דער סעקסיזם פאראדאקס
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דער סעקסיזם פאראדאקס
אין א לעצטערע שמועס מיט א חבר איבער דעם ענין פון פעמיניזם ואביזרייהו איז מיר נולד געווארן א געדאנק וואס איך וואלט געוואלט מציע זיין דא און הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
פאר די וואס ווייסן נישט, פעמיניזם באדייט די שיטה אז פרויען און מענער האבן אייניגע כשרונות און מעגליכקייטן, עס איז נישטא קיין באדייטנדע חילוק צווישן די צוויי אויסער זייערע גופים.
סעקסיזם באדייט די שיטה אז עס איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן מענער און פרויען. למשל, אויב איינער האלט אז מענער זענען מער געלונגענע סייענטיסטס ווי פרויען דעמאלט איז ער א סעקסיסט. אין סאסייעטי ביז לעצטנס איז סעקסיזם געווען אן אנגענומענע זאך. מענער האבן געהאלטן אז פרויען דארפן זיין אין שטוב און זיי טויגן ווייניגער אויפצוטוען זאכן ווי מענער. די פעמיניזם באוועגונג האט דאס געטוישט און האט אריינגעברענגט א רוח אז עס איז נישט ריכטיג, פרויען האבן די זעלבע כשרונות און מעגליכקייטן ווי מענער. אויב היינט זעט מען אז א מאן באציט זיך צו פרויען אויף א דערנידערנדן אופן (למשל ער זאגט כל כבודה בת מלך פנימה) ווערט ער באטיטלט אלס א סעקסיסט. ווען דער פרעזידענט פון הארווארד האט אמאל פארגעשלאגן אין א דרשה אז איינער פון די סיבות פארוואס עס זענען פארהאן ווייניגער פרויען סייענטיסטס ווי מענער איז וויבאלד זיי האבן ווייניגער כשרונות אין אזעלכע ענינים ווי סייענס און לאגיק האט ער פארארוזאכט אזא שטורעם אז ער האט געמוזט רעזיגנירן.
אין דעם שמועס מיט מיין חבר האב איך אים געזאגט אז איך האב א לאגישע טענה אויף די וועג ווי אזוי דער טיטל פון סעקסיזם ווערט באנוצט היינטיגע צייטן. מיט דעם וואס דער פעמיניסט (געווענליך א פרוי) זאגט אז עס הערשט סעקסיזם אויף די וועלט, מיינט זי געווענליך צו זאגן אז מענער קוקן אראפ אויף פרויען. אלזא, מיט דעם באשטעטיגט זי אז עס איז פאקטיש דא א חילוק צווישן מענער און פרויען, ווייל מענער זענען מער סעקסיסט ווי פרויען. קומט אויס אז זי איז אליין א סעקסיסט.
לאמיר דאס אילוסטרירן מיט א משל, שלמה און שרה טענה'ן זיך ארום איבער א געוויסער פרוי, מרת. לערנער, א פראפעסאר. שרה טענה'ט אז מרת. לערנער איז גאר א גוטע פראפעסאר, און שלמה טענה'ט אז נישט. שרה פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס באדערט אים וועגן מרת. לערנער, אבער שלמה האט נישט קיין געהעריגע ענטפער. שרה ווערט אויפגערעגט און גיבט א זאג "ביסט סתם א סעקסיסט!"
שרה איז גאנץ מעגליך גערעכט אז שלמה איז א סעקסיסט. אבער לאמיר זיך פארשטעלן אז די שמועס זאל פארקומען צווישן שרה און מלכה, און מלכה זאל טענה'ן אז לערנער איז נישט קיין גוטע פראפעסאר אן קיין שום נארמאלע סיבה. דעמאלט וועט שרה אודאי נישט שרייען אז מלכה איז א סעקסיסט, נאר זי וועט זאגן אז אפשר האט מלכה געהאט עפעס א פערזענליכע צוזאמענשטויס מיט מרת. לערנער, אדער האט זי נישט ליב די קאליר פון לערנער'ס האר, אדער האט איר סתם אזוי אנגעכאפט א משוגעת. אין אנדערע ווערטער, די איינציגסטע סיבה פארוואס שרה האט באשולדיגט שלמה אז ער איז א סעקסיסט איז פשוט ווייל ער איז פון אן אנדער דזשענדער, ער איז א מאן. און דערפאר איז ער אויטאמאטיש מער עלול צו פיינט האבן פרויען פאר גארנישט. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן אז מענער זענען אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו זיין בעסערע סייענטיסטס? הצד השוה שבהן אז ביידע רעיונות מאכן א חילוק צווישן די צוויי דזשענדערס.
די זעלבע טענה קען מען אויך נוצן לגבי ראסיזם. דער שווארצער שרייט אז עס הערשט ראסיזם קעגן שווארצע. צום ביישפיל, מיט דעם וואס מענטשן האלטן אז שווארצע זענען מער עלול צו באגיין מערדעריי, און מיט דעם מאכן זיי א חילוק צווישן די צוויי ראסעס. אבער מיט די טענה אליין באשטעטיגט דער שווארצער אז עס איז דא א חילוק צווישן שווארצע און ווייסע, דהיינו, א ווייסער וועט ענדערש פיינט האבן א שווארצער ווי א צווייטער שווארצער. צום ביישפיל, ביי די מעשה פון זימערמאן האט מען אים באשולדיגט אז ער האט גע'הרג'עט א שווארצער צוליב ראסיזם, ווייל זימערמאן האט געהאלטן אז א שווארצער איז מער עלול אים צו הרג'ענען בלויז צוליב דעם וואס ער איז א שווארצער. לאמיר זאגן אז דאס איז אמת, אבער פאקטיש איז דא געשען פונקט אזא ראסיזם אויף צוריק. דהיינו, מען האט באשולדיגט א ווייסער מאן, זימערמאן, אז ער איז א פשוט'ער רוצח. און דאס האט מען באזירט בלויז אויף זיין ווייסקייט. יעדער פארשטייט דאך אז ווען זימערמאן וואלט אויך געווען א שווארצער וואלט קיינער נישט געזאגט אז ער האט געהרג'עט טרעווין מארטי צוליב ראסיזם. ממילא דאס וואס זימערמאן איז א ווייסער האט אים אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו ווערן באשולדיגט אלס א ראסיסט און רוצח.
איך האף אז איך האב גענוג קלאר ארויסגעשטעלט מיין ארגומענט. איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
דאס אלעס איז געבויט אויף די הנחה אז א פרוי קען נישט זיין סעקסיסט און א שווארצער קען נישט זיין א ראסיסט, א הנחה וואס האט נישט קיין מעריט.
און איך רעד נישט פון א פרוי וואס האלט מענער זענען ווייניגער אדער א שווארצער וואס האסט ווייסע, כרעד פון א שווארצער וואס גלייבט אז ווייסע זענען סופעריאר און א פרוי וואס האלט אז זי באלאנגט אינדערהיים.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
וואס איך גיי שרייבן ווייסטו שוין.
די חילוק איז צו ער איז מער עלול בטבעו, מצד זיינע גענעס - שלא בבחירתו, אדער ער איז נאר 'פראקטיש' מער עלול, מחמת השחתת מידותיו, הנחות קדומות וכו' וכו'.
א מאן האלט אז א פרוי איז בעצם נישט אזוי מוכשר ווי א מאן, משא”כ דאס אנעמען אז א מאן האלט אזוי איז נישט מצד זיינע גענעס, נאר ווייל אדם קרוב אצל עצמו, און ער האט נישט מזכך געווען זיינע מידות, ממילא איז ער 'בוחר' צו האלטן אז זיין גענדער איז מער מוכשר.
ביי ראסיזם איז עס שוין מער קאמפליצירט, אין טייל ווייל אמת'ע ראסיזם איז לכאורה נאר ווען מען האלט אז מיום היוולדם זענען שווארצע מער עלול אויף רציחה, אויב האלט ער נאר אז כהיום יום - נאך אלעם וואס דער שווארצער איז אריבער בימי חייו - איז ער מער עלול צו הרגענען, איז עס לכאורה נישט אמת'ע ראסיזם, נאר על דרך ההשאלה.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:דאס אלעס איז געבויט אויף די הנחה אז א פרוי קען נישט זיין סעקסיסט און א שווארצער קען נישט זיין א ראסיסט, א הנחה וואס האט נישט קיין מעריט.
און איך רעד נישט פון א פרוי וואס האלט מענער זענען ווייניגער אדער א שווארצער וואס האסט ווייסע, כרעד פון א שווארצער וואס גלייבט אז ווייסע זענען סופעריאר און א פרוי וואס האלט אז זי באלאנגט אינדערהיים.
אודאי איז פארהאן אזא זאך, עס איז נאר אסאך ווייניגער שכיח. עס איז אבער ווייטער ראסיזם. פונקט ווי ווען א ווייסער האלט אז עס איז ווייניגער שכיח א ווייסער זאל זיין א מערדער ווי א שווארצער.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איך גיי שרייבן ווייסטו שוין.
די חילוק איז צו ער איז מער עלול בטבעו, מצד זיינע גענעס - שלא בבחירתו, אדער ער איז נאר 'פראקטיש' מער עלול, מחמת השחתת מידותיו, הנחות קדומות וכו' וכו'.
א מאן האלט אז א פרוי איז בעצם נישט אזוי מוכשר ווי א מאן, משא”כ דאס אנעמען אז א מאן האלט אזוי איז נישט מצד זיינע גענעס, נאר ווייל אדם קרוב אצל עצמו, און ער האט נישט מזכך געווען זיינע מידות, ממילא איז ער 'בוחר' צו האלטן אז זיין גענדער איז מער מוכשר.
ביי ראסיזם איז עס שוין מער קאמפליצירט, אין טייל ווייל אמת'ע ראסיזם איז לכאורה נאר ווען מען האלט אז מיום היוולדם זענען שווארצע מער עלול אויף רציחה, אויב האלט ער נאר אז כהיום יום - נאך אלעם וואס דער שווארצער איז אריבער בימי חייו - איז ער מער עלול צו הרגענען, איז עס לכאורה נישט אמת'ע ראסיזם, נאר על דרך ההשאלה.
א גוטע פוינט. אבער דעמאלט וועט דאס מיינען אז א פעמיניסט קען נישט זיין קיין דעטערמיניסט.
---
שבתי וראיתי אז ס'איז נישט ממש אזוי ווי דו זאגסט, ווייל דאס אליין וואס דער מאן איז נישט מזכך זיינע מדת איז לכאורה אויך נאר ווייל ער האט א מער אגרעסיווע נאטור. דהיינו, אלטימעטלי איז עס אויך תלוי אין די גענעס. אזוי אויך דאס וואס ער האט הנחות קדומות איז אויך נישט ממש קיין חילוק, ווייל ערגעץ האט זיך דאך אנגעהויבן סעקסיזם, און צוליב א סיבה האט זיך עס אנגעהויבן ביי מענער און נישט ביי פרויען. לכאורה איז די סיבה א גענעטישע חילוק.
האדם לא נברא אלא להתענג
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
יאיר האט געשריבן:אין דעם שמועס מיט מיין חבר האב איך אים געזאגט אז איך האב א לאגישע טענה אויף די וועג ווי אזוי דער טיטל פון סעקסיזם ווערט באנוצט היינטיגע צייטן. מיט דעם וואס דער פעמיניסט (געווענליך א פרוי) זאגט אז עס הערשט סעקסיזם אויף די וועלט, מיינט זי געווענליך צו זאגן אז מענער קוקן אראפ אויף פרויען. אלזא, מיט דעם באשטעטיגט זי אז עס איז פאקטיש דא א חילוק צווישן מענער און פרויען, ווייל מענער זענען מער סעקסיסט ווי פרויען. קומט אויס אז זי איז אליין א סעקסיסט.
ערשטנס, נישט נאר פרויען זאגן דאס, נאר מענער זאגן דאס פונקט ווי פרויען, ווייל עס איז היינט נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אז עס איז א קאמפלעקס פון די סענסיטיווע פרויען (ווידער סעקסיזם...) נאר עס איז קלאר איבערגעוויזן מיט הארטע באווייזן און נומערן.
צווייטנס, דאס איז די זעלבע ווי אויב א איד זאל זאגן אז עס איז דא אנטיסעמטיזם. וועסטו זאגן אז מיט דעם באשטעטיגט ער אז עס איז פאקטיש דא חילוק צווישן אידן און גוים, און גוים זענען ווייניגער? ניין, ער זאגט נאר דעם פאקט. די זעלבע זאגט די פרוי א פאקט אז פרויען ליידן פון דעם אז מען קוקט זיי אן ווי זיי זענען ווייניגער ווערד.
לאמיר דאס אילוסטרירן מיט א משל, שלמה און שרה טענה'ן זיך ארום איבער א געוויסער פרוי, מרת. לערנער, א פראפעסאר. שרה טענה'ט אז מרת. לערנער איז גאר א גוטע פראפעסאר, און שלמה טענה'ט אז נישט. שרה פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס באדערט אים וועגן מרת. לערנער, אבער שלמה האט נישט קיין געהעריגע ענטפער. שרה ווערט אויפגערעגט און גיבט א זאג "ביסט סתם א סעקסיסט!"
שרה איז גאנץ מעגליך גערעכט אז שלמה איז א סעקסיסט. אבער לאמיר זיך פארשטעלן אז די שמועס זאל פארקומען צווישן שרה און מלכה, און מלכה זאל טענה'ן אז לערנער איז נישט קיין גוטע פראפעסאר אן קיין שום נארמאלע סיבה. דעמאלט וועט שרה אודאי נישט שרייען אז מלכה איז א סעקסיסט, נאר זי וועט זאגן אז אפשר האט מלכה געהאט עפעס א פערזענליכע צוזאמענשטויס מיט מרת. לערנער, אדער האט זי נישט ליב די קאליר פון לערנער'ס האר, אדער האט איר סתם אזוי אנגעכאפט א משוגעת. אין אנדערע ווערטער, די איינציגסטע סיבה פארוואס שרה האט באשולדיגט שלמה אז ער איז א סעקסיסט איז פשוט ווייל ער איז פון אן אנדער דזשענדער, ער איז א מאן. און דערפאר איז ער אויטאמאטיש מער עלול צו פיינט האבן פרויען פאר גארנישט. מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן אז מענער זענען אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו זיין בעסערע סייענטיסטס? הצד השוה שבהן אז ביידע רעיונות מאכן א חילוק צווישן די צוויי דזשענדערס.
ווען עס וואלט נאר געווען איין מעשה צווישן שלמה און שרה ביסטו טאקע גערעכט, ווייל עס קען זיין אז אויך מלכה וואלט אזוי געהאלטן איבער מרת לערנער, אבער אויב אלע מענער האלטן געווענליך אויף אלע "מרת פראפעסארן" אז זיי זענען ווייניגער, און מען זעט אויך אז זיי וועלן ענדערש הייערן מענער ווי פרויען און צאלן מער פאר מענער ווי פרויען, דעמאלט פארשטייסטו אז עס האט מסתמא יא מיט סעקסיזם. עס איז אויך א חילוק צי מען זאגט אז 'יענע' פרוי 'איז' נישט גוט דערין, צי מען זאגט אז 'פרויען' אין דזשענערעל 'קענען נישט' זיין גוט דערין.
ועוד, מען זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין חילוק צווישן מענער און פרויען, עס איז זיכער יא דא, פרויען זענען אנדערש ווי אונז, אבער פרויען זענען נישט 'ווייניגער'. און זיי קענען זיין פונקט אזעלכע גוטע סייענטיסטן, אדער אנדערע זאכן. (מענער און פרויען האבן ביידע געוויסע פעלדער ווי איין מין קען זיין אביסל בעסער פון אנדערן, למשל מענער זענען פיזיש שטערקער פון פרויען, און פרויען האבן נישט קיין טענות אויב די וועלט האלט אזוי ווייל דאס איז דער פאקט, אבער אנדערע זאכן, ווי חכמה און טאלאנט, וואס דער פאקט איז אז זיי זענען גארנישט ווייניגער ווי מענער, איז אויב איינער זאגט אז יא, איז עס נאר צוליב סעקסיזם.
איך האף אז איך האב גענוג קלאר ארויסגעברענגט די פוינט.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הילל, I couldn't have said it better.
נאכמער, ס'איז נישט סעקסיסט צו זאגן אז מענער מאכן החלטות בעיסד אויף לאגיק, און פרויען קוקן מער אויף געפיל, ווייל זיי זענען מער compassionate ווי מענער, אדער אנדערע חילוקים וואס מענער און פרויען זענען אנדערש. פונקט ווי ס'איז נישט ראסיסטיש צו זאגן אז שווארצע זענען אן אוורעדזש אפאר אינטשעס העכער ווי זייער אייראפעישע קאזינס, נאר ס'דא זאכן וואס זענען אנדערש, אבער דאס מיינט נישט אז איינער איז "בעסער" ווי דער צווייטער בכלליות. ממילא אפילו אויב דו וואלסט ווען יא געזאגט אז מענער זענען מער סעקסיסט, (וואס דו זאגסט נישט, און ס'איז נישט אמת) וואלט עס נאכאלץ נישט געווען סעקסיסט אזוי צו זאגן. כנלע"ד.
נאכמער, ס'איז נישט סעקסיסט צו זאגן אז מענער מאכן החלטות בעיסד אויף לאגיק, און פרויען קוקן מער אויף געפיל, ווייל זיי זענען מער compassionate ווי מענער, אדער אנדערע חילוקים וואס מענער און פרויען זענען אנדערש. פונקט ווי ס'איז נישט ראסיסטיש צו זאגן אז שווארצע זענען אן אוורעדזש אפאר אינטשעס העכער ווי זייער אייראפעישע קאזינס, נאר ס'דא זאכן וואס זענען אנדערש, אבער דאס מיינט נישט אז איינער איז "בעסער" ווי דער צווייטער בכלליות. ממילא אפילו אויב דו וואלסט ווען יא געזאגט אז מענער זענען מער סעקסיסט, (וואס דו זאגסט נישט, און ס'איז נישט אמת) וואלט עס נאכאלץ נישט געווען סעקסיסט אזוי צו זאגן. כנלע"ד.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:הילל, I couldn't have said it better.
נאכמער, ס'איז נישט סעקסיסט צו זאגן אז מענער מאכן החלטות בעיסד אויף לאגיק, און פרויען קוקן מער אויף געפיל, ווייל זיי זענען מער compassionate ווי מענער, אדער אנדערע חילוקים וואס מענער און פרויען זענען אנדערש. פונקט ווי ס'איז נישט ראסיסטיש צו זאגן אז שווארצע זענען אן אוורעדזש אפאר אינטשעס העכער ווי זייער אייראפעישע קאזינס, נאר ס'דא זאכן וואס זענען אנדערש, אבער דאס מיינט נישט אז איינער איז "בעסער" ווי דער צווייטער בכלליות. ממילא אפילו אויב דו וואלסט ווען יא געזאגט אז מענער זענען מער סעקסיסט, (וואס דו זאגסט נישט, און ס'איז נישט אמת) וואלט עס נאכאלץ נישט געווען סעקסיסט אזוי צו זאגן. כנלע"ד.
דאס איז אפשר דיין מיינונג, און עס איז זייער ריכטיג, אבער אין די וועלט איז נישט אנגענומען אזוי. אויב איינער וועט זאגן אז מענער זענען בעסער אין לאגיק, אדער אז מענער אן עוורעדזש פראדוצירן מער סייענטיסטן צוליב זייערע כשרונות אין דעם הינזיכט, וועט מען אים באטראכטן אלס א סעקסיסט, אפילו אויב ער וועט צולייגן אז ווען עס קומט צו שרייבערס אדער טעראפיסטן זענען פרויען בעסער. ולאורענס סאמערס יוכיח.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
@הילל, איך זע אין דיינע ווערטער עטליכע נקודות, לאמיר זיי צונעמען:
די נקודה פון דיין טענה איז אז וויבאלד די טענה פון סעקסיזם איז באגרינדעט אויף הארטע פאקטן ממילא הייסט דאס נישט קיין סעקסיזם אדער ראסיזם. דאס איז א שטארקע נקודה, אבער עס איז נישט אזוי אנגענומען. למשל, אויב איינער וועט דורכגיין די ליסטע פון מערדער אין ניו יארק סיטי, און ער וועט זיך איבערצייגן אז פראפארציאנעל זענען דא פיל מער שווארצע מערדער ווי ווייסע, וועט ער זיך נאכנישט מעגן אויפשטעלן האלטן א דרשה, "רבותי, איר זאלט וויסן אז א שווארצער אן עוורעדזש איז פיל מער עלול אייך צו הרג'ענען ווי א ווייסער." מען וועט אים באשרייען אלס א ראסיסט אפילו ער האט באגרינדעטע ראיות דערויף. און לכאורה מיט רעכט, ווייל מען טאר נישט אריינלייגן א גאנצע גרופע אין א שלעכטע קאטעגאריע, דאס קען ברענגען שרעקליכע רעזולטאטן. מארגן וועט זיך איינער אויפשטעלן און זאגן אז אידן אן עוורעדזש פראדוצירן מער שווינדלער, ממילא דארף מען זיך היטן פון אידישע ביזנעס לייט, און אזוי ווייטער.
דאס איז גאר א טיפער געדאנק. דהיינו, א פעמיניסט זאל נישט פאוקוסן אויף די עולה וואס די מענער באגייען, נאר אויף איר זייט. זי ווערט בא'עולה'ט ווען מען קוקט איר אראפ. איך בין נישט קיין גרויסער בקי אין די היסטאריע פון פרויען אדער שווארצע רעכטן, אבער איך מיין אז מארטין לוטער קינג האט אויך גערעדט אויף דעם אופן. ער האט נישט באשריגן מיט טענות די ווייסע, נאר ער האט גערעדט פון זיין שטאנדפונקט. "איך" שפיר מיך בא'עולה'ט, און "איך" האב א רעכט צו פארלאנגען אז דאס זאל זיך אויפהערן.
אבער פארגעסט נישט אז לעומת זה מעג "איך" שפירן בא'עולה'ט אז דער פעמיניסט באטראכט מיר אלס א מעגליכער סעקסיסט און יעדער ווארט וואס גרעניצט זיך דערמיט וועט אזוי אויסגעטייטשט ווערן...
וואס איז די הלכה מיט איינעם וואס זאגט אז ביידע האבן טאלאנטן, נאר אין אנדערע פלעצער, דער מאן קען זיין א בעסערער סייענטיסט, און די פרוי קען זיין א בעסערע ארטיסט?
ערשטנס, נישט נאר פרויען זאגן דאס, נאר מענער זאגן דאס פונקט ווי פרויען, ווייל עס איז היינט נישט עפעס וואס מ'קען זאגן אז עס איז א קאמפלעקס פון די סענסיטיווע פרויען (ווידער סעקסיזם...) נאר עס איז קלאר איבערגעוויזן מיט הארטע באווייזן און נומערן.
ווען עס וואלט נאר געווען איין מעשה צווישן שלמה און שרה ביסטו טאקע גערעכט, ווייל עס קען זיין אז אויך מלכה וואלט אזוי געהאלטן איבער מרת לערנער, אבער אויב אלע מענער האלטן געווענליך אויף אלע "מרת פראפעסארן" אז זיי זענען ווייניגער, און מען זעט אויך אז זיי וועלן ענדערש הייערן מענער ווי פרויען און צאלן מער פאר מענער ווי פרויען, דעמאלט פארשטייסטו אז עס האט מסתמא יא מיט סעקסיזם. עס איז אויך א חילוק צי מען זאגט אז 'יענע' פרוי 'איז' נישט גוט דערין, צי מען זאגט אז 'פרויען' אין דזשענערעל 'קענען נישט' זיין גוט דערין.
די נקודה פון דיין טענה איז אז וויבאלד די טענה פון סעקסיזם איז באגרינדעט אויף הארטע פאקטן ממילא הייסט דאס נישט קיין סעקסיזם אדער ראסיזם. דאס איז א שטארקע נקודה, אבער עס איז נישט אזוי אנגענומען. למשל, אויב איינער וועט דורכגיין די ליסטע פון מערדער אין ניו יארק סיטי, און ער וועט זיך איבערצייגן אז פראפארציאנעל זענען דא פיל מער שווארצע מערדער ווי ווייסע, וועט ער זיך נאכנישט מעגן אויפשטעלן האלטן א דרשה, "רבותי, איר זאלט וויסן אז א שווארצער אן עוורעדזש איז פיל מער עלול אייך צו הרג'ענען ווי א ווייסער." מען וועט אים באשרייען אלס א ראסיסט אפילו ער האט באגרינדעטע ראיות דערויף. און לכאורה מיט רעכט, ווייל מען טאר נישט אריינלייגן א גאנצע גרופע אין א שלעכטע קאטעגאריע, דאס קען ברענגען שרעקליכע רעזולטאטן. מארגן וועט זיך איינער אויפשטעלן און זאגן אז אידן אן עוורעדזש פראדוצירן מער שווינדלער, ממילא דארף מען זיך היטן פון אידישע ביזנעס לייט, און אזוי ווייטער.
צווייטנס, דאס איז די זעלבע ווי אויב א איד זאל זאגן אז עס איז דא אנטיסעמטיזם. וועסטו זאגן אז מיט דעם באשטעטיגט ער אז עס איז פאקטיש דא חילוק צווישן אידן און גוים, און גוים זענען ווייניגער? ניין, ער זאגט נאר דעם פאקט. די זעלבע זאגט די פרוי א פאקט אז פרויען ליידן פון דעם אז מען קוקט זיי אן ווי זיי זענען ווייניגער ווערד.
דאס איז גאר א טיפער געדאנק. דהיינו, א פעמיניסט זאל נישט פאוקוסן אויף די עולה וואס די מענער באגייען, נאר אויף איר זייט. זי ווערט בא'עולה'ט ווען מען קוקט איר אראפ. איך בין נישט קיין גרויסער בקי אין די היסטאריע פון פרויען אדער שווארצע רעכטן, אבער איך מיין אז מארטין לוטער קינג האט אויך גערעדט אויף דעם אופן. ער האט נישט באשריגן מיט טענות די ווייסע, נאר ער האט גערעדט פון זיין שטאנדפונקט. "איך" שפיר מיך בא'עולה'ט, און "איך" האב א רעכט צו פארלאנגען אז דאס זאל זיך אויפהערן.
אבער פארגעסט נישט אז לעומת זה מעג "איך" שפירן בא'עולה'ט אז דער פעמיניסט באטראכט מיר אלס א מעגליכער סעקסיסט און יעדער ווארט וואס גרעניצט זיך דערמיט וועט אזוי אויסגעטייטשט ווערן...
ועוד, מען זאגט נישט אז עס איז נישט דא קיין חילוק צווישן מענער און פרויען, עס איז זיכער יא דא, פרויען זענען אנדערש ווי אונז, אבער פרויען זענען נישט 'ווייניגער'. און זיי קענען זיין פונקט אזעלכע גוטע סייענטיסטן, אדער אנדערע זאכן. (מענער און פרויען האבן ביידע געוויסע פעלדער ווי איין מין קען זיין אביסל בעסער פון אנדערן, למשל מענער זענען פיזיש שטערקער פון פרויען, און פרויען האבן נישט קיין טענות אויב די וועלט האלט אזוי ווייל דאס איז דער פאקט, אבער אנדערע זאכן, ווי חכמה און טאלאנט, וואס דער פאקט איז אז זיי זענען גארנישט ווייניגער ווי מענער, איז אויב איינער זאגט אז יא, איז עס נאר צוליב סעקסיזם.
וואס איז די הלכה מיט איינעם וואס זאגט אז ביידע האבן טאלאנטן, נאר אין אנדערע פלעצער, דער מאן קען זיין א בעסערער סייענטיסט, און די פרוי קען זיין א בעסערע ארטיסט?
האדם לא נברא אלא להתענג
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
פרויען דרייווערס יוכיח, מ'לאכט ווי אזוי זיי פארן אדער פארקן, זיי קענען זיך קוים א עצה געבן מיט א דאבל פארקט קאר, דאס איז נישט פאנטאזיע דאס איז מציאות.
ארמיי יוכיח - נאכדעם וואס דער מיליטער איז געווארען געצווינגען אריין צו נעמען פרויען און אלע מילטערישע אפטיילונגען, זענען פארהאן עטליכע וואס פארמאגען נאך נישט קיין פרויען פשוט וויבאלד זיי האבען נישט אדורך געמאכט די טעסטס, די גרין בערעטס, דעלטע פאורס, סובמערין'ס, אפילו פיילאטס איז כמעט נישט פארהאן, ועוד.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
צוויי נקודות:
א. איך זעה נישט קיין "פאראדאקס" אין דעם וואס איינער ווערט אטאמאטיש א ראסיסט מיט דעם וואס ער באשולדיגט א צווייטן אין ראסיזים.
