קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2273 מאל
קאנטאקט:

קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד

שליחה דורך פישלע העררינג »

בייגעלייגט איז נאך א אינסטאלאציע פון "קאווע בלעטער".


וויבאלד עס איז דער דריטע קובץ, מאך איך דא א מחאה דרבים אזוי אז איך מוז זיך נישט בינדען צו א חזקה...

כמעשהו בראשונה, האב איך צוויי כללים ביים אריינשטעלן אן ארטיקל: דער ארטיקל מוז געלייקט ווערן פון לכל הפחות 10 אקטיווע ניקס, און עס איז עטוואס לענגער ווי סתם א תגובה.

איך בין ספעציעל צופרידן פון דער דאזיגע אויסגאבע, ווייל עס רעפלעקטירט וויאזוי מען האט דא רעאגירט צום ערשיטערדיגע מארד פון אחד מבני החבורה. עס איז נישט פארגעקומען קיין פריטשינג טו דע קווייער, אבער אסאך אידיש הארץ איז אויסגעגאסן געווארן איבער די אשכולות מיט סענסעטיוויטי אבער אייגנארטיגקייט.

ידידנו [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט גאר שטארק בייגעשטייערט, עפענענדיג א קוואל פון טאלאנט ביי די ניקס.

פון די ארכיוון זענען אפירגעקראצט געווארן א שיינע חינוך ארטיקל פון אונזער געשעצטער [tag]ברסלבער[/tag], און א הומאריסטישע ארטיקל פון אונזער באליבטע [tag]יואב[/tag].

בסך הכל, איז עס געוועהן א פראדוקטיווע צוויי וואכן.

אויב האב איך איינעם אויסגעלאזט, אדער פאר סיי וועלכע הערות, ביטע שיק אין אישי. איך בין אין פארבינדונג מיט א פאר באזעסענע ניקס בעצה ותושייה, ותשואת חן חן להם.

ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

קאווע בלעטער נומער 3
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר