דיין בליק אויף די ניקס לויט די ניקס זעלבסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

דיין בליק אויף די ניקס לויט די ניקס זעלבסט

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער אשכול באשטים איך, אין וועלכע מ'זאל קענען אויסמשל'ען וויאזוי א ניק קומט דיר פאר מיט זיין אויסזעה - בלויז לויט'ן נאמען צוזאמען מיטן בילד - ד.ה. זיין ניק, מיט וואס ער גייט ביי.

נאך די לעצטיגע מבול פון אשכולות וואס טוען דורך און פאנטאזירן הויעך איבער די אויסקוקן, כאראקטאראריסטיקס און שטריכן פון די פארשידענע ניקס ביי אונז אין שטיבל, האב איך באשלאסן אויך צו עפענען א אשכול, מיט א ענליכע חקירה.

בעצם ווי שוין ברייטער ארומגערעדט, זענען דאס רוב פון די גערעדעכצער פוסטע הבלים, הוידל בוידל'דיגע אילוסטראציעס, וואס האבן קיין דבר וחצי דבר צוטוהן מיט דעם ניק'ס עכטער פערסאנאליטי.

ס'גייט בערך אזוי: מ'זעט א פיקטשער פון זאק עפרון, און תיכף הערט די מוח אויף צו טראכטן. מכאן ואילך נעמט די מעשה איבער דעם רעדל פון מחשבות.

תיכף פיקטשערט מען זיך טאמבל סאס מיט דאס שלעגליכע האלדזל און שפיציג נעזל, ווי ער מאכט א נאקעטע קאזשיקל אויפ'ן טוילעט טאפ, און ציהט אונטער אלע נשים. אלזא מוז זיין אז טאמבל סאס איז דער שיינער אינגערמאן וואס טרעפט איבעראל א דזשאב. ספעציעל ביי א גראסערי רעדזשיסטער אדער אלס קינדערגארטן מלמד. ער זאגט דאך קלאר אזוי. אפשר נישט דייטליך, אבער על כל פנים גיט ער אזא אימפרעשן.

קען ער דאך דארום אויפשטיין שפעט, ווייל זיין אלטע באלעבאס איז אים גיך מוחל. ס'הייסט, ער ווארט אים שוין אויס, ווייל ער קען קוים האנדלען די לאנגע רייע נשים וואס ווארטן צו צאלן. אדער דער מנהל מיט די גראבע בארד האט זיך קיין עצה געגיבן מיט די איידעלע נשים צדקניות וואס האבן געמאנט צו וויסן ווען דער אזוי געטרייער 'איידעלער' אינגערמאן קומט אין חדר, ווייל דאס קינד בענקט זיך שוין צו אים. אדער דער פעשער סלאמ-לארד ערווארט א ווארעמע גויאישע אשה מיט וועמען ער ברויך קאנסאלטען איבער א קריטיש צייט-נוגנדע פליפ פלאפ און טאמבל'ס שיינע אויסזע און כאריזמע - בנוסף צו זיין ערלויבן זיך "מסיח דעת" צו זיין א מאמענט פון זיין אישה שירצעלע אין כאטקע (כ'מיין שלום בית איז דאך נישט גוט) - וועט אים עררייכן א שיינע קאנסעציע פון איר.

און די סיבה - פשוט ווייל א בילד וואס מ'לייגט זיך אויפ'ן פראופייל איז דאס איינציגסטע בילד וואס ליגט געסעיווט ביי דיר אין מח און ערלויבט דיר פאנטאזירן דערמיט.

ווען איך זע אז יעדער זאגט זיינס. זאג איך אויך מיינס.
און צו געבן א אייזערנע דוגמא, לייענט דאס:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מאטי'ס ניק פלעגט מיר מאכן טראכטן פון א לייסענס פלעיט, יעצט מאכט מיר עס טראכטן פון די ר' מאיר בעל הנס גבאי צדקה.

למשל איך, ווען כ'זע א ניק'ס נאמען, אהן אפילו לייענען וואס ער שרייבט, משל'ט זיך מיר שוין אויס עטוואס א בילד איבער זיין אויסזע, און אלץ אהן דוקא נעמען אין באטראכט וואס ער שרייבט, אדער דוקא אויך נעמענדיג אין חשבון זיין ניק און בילד.

כ'וועל נעמען א שטייגער [tag]קופערניקוס[/tag].
אזא קופערנע גלעקל וואס הענגט הויעך אינדערמיטן פון א גרויסע ציגלענע טורעם.
דער שיין געשניצטע טורעם איז א טייל פון די עק וואס געהערט צו א גרויסע רויטע פעסטונג ערגעצוואו אינדרויסן פון באוואוינטן ישוב.
און קוקענדיג בעסער קען מען מערקן א קליין קעפל וואס שטעקט זיך ארויס מזמן לזמן פונעם פענצטער העכערן גלאק.
ער איז אביסל פעשליך,
און א שטארקע ציטער דערקענט זיך אויף זיין געזיכט.
פלוצים ווערט ער נתלבש אינעם גלאק,
ער צעקלינגט זיך מיט א דונערדיגן רעש,
אזאנס וואס דערציטערט אלע ארומיגע.
אבער ער ווערט תיכף וואסאמאל פארשוואונדן פון אויג.
עס וועט נאך נעמען לאנג ביז זיין רויטע קליינער קעפל וועט זיך באווייזן אין דער עפנטליכקייט.
אמת איך זע טאקע נישט קיין נפש חיה,
אזוי ווייט ווי מיין בליק דערגרייכט,
פונדעסטוועגן קען איך זאגן איך שפור בחוש זיין פאראנאויע,
און דאס הארץ מיינע גארט דאס קעפל ווידער צוזען,
און דאס גלאק ווידער צוהערן.
ווייל ווען דאס געשעהט, טוט א כוואליע פון חכמה באפאלן דעם יקום,
און א מיסטעריעזע רוהיגקייט באנעמט מיינע גלידער.
א מינוט ארום וויל איך אין זיין ארט דוועלן, און א מינוט צוריק ציהט מיין הארץ אוועק,
צו דאס רוישיגע פילפארביגע הוה,
וואס וועט פארטייבן מיין וועזן,
פארגיכערן יארן פון צער, פארקורצערן צייטן פון הנאה,
אויסנוצן מיינע קרעפטן, צו ברענגען גליק פאר אנדערע,
אוועקנעמען די כח פון די פעדער, און אירע געפילן פארפראסטן מיט מעשים,
מיך זעלבסט אפבלאפן דאס דער לעבן איז פאר אנדערע, אנשטאט צווישן זיך און מיך.

[tag]שמעקעדיג[/tag]למשל קוקט מיר אין געדאנק אויס,
ווען איך אטריביוט אים צו א גלעזל שמעקעדיגע קאווע,
ווי א מיטל יעריגער וואס טרעט אקארשט ארויס פון שטוב,
און פון האלדז הערט זיך א ווארימער א גוטן וואס לויפט צוריק אריין אין הויז,
און דער הבל זיינער מישט זיך גאנץ פיין אויס מיט די ווארימע קאווע וועלכער קאכט זיך אינעם מעיקער לויט דאט קאמ'ס השגות.
איך קוק אינעם קאווע און כ'זע א פיינער אינגערמאן,
האט א געפיהל צו שיינקייט,
די שיינקייט פון נאטור,
די שיינקייט פונעם בריאה,
די שיינקייט פון א בלעטל,
די שיינקייט פון א מענטשן'ס זיטן,
ער ליבט דאס א מענטשן.
ער טראכט נישט טיף צופיהל,
ער ווייסט ער קען ווען,
ער וויל אבער נישט,
ער גרובט נישט,
ער וויל נישט טרעפן די שווארצקייט ביים אונטן אין גלעזל,
די ביטערקייט וואס ליגט דאך איבעראל,
די טעם וואס מאכט דיר קווענקלען ווי גוט די קאווע איז געלונגען,
ווי שטארק דער מענטש שטימט מיט דיינע פרעפערענצן.
ער וויל אזוי זען דעם שיינעם ליכטיג ברוינעם קאליר וואס ווארפט א אנגענעמע גערוך אין אלע ווינקלען,
זיין קערפער איז פעשליך און רוקט זיך גראדע נישט גאר שנעל, אבער דייקא דאס מאכט אים אזוי געלאסן און צוגעלאזן.
ער איז מיט דעם קאווע שמעק באקאנט שוין פון א צייט,
ער האט דעם שמעק פארזוכט יארן אין כולל,
פון וואנעט מיינסטו נעמט זיך זיין זיסער שפראך,
באציקערט מיט מאמרים און קענטעניסן,
א אחוה ורעות צו די חברותא,
און נאכאלס מיט א מיטלגארטיגן צוגאנג, אזאנס וואס מ'קען אייביג שיטערער מאכן מיט א ווארים גלעזל קאווע.

עפעס דער סמיילי זעצט מיר זיך נאכנישט גענוג, אוועקצושטופן דעם אזוי באליבטן קאווע בילד. ;)

אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, כ'האב געהאפט צו זאגן נאך. ווען ס'וועט זיך מיר מאכן א געלעגנהייט. אבער לאמיר הערן וואס איר האלט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

טאמבעל סאוס,
איינער וואס האט בלעק בעלט
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

טאמבל סאס איז אביסל א שווערע קעיס. זיין פנים איז שיין, זיין ניק איז קינדעריש און זיין חתימה איז קארני. ער האט מן הסתם געהאט א שווערע יוגענט.
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

האהא!!!
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טאמבל סאס:
די vibe איך באקום פון די בילד מיט'ן ניק ארבייט זייער גוט צוזאמען. א טאמבל סאסע מענטש. האט ליב צוטראכטן, אבער האט אויך ליב נישט צוטראכטן-סתם צו דמיונען. אזוי מיט אלעס, האט ליב טיפע subjects אבער האט אויך ליב שטותים. וכדומה.

נ.ב. דמיון און שטותים קומט זייער צוניץ, ס'האט מיר געהאלפן שרייבן די הודעה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אה געטראפן! די גלעקל אבער טרעף איך נישט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

טאמבל סאס כשמו כן הוא, אזא ראולי פאולי, ווער ער פאלט איז ער פונקט אזוי הויעך ווי ווען ער שטייט, זיין אוואטאר דערמאנט פון עפרון החתי, אויך קיין דארער מענטש נישט געוועזן, אזא פגעו לי, אויף א דארע מענטש זאגט מען נישט ישב בתוך בני חת, ער איז געזעצן אזוי בתוך, אריינגעווישט אין אלע ארומיגע בני חת, זיינע לאבעס ווער ער רופט הענט פליען אזוי אומקאנטראלירבאר אריין פון טעלער צו טעלער, פון טיש צו טיש, מ'קען דעם טאמבל נישט אפשטעלן פאר קיין געלט. צוליב זיין גרויס געוויכט שוויצט ער אסאך, אבער זיינע נאנטע חבירים זאגן אז ער איז זייער סעלף קאנצעס דערוועגן, ער פראבירט זיך צו וואשן צווי דריי מאל א טאג אבער אן ערפאלג. ידידים זאגן אפילו אז איינמאל האט ער געגעסן נאר גרינס פאר באלד דריי טעג, ווייל איינער האט עם געזאגט אז מ'שוויצט נישט אזוי שטארק, אבער וואס מיינט עטס? וואס ווייסן די נארישע סייענטיסטן, ס'האט געהאלפן א מכה.

זיין גראבקייט מאכט זיין כאראקטער זיין אביסל מער bubbly, ער איז זייער down to earth (א ברירה האט ער? gravity!) און צוגעלאזן צו יעדעם, ער טענה'ט אפילו אז ס'באדערט עם נישט ווען מ'מאכט חוזק פון זיין איבערוואג, וואס איז עס דען? א נאמבער אויפן סקעיל! צומאל מאכט ער אליינס חוזק פון זיך צו פראווען אז ער האט thick skin, (לדעתי איז דאס גאנץ אבוויעס, ער דארף עס נישט פראווען...)

מתחילה האט ער זיך געוואלט געבן א ניק טאקע ראלי פאולי, אבער אלץ גילוי האט ער משנה געווען מ'זאל נישט כאפן גלייך אז ער איז עס.
פארשפארט