איך זיך פאר הילף איבער "חזנות" שטימע בילדונג

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאולי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2014 8:53 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

איך זיך פאר הילף איבער "חזנות" שטימע בילדונג

שליחה דורך שאולי »

א גוטן
איינע פון מיינע מעלות (א גרויסער בעל מעלות.....) איז אז איך האלט אז איך האב א גוטער שטימע
די אמת איז אז איך ווייס נישט צו מיין "דעה" איז ריכטיג צו איז עס נאר געבויעט אויף די פולע קאמפלימענטס וואס איך באקום כסדר ווען מען שיקט מיר צו (ווייל מען "מוז")
די פאר בתי מדרשים ווי איך דאווען שיקט מען מיר כסדר צו צום עמוד צו פאר קבלת שבת אדער שחרית שב"ק אדער אפילו ימים טובים
איך ווייס נישט די אמת לאמיתה צו איך טויג טאקע צו מען שיקט מי רנא צו ווייל זיי האבן נישט קיין צווייטער שעיר לעזאזל.... ווייל איך זעה נישט וואס טוט זיך אונטער מיין ריקן אבער די פאקט איז אז מען שיקט מיר כסדר צו צום עמוד און נאכן דאווענען באלויבט מען מיר ביזן דאך

אבער היות ווי דער עולם זאגט אז איך קען נעם איך אן זייער שיטה און איך האלט מיר פאר א בעל תפלה

איצט איז אזוי איך האב א שטיקל פראבלעם ביים עמוד:
ביים שטיין ביים עמוד מאכט זיך אמאל אז איך ווער סטאק ביי א הויכער שטיקל ווי מען ברויך ציען גאר הויעך, אדער אמאל נאכן דאווענען א לאנגע דאווענען ווער איך זייער הייזעריג און איך באקום שטארקע האלדז וויי, אמאל אזוי און אמאל אזוי, אמאל געלונגט עס מיר סופער-גוט און אמאל שפיר איך ווי א שלאמזל, און עס באדערט מיר זייער
און נאכמער ברוזט אין מיר די מחשבות, אז אויב איך האלט אז איך האב א גוטער שטימער פארוואס זאל איך נישט גיין ווייטער? און נאך מער ארויף ארבעטען מיין שטימע צו ווערן א חזן אדער כאטשיג א בעסערע בעל תפלה אפשר קען עס גאר זיין א מקור פרנסה?
איך האב אביסל געטון ריסורטש אין דעם אבער יעדער שרייט עפעס אנדערשט, איך בין אינגאצן צומישט, דעריבער קום איך צו אייך חברי הקאווע שטיבל ביטע זאגט מיר אייער מיינוג ווער איז דער פאסיגער מענשט וואס געבט גאר גוטע שטים בילדונג פאר חזנים (אזא איינער וואס וועט מיר אויך זאגן דעם אמת אין פנים אויב טויג איך "נישט"), און איינער וואס האט שוין מצליח געווען צו בויען שיינע חזנים
איך וואוין אין עיר בארא פארק, און איך זיך דא איינעם אין געגענט
אויב איר ווייסט פליז לייגט ארויף א נאמען און פאן נומער און מער פרטים ווי למשל "וועמענס רבי ער איז געווען" און "ווי לאנג בערך איז ער אין ליין" און נאך פרטים כיד ה' הטובה עליכם
תודה גדולה מעיקרא
שאולי

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר