייט.
אבער במיוחד איז זי א מאכטפולע געצייג ביים ארויפברענגן אויפן באוואוסטזיניגן געדאנק פארשידענע איבערלעבענישן פון אונזער פארגאנגענהייט.
ווי מאדנע ס'קלינגט, מיר אלע האבן אונזערע אינדיווידואלע זכרונות פון אונזערע וויכטיגע פונקטן אין לעבן, ווי אויך פון גאנץ פשוט'ע פאסירונגען און מיטמאכענישן, פון די פרייטאג צונאכטס'ן ווען מיר האבן זיך צוגעקוקט ווי די מאמע א פארטרערטע, בענטשט ליכט, און געגאנגען אין שול אריין אנכאפענדיג דעם טאטענס הענט, ביז צו די גרינע מיטוואך'ס ווען מיר האבן פארברענגט מיט די חברים אין חדר און אין ישיבה.
בשעת מעשה ווערן די אלע ערפארונגן באטראכט מינדערוויכטיג און אויבערפלעכליך אן קיין שום ספעציעלער שימת לב, מיר טוען פשוט גרינגשעצן דעם טעם וואס לעבן שענקט אונז, אבער ווי ווייטער זיי ריקען זיך פאראויס פון אונז ווי א שנעל-לויפענדיג באן, און וואס מער די צייט גייט פארביי און די זכרונות פון די מאמענטן ווערן בלאסער און בלאסער, ווערן זיי אבער טיעפער און טיעפער און זיי ווערן צו אונז גאר שטארק מקושר ס'ציפט און רייסט ביים הארץ א נאסטאלאגישע בענקשאפט.
נאסטאלאגיע איז א געפיל וואס מ'קען שווער אראפגעבן ס'איז עפעס א מאדנע געפיל פון טרויער געמישט מיט פרייד, א פרייד אנערקענענדיג די זכיה פון האבן די מאמענט פון הנאה וקורת רוח, און א טרויער אז די טעג פארגייען און קומען מער נישט צוריק.
זכרון איז אויך א וויכטיגער עלעמענט אין אידישן טעאלאגיע, אין אונזער קאלעקטיוון זכרון פארנעמט א וויכטיג ארט די פארגאנגענהייט, ווען מיר זענען געזעצן אין הייליג לאנד איש תחת גפנו ותחת תאנתו, אין גאט האט גערועט אין זיין הייליג הויז בעת זי איז געשטאנען על מכונו על הר ה'.
מיר האבן אן אויסטערלישע בענקשאפט צו אט יענע צייטן וואס מיר ברענגען דאס ארויף בכל עת מצוא, ווי אויך בעידן חדוותא, אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי, דורש אין לה מכלל דבעי דרישה.
גאט ווארט מיט שפאנונג אויף דעם זעלטן געטליכן אינסופדיגן הנאה יעדן ר"ה ביום הזכרון, ווען מיר דערמאנען פאר אים פארשידענע נאסטאלאגישע זכרונות, וואס אין צענטער פארנעמט די זכרון פון די אויסנאמליכע מסירות נפשדיגע אקט ווען אברהם האט מקריב געווען זיינע מענטשליכע הרגשים פון אהבה וואס א טאטע האט צו א זון, בעתן פירן יצחק'ן צו די עקידה, גאט זאגט תקעו לפני בשופר של איל כדי שאזכור לכם עקידת יצחק בן אברהם.
עו--ד יזכר לנו אהבת אי-תן, אדו-נינו איי איי מיט נעימותדיגן נוסח וואס ווערט שוין געזאגט הונדערטע יארן דורכאויס די גרויזאמע רציחות ביי די קרייציגן און ווייטער ערב די אמנעסיפאציע צייט, ביז די רוסישע פאגראמן און די שרעקליכע נאצישע האלאקוסט.
דאס אלעס פארמירט זיך אויף איינמאל אין זכרון, א טרויעריגע אבער רייכע זכרון.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
נאסטאלגיע גייט לכאורה נישט צוזאמען מיט זכרון טאקע. מ'בענקט זיך נאך צייטן וואס מ'האט בשעתו וואס מ'איז געווען דארטן היבש צוזאמגעשאלטן ווי למשל מ'בענקט נאך צייטן אין חדר אדער אין ישיבה ווען מ'האט געלעבט אונטער פרעשור שרעק און טעראר.
אדער אפשר קען מען זאגן אז צרות אחרונות משכחות הראשונות?

באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נאסטאלגיע גייט לכאורה נישט צוזאמען מיט זכרון טאקע. מ'בענקט זיך נאך צייטן וואס מ'האט בשעתו וואס מ'איז געווען דארטן היבש צוזאמגעשאלטן ווי למשל מ'בענקט נאך צייטן אין חדר אדער אין ישיבה ווען מ'האט געלעבט אונטער פרעשור שרעק און טעראר.
אדער אפשר קען מען זאגן אז צרות אחרונות משכחות הראשונות?
פשט איז אז די שלעכטע זאכן פארגעסט מען, די פעטש וואס מען האט דעמאלטס געכאפט טוט שוין נישט וויי, אבער די גוטע זאכן וועט מען געדענקען און בענקען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
נאך איין קלייניקע הערה'לע, זכירה האט צוויי באדייטן א) געדענקן, ד.מ. האלטן אדער ארויפברענגן אויפן געדאנק. ב) דערמאנען, ד.מ. ארויפברענגן אויף די ליפן ווי דער לשון מזכירין יציאת מצרים בלילות, חז"ל דרשנ'ן זכור את יום השבת לקדשו נישט נאר כפשוטו געדענקן, נאר אויך דערמאנען, זכרהו על היין, דאס זעלבע מיט זכור אשר עשה לך עמלק, דרש'נן חז"ל א מ"ע פון דערמאנען די קריאה פון מלחמת עמלק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ליינט דא מער וויאזוי נאסטאלאגיע פלעגט באטראכט ווערן ווי עפעס א סארט מרה שחורה און mental illness ווי עס צייגט די אפשטאם פון דעם ווארט זעלבסט, אבער שטעלט זיך למעשה ארויס צו זיין זייער א נוצליכע הרגשה אין מאכן דאס לעבן מער באדייטנפול.
http://www.nytimes.com/2013/07/09/scien ... .html?_r=0
http://www.nytimes.com/2013/07/09/scien ... .html?_r=0
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
אלעס ווענדט זיך וואס די געפיל טוט פארן מענטש, ריכטיגע גאונות (אינעם זין אז ער לעבט אין די טיעפקייט פון הנאה וקורת רוח ושלוות הנפש) איז אזא איינער וואס איז א גאון ברוח איינער וואס באזיצט Emotional Intelligence און איז מח שליט על הלב, אבער ער זיכט זיך נישט משחרר צו זיין פונעם לב, ער קאנטראלירט נאר אז די פאזיטיווע געפילן זאלן אים הייבן מיט א התרוממות הנפש און ער ווייסט וויאזוי איבערצוקומען די נעגעטיווע געפילן, אוודאי איז צוריקוקן אויפן עבר מיט נעגאטיווע געפילן נישט געווינטשן אבער צו נוצן א געפיל פון נאסטאלאגיע אז ס'זאל אים מאטיווירן אויף ווייטער איז זייער נוצליך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
נאסטאלגיע און אלטע זכרונות זענען זייער זיס, אבער דאס קען מען נאר נוצן אמאל אמאל, נישט בתמידות. ווייל דאס איז גורם צו פארפאסן א וויכטיגע טייל פונעם לעבן - ענדזשויען דעם יעצטיגן מאמענט. דעם PRESENT.
מ'האט שוין כמ"פ גערעדט דערפון דא אין שטיבל, אבל אין ביהמ"ד בלא חידוש,
כ'האב שטארק הנאה געהאט צו טרעפן דעם ארטיקל, וואס זאגט אז צווישן עשירים לעבט מען נישט מיטן עבר, נאר מיטן הוה און מיטן עתיד, און דאס איז א גרויסער שליסל פאר פינאנציעלע הצלחה אין לעבן.
http://finance.yahoo.com/news/self-made ... 00830.html

וירח ה' את ריח הניחוח