ב. דאס איז אלעס נאר באופן וואס ער באשולדיגט א צווייטן אין זיין א ראסיסט לויט זיין ראסע און נישט לויט זיינע ומעשים. (לפי זה אויב וואלט ער אים באשולדיגט אלץ ראסיסט נאר צוליב זיין דיבור אדער מעשה אפגעזעהן וואספארא ראסע ער איז איז עס זיכער נישט פאראדאקס.
איך האף אז איך האב מיך נישט פאראדאקסירט דא...

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
דאס אז די שעשני כרצונו'ס שלאגן זיך פאר זייער רעכטן מיינט אז זיי זענען סעקטיסטס, ווייל זיי האלטן אז מ'דיסקרימינירט קעגן זיי ווייל זיי זענען דעתן קלות'לעך. ווידער מיר אזוי גערופענע סעקטיסטס זענען אין אמת'ן גאר פעמיניסטס ווייל מיר האלטן אז פרויען זענען פונקט ווי מענער, און פונקט ווי מיר מענער פארשטייען אז אונז זעמיר העכער און ספעריער ווי פרויען און מיר האבן נישט קיין פארקער מיט זיי בדברים שעומדים ברומו, האלטן מיר אז פרויען דארפן אויך אזוי האלטן און זיי זאלן בלייבן צווישן זיך און נישט אריין שטעקען דעם נאז ווי ס'באלאנגט נישט. ודו"ק כי קצרתי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
במח"כ מיסטער אפטימי, אבער דאס איז כאילו וועסט זאגן אז דאס אז די שווארצע שקלאפן האט זיך געשלאגן פאר פרייהייט איז ראסיסטיש, ווייל זיי האלטן אז ווייסע דיסקרימינירן קעגן זיי ווייל זיי זענען שווארץ. ווידער מיר ווייסע, די אזויגערופענע ראסיסטן, זענען די עכטע איקוואל רייטס אקטיוויסטן, ווייל... כ'קען נישט צוענדיגען אזעלכע שטותים.
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
איו הכי נמי, די שווארצע זאלן אויפהערן האקן א קאפ. די גאנצע ראסיזם, פעמינזם וכו' תנועות, זענען אויסגעזויגענע טעאריעס וואס אפאר אומגעלונגענע מענטשן זענען אויפגעקומען מיט.
קיינער האט נישט דיסקרימינירט קעגן פרויען, נאר די פרויען מיט זייערע קאמפלעקסן האבן זיך געגראבן א גרוב און ווערן דערפאר פארעכענט, בעיקר אין זייערע אויגן, אלס צווייטע קלאס.
די זעלבע מיט די שחורים, געקומען זענען זיי פון ארימע לענדער און אנשטאט זיך ארויף ארבעטן זענען זיי פארבליבן מיט די קאמפלעקס און דערפאר פארוואנדעלט געווארן אין קנעכט. ס'צייט די חברה זאלן אויפהערן פארפירן און טון למעשה.
(די אויבן דערמאנטע קען נישט געזאגט ווערן אויף אונז, דאס אידישע פאלק, וואס איז טאקע דיסקרימינירט געווארן אין אירופא. ווייל מיר זענען א מינאריטעיט און א רוב האט אונז פארפיינטעט און גע'רודף'ט, משא"כ פרויען און שווארצע זענען גרויס גענוג, און פונקט אזוי אין צאל ווי ווייסע מענער און האבן נישט קיין תירוץ). והבן.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דער פאראדאקס איז אז אויב זענען די פעמעניסטען גערעכט אז זייער אסאך זאכען אדער כמעט אלע זאכען ווערען נשלט פון די יחס פון מענער צו פרויען, דאס הייסט אז סאסייעטי האט אוועקגעשטעלט אז מענער זענען שטערקער פון די פרויען, אן גארנישט טוהן, נאר וויבאלד זיי זענען מענער, די פעמיניסטין זענען פשוט די וואס צייגען אויף דער פאקט. לפי דעם קומט טאקע אויס אז דערווייל ווילאנג סאסייעטי קוקט נישט אן מענער און פרויען אינגאנצען גלייך איש לפי מהללו און בכלל נישט לויט דער דזשענדער, איז דער מציאות אז דער מאן האט מער כוח און ממילא איז א סעקסיסט, אפילו אז ער במקרה האלט אז עס דארף נישט אזוי זיין. ממילא פאלט אוועק יאיר'ס טענה. די פעמיניסטישע טעאריע ביסוד שרייט נישט אז מענער זענען ערגערע סארט יומאנ'ס ווי פרויען, נאר טענה'ט אז די וועג ווי אונזער סאסייעטי איז געבויט גיט דאס א נישט יושר'דיגע פרעפרענץ פאר מענער איבער פרויען. דאס איז טאקע די טענה, עס איז נישט א טענה אויף א געוויסער מאן וואס דאן וואלט געווען א טענה אז זיי זענען מכליל אלע מענער, נאר אויף די וועג ווי די גאנצע זאך איז אויסגעשטעלט. דער טעזע איז די יסוד פון די גאנצע פעמיניסטישע טענה. די אנטי-פעמיניסטען זענען די וואס שפילען כאילו עס איז נישט פאראהן בכלל אזא מין יסודישע חילוק פון דזשענדערס אין סאסייעטי, וואס דאס איז לכאורה די מטרה פון די פעמיניסטישע באוועגונג, און פראבירען פארפירען די שמועס צו כאילו אביעקטיווישער נושאים, צו א מאן איז טאקע בעסער אדער ערגער פון א פרוי, זיי זענען מכחיש די גאנצע טענה וואס די פעמיניסטין טענה'ן. די פעמיניסטען לעומת זה טענה'ן אז מען האלט נישט דארט נאר בפועל שפילט דזשענדער יא א ראלע אפגעשיידען פון כשרונות און יכולות.
איך האף איך קום ארויס קלאר.
איך האף איך קום ארויס קלאר.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בקיצור, אייער הגדרה איז נישט ריכטיג. פעמיניזים איז נישט די שיטה אז מענער און פרויען זענען אייניג. אין דעם איז דא א מחלוקת בין הפעמיניסטין . ראה three waves of feminism ובכל הסוגיה. אנדערע האלטען אלע זענען גלייך, אנדערע האלטען אז אלע פרויען האבעןא ייגענארטיגע תכונות וואס מענער האבען נישט, און אנדערע האלטען פרויען זענען מער פון מענער. ועוד שיטות.
די צד השווה און עיקר טענה פון פעמיניזים און א סוציאלער קאנטעקסט איז נאר איין זאך: אז במציאות אין סאסייעטי האבען מענער אן אומיושר'דדיגע איבערהאנט איבער פרויען. נאר פאר דעם וואס זיי זענען מענער.
די פאראדאקס פון יאיר'ס (און אנדערע פאר עם) טענה, איז אז דער וואס איז מגלה אז עס הערשט א געוויסע שנאה און דיכוי, פארופט מען פיל מאל דער אינסטיגייטער פון שנאה און מחלוקת. עס איז כמעט ווי איינער זאגט, איך האב א פשוט'ע וועג צו מאכען שלום, זיי פשוט מודה צו מיר אין איין רגע איז שלום. די זעלבע זאך זאגט מען, זאלען די פרויען/שווארצע/אידען פשוט מסכים זיין צו זיין קנעכט און עס איז אויס סעקסיזם. דער שטארקער איז שולט און מכניע דער שוואכערער ביז אז ווען דער שוואכערע איז מגלה אז יענער איז שטערקער פון עם שלא בצדק איז ער גאר דער ראסיסט.

- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
יאיר רעדסט עפעס זייער צומישענד. עפעס שטימט נישט מיט דיין הנחה איך קען עס נישט אזוי גוט מסדר זיין וואס ס'שטימט נישט. אויך דיינע משלים זענען מיפרך מעיקרה , שרה קען טראכטן אז לאה האט נישט ליב מרת לערנער וועגן א פערזענלכע געפעכט וואס זי האט מיט איר געהאט אדער ווייל זי האט נישט ליב אירע האר כלשנך. דע צוויי סיבות איז אבער נישט שייך ביי איר מאן. איר מאן קוקט נישט אויף א פרוי'ס האר און זיכער האט ער נישט מיט א פרעמדע פרוי א שייכות אז ס'זאל קענען צוקומען צו א געפעכט. ממילא פאלן דאס אוועק מוז זיין אז ער איז א סעקסיסט. און כל כבודה בת מלך פנימה איז אודאי נישט סעקסיסט דאס איז גאר פארקערט! יצחק האט ה' נישט ארויסגעלאזט פון ארץ ישראל ווייל ער איז געווען א עולה תמימה דאס מיינט ער איז געווען ''מער'' ווי א צווייטער. זעלבע איז מיט פרויען זיי טארן נישט ארויסגיין ווייל זיי זענען מער. אויב עפעס וואלטן מענער געדארפט שרייען היתכן.
אגב בין איך אויך זייער סעקסיסט איך האלט אז פרויען קענען בעסער קאכן און באקן און ערציען קינדער.

באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- הילל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
- געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
יאיר האט געשריבן:די נקודה פון דיין טענה איז אז וויבאלד די טענה פון סעקסיזם איז באגרינדעט אויף הארטע פאקטן ממילא הייסט דאס נישט קיין סעקסיזם אדער ראסיזם. דאס איז א שטארקע נקודה, אבער עס איז נישט אזוי אנגענומען. למשל, אויב איינער וועט דורכגיין די ליסטע פון מערדער אין ניו יארק סיטי, און ער וועט זיך איבערצייגן אז פראפארציאנעל זענען דא פיל מער שווארצע מערדער ווי ווייסע, וועט ער זיך נאכנישט מעגן אויפשטעלן האלטן א דרשה, "רבותי, איר זאלט וויסן אז א שווארצער אן עוורעדזש איז פיל מער עלול אייך צו הרג'ענען ווי א ווייסער." מען וועט אים באשרייען אלס א ראסיסט אפילו ער האט באגרינדעטע ראיות דערויף. און לכאורה מיט רעכט, ווייל מען טאר נישט אריינלייגן א גאנצע גרופע אין א שלעכטע קאטעגאריע, דאס קען ברענגען שרעקליכע רעזולטאטן. מארגן וועט זיך איינער אויפשטעלן און זאגן אז אידן אן עוורעדזש פראדוצירן מער שווינדלער, ממילא דארף מען זיך היטן פון אידישע ביזנעס לייט, און אזוי ווייטער.
פארקריכסט אביסל פון די ארגינעלע דיון, אבער לאמיך זאגן בקיצור: ווען מען זאגט אנדערש ווי דער מציאות איז (למשל, פרויען זענען ווייניגער ווערד) איז עס קלאר סעקסיזם. ווען דער מציאות איז פרויען באקומען ווייניגער באצאלטן אין דזשענערל, אפילו אויב זיי האבן די זעלבע דעגרי, אדער די זעלבע פאזיציע אין א קאמפאני, ווי מענער, איז דאס סעקסיזם. און אז איינער זאגט אז אויב עס איז אזוי דארף עס מסתמא זיין אזוי, מסתמא זענען זיי נישט אזוי קלוג און מאכן א שוואכערע דזשאב ווי מענער, איז עס אויך סעקיזם און סותר מיטן מציאות, וואס איז אן איבערבלייבעניש פון די אמאליגע יארן ווען יעדער האט אזוי געהאלטן (היינט איז דער פאקט אז זיי האבן שוין אפילו איבערגעשטיגן מענער אין די ראטע וואס קומען אן צו העכערע דעגריס, וכדומה).
ווען מען זאגט א פאקט וואס איז אמת, אבער עס איז נעגאטיוו צו א געוויסע גרופע, מען מען יא רעדן וועגן די פאקטן, און דו קענסט כסדר זען באריכטן פון צייטונגען וועגן די טרוקענע נומערן איבער די העכערע צאל שווארצע טינעידזשערס וואס באגייען פארברעכנס פיל מער ווי ווייסע טינעדזשערס, אבער פונדעסטוועגן קען עס נאך זיין ראנג אויב מען ניצט עס צו סטיריאטייפן יענע גרופע. קענסט יעצט נישט זאגן אז "שווארצע זענען מערדער", סיי ווייל ס'נישט אמת און סיי ווייל דערמיט העלפסטו פערפעוטשועיטן א סטיריאטייפ. פונקט ווי קענסט נישט זאגן אז "אידן זענען שלעכטע מענטשן", אפילו אויב זאלסט אויפווייזן אז עס זענען דא א פראצענט אידן וואס זענען שלעכט.
עס איז אבער דאך א חילוק צווישן ראסיזם, וואס די געזעץ קען אפיציעל באשטראפן דערפאר, און סטיריאטייפן, וואס איז לעגאל, נאר דאך פרובירט אונזער סאסייעטי זיך צו דערווייטערן דערפון ווייל עס נישט מאראליש און קען ברענגען שלעכטע קאנסוועקווענצן. די משל וואס דו האסט געברענגט פון לאורענס סאמערס, איז ענדערש געווען א פאל פון סטיריאטייפן, וואס די סאסייעטי האט באשלאסן אים צו באשטראפן דערויף. און גערעכט צי נישט, איז עס פשוט אזוי ווייל מ'קומט פון אזא פינסטערע עפאכע פון אומגלויבליכע ראסיזם און סעקסיזם אז מען גייט ביז'ן עקסטרעם פארקערטן, ווי אפוירמעטיוו עקשאן וכדומה, ביז עס ווערט אינגאנצן אויסגעראטן (אויב איינער זאגט "ווייסע זענען בעלי גאוה" וועסטו נישט הערן האלב אזא אויפקאכעניש).
וואס איז די הלכה מיט איינעם וואס זאגט אז ביידע האבן טאלאנטן, נאר אין אנדערע פלעצער, דער מאן קען זיין א בעסערער סייענטיסט, און די פרוי קען זיין א בעסערע ארטיסט?
פונקט ווי פריער. אויב איז דאס וואס דו זאגסט א באשטעטיגטער מציאות (און היינט איז אויף אלעם דא שטודיעס און מען ווייסט דעם אנגענומענעם פאקט), איז עס נאו פראבלעם. און כ'שוין אפילו דערמאנט איין משל, פון פיזישע כוח, וואס קיינער האט נישט קיין טענות אז אין די ספעשל פארסעס אין מיליטער זענען דא אסאך מער מענער ווי פרויען, ווייל מציאות איז מענער האבן געווענליך מער מוסקלען (אבער מען האט יא טענות אז ביי די קליינע צאל פרויען וואס באווייזן דורכצומאכן אלע פיזישע טעסטן פונקט ווי מענער האט מען אויך נישט געוואלט אננעמען.) אבער צו זאגן אז א פרוי קען זיין א בעסערע ארטיסט איז פשוט נישט אמת (נאר אפילו זאגסט עס איז עס אפשר א נארישקייט אבער ווייטאגסט קיינעם נישט דערמיט, איז עס נישט אזא עולה), פונקט ווי עס איז נישט אמת אז א מאן קען זיין א בעסערע סייענטיסט, ווייל דער מציאות ווייזט אנדערש, און אויב אזוי איז דיין מיינונג בלויז איבערבלייבענישן פון אמאליגע בייעז און איז ריין סעקסיזם. פאקט איז אז פרויען זענען די זעלבע קלוג ווי מענער, האבן די זעלבע IQ ווי מענער, און לעצטנס שוין אפילו העכער... זיי קריכן מער און מער ארויס פון א וועלט וואס איז געווען באגרעניצט פאר זיי, און די נומערן ווייזן עס אין יעדע איינציגע עספעקט, און די ביסל פארבליבענע סטיריאטייפ ביי מענער איז א עולה ואס האלט זיי אפ פון שטייגן נאך העכער.
די זעלבע איז מיט שווארצע, וואס האלטן נאך מער אונטערשטעליג און זענען קרבנות פון זייער סאציא-עקאנאמישע מצב אמאל און היינט און זיי האבן א שווערערע פעלד ארויסצוקריכן דערפון (און פאר דעם קען מען פארשטיין פארוואס מען געט זיי אפילו 'נאך מער' רעכטן ווי ווייסע, ווי אננעמען אין קאלעדזש). ראסיסטישע אקטן און סטיריאטייפ ברענגט זיי צו בלייבן אין דעם שווארצן ליכט, האלט זיי אין ארימקייט (ווען מיר ווילן זיי נישט הייערן) און קען זיי ברענגען צו בלייבן לענגער אין דעם נעגאטיוון מוד ווי זיי שפירן זיך אלץ די ווילדע פארברעכער (פונקט ווי דער בחורל וואס ווערט אפגעשטעמפלט אלס שייגעץ דורך זיין מגיד שיעור, און דעמאלט וועט ער מער נישט פרובירן זיך צוצושטעלן צו א העכערן סטאנדארד, נאר וועט אפילו שפירן ווי א האלבע לייסענס צו מעגן זיך אויפפירן ווי זיין "שייגעץ" טיטל) און דאס שטערט פארשריט.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
- venus
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
יאיר, one problem with your logic is that women can't be sexist. But that's not true. Women can be sexist too. I can't even count the number of times I've heard women say that male doctors are better just because they're male or that women don't have daas Torah. It's so deeply ingrained in our society and studies have shown that even enlightened women in positions of power such as professors, treat male students better. The sexism is real and both genders are perpetrating the cycle. What we