נאך די לעצטיגע מבול פון אשכולות וואס טוען דורך און פאנטאזירן הויעך איבער די אויסקוקן, כאראקטאראריסטיקס און שטריכן פון די פארשידענע ניקס ביי אונז אין שטיבל, האב איך באשלאסן אויך צו עפענען א אשכול, מיט א ענליכע חקירה.
בעצם ווי שוין ברייטער ארומגערעדט, זענען דאס רוב פון די גערעדעכצער פוסטע הבלים, הוידל בוידל'דיגע אילוסטראציעס, וואס האבן קיין דבר וחצי דבר צוטוהן מיט דעם ניק'ס עכטער פערסאנאליטי.
ס'גייט בערך אזוי: מ'זעט א פיקטשער פון זאק עפרון, און תיכף הערט די מוח אויף צו טראכטן. מכאן ואילך נעמט די מעשה איבער דעם רעדל פון מחשבות.
תיכף פיקטשערט מען זיך טאמבל סאס מיט דאס שלעגליכע האלדזל און שפיציג נעזל, ווי ער מאכט א נאקעטע קאזשיקל אויפ'ן טוילעט טאפ, און ציהט אונטער אלע נשים. אלזא מוז זיין אז טאמבל סאס איז דער שיינער אינגערמאן וואס טרעפט איבעראל א דזשאב. ספעציעל ביי א גראסערי רעדזשיסטער אדער אלס קינדערגארטן מלמד. ער זאגט דאך קלאר אזוי. אפשר נישט דייטליך, אבער על כל פנים גיט ער אזא אימפרעשן.
קען ער דאך דארום אויפשטיין שפעט, ווייל זיין אלטע באלעבאס איז אים גיך מוחל. ס'הייסט, ער ווארט אים שוין אויס, ווייל ער קען קוים האנדלען די לאנגע רייע נשים וואס ווארטן צו צאלן. אדער דער מנהל מיט די גראבע בארד האט זיך קיין עצה געגיבן מיט די איידעלע נשים צדקניות וואס האבן געמאנט צו וויסן ווען דער אזוי געטרייער 'איידעלער' אינגערמאן קומט אין חדר, ווייל דאס קינד בענקט זיך שוין צו אים. אדער דער פעשער סלאמ-לארד ערווארט א ווארעמע גויאישע אשה מיט וועמען ער ברויך קאנסאלטען איבער א קריטיש צייט-נוגנדע פליפ פלאפ און טאמבל'ס שיינע אויסזע און כאריזמע - בנוסף צו זיין ערלויבן זיך "מסיח דעת" צו זיין א מאמענט פון זיין אישה שירצעלע אין כאטקע (כ'מיין שלום בית איז דאך נישט גוט) - וועט אים עררייכן א שיינע קאנסעציע פון איר.
און די סיבה - פשוט ווייל א בילד וואס מ'לייגט זיך אויפ'ן פראופייל איז דאס איינציגסטע בילד וואס ליגט געסעיווט ביי דיר אין מח און ערלויבט דיר פאנטאזירן דערמיט.
ווען איך זע אז יעדער זאגט זיינס. זאג איך אויך מיינס.
און צו געבן א אייזערנע דוגמא, לייענט דאס:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מאטי'ס ניק פלעגט מיר מאכן טראכטן פון א לייסענס פלעיט, יעצט מאכט מיר עס טראכטן פון די ר' מאיר בעל הנס גבאי צדקה.
למשל איך, ווען כ'זע א ניק'ס נאמען, אהן אפילו לייענען וואס ער שרייבט, משל'ט זיך מיר שוין אויס עטוואס א בילד איבער זיין אויסזע, און אלץ אהן דוקא נעמען אין באטראכט וואס ער שרייבט, אדער דוקא אויך נעמענדיג אין חשבון זיין ניק און בילד.
כ'וועל נעמען א שטייגער [tag]קופערניקוס[/tag].
אזא קופערנע גלעקל וואס הענגט הויעך אינדערמיטן פון א גרויסע ציגלענע טורעם.
דער שיין געשניצטע טורעם איז א טייל פון די עק וואס געהערט צו א גרויסע רויטע פעסטונג ערגעצוואו אינדרויסן פון באוואוינטן ישוב.
און קוקענדיג בעסער קען מען מערקן א קליין קעפל וואס שטעקט זיך ארויס מזמן לזמן פונעם פענצטער העכערן גלאק.
ער איז אביסל פעשליך,
און א שטארקע ציטער דערקענט זיך אויף זיין געזיכט.
פלוצים ווערט ער נתלבש אינעם גלאק,
ער צעקלינגט זיך מיט א דונערדיגן רעש,
אזאנס וואס דערציטערט אלע ארומיגע.
אבער ער ווערט תיכף וואסאמאל פארשוואונדן פון אויג.
עס וועט נאך נעמען לאנג ביז זיין רויטע קליינער קעפל וועט זיך באווייזן אין דער עפנטליכקייט.
אמת איך זע טאקע נישט קיין נפש חיה,
אזוי ווייט ווי מיין בליק דערגרייכט,
פונדעסטוועגן קען איך זאגן איך שפור בחוש זיין פאראנאויע,
און דאס הארץ מיינע גארט דאס קעפל ווידער צוזען,
און דאס גלאק ווידער צוהערן.
ווייל ווען דאס געשעהט, טוט א כוואליע פון חכמה באפאלן דעם יקום,
און א מיסטעריעזע רוהיגקייט באנעמט מיינע גלידער.
א מינוט ארום וויל איך אין זיין ארט דוועלן, און א מינוט צוריק ציהט מיין הארץ אוועק,
צו דאס רוישיגע פילפארביגע הוה,
וואס וועט פארטייבן מיין וועזן,
פארגיכערן יארן פון צער, פארקורצערן צייטן פון הנאה,
אויסנוצן מיינע קרעפטן, צו ברענגען גליק פאר אנדערע,
אוועקנעמען די כח פון די פעדער, און אירע געפילן פארפראסטן מיט מעשים,
מיך זעלבסט אפבלאפן דאס דער לעבן איז פאר אנדערע, אנשטאט צווישן זיך און מיך.
[tag]שמעקעדיג[/tag]למשל קוקט מיר אין געדאנק אויס,
ווען איך אטריביוט אים צו א גלעזל שמעקעדיגע קאווע,
ווי א מיטל יעריגער וואס טרעט אקארשט ארויס פון שטוב,
און פון האלדז הערט זיך א ווארימער א גוטן וואס לויפט צוריק אריין אין הויז,
און דער הבל זיינער מישט זיך גאנץ פיין אויס מיט די ווארימע קאווע וועלכער קאכט זיך אינעם מעיקער לויט דאט קאמ'ס השגות.
איך קוק אינעם קאווע און כ'זע א פיינער אינגערמאן,
האט א געפיהל צו שיינקייט,
די שיינקייט פון נאטור,
די שיינקייט פונעם בריאה,
די שיינקייט פון א בלעטל,
די שיינקייט פון א מענטשן'ס זיטן,
ער ליבט דאס א מענטשן.
ער טראכט נישט טיף צופיהל,
ער ווייסט ער קען ווען,
ער וויל אבער נישט,
ער גרובט נישט,
ער וויל נישט טרעפן די שווארצקייט ביים אונטן אין גלעזל,
די ביטערקייט וואס ליגט דאך איבעראל,
די טעם וואס מאכט דיר קווענקלען ווי גוט די קאווע איז געלונגען,
ווי שטארק דער מענטש שטימט מיט דיינע פרעפערענצן.
ער וויל אזוי זען דעם שיינעם ליכטיג ברוינעם קאליר וואס ווארפט א אנגענעמע גערוך אין אלע ווינקלען,
זיין קערפער איז פעשליך און רוקט זיך גראדע נישט גאר שנעל, אבער דייקא דאס מאכט אים אזוי געלאסן און צוגעלאזן.
ער איז מיט דעם קאווע שמעק באקאנט שוין פון א צייט,
ער האט דעם שמעק פארזוכט יארן אין כולל,
פון וואנעט מיינסטו נעמט זיך זיין זיסער שפראך,
באציקערט מיט מאמרים און קענטעניסן,
א אחוה ורעות צו די חברותא,
און נאכאלס מיט א מיטלגארטיגן צוגאנג, אזאנס וואס מ'קען אייביג שיטערער מאכן מיט א ווארים גלעזל קאווע.
עפעס דער סמיילי זעצט מיר זיך נאכנישט גענוג, אוועקצושטופן דעם אזוי באליבטן קאווע בילד.

אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, כ'האב געהאפט צו זאגן נאך. ווען ס'וועט זיך מיר מאכן א געלעגנהייט. אבער לאמיר הערן וואס איר האלט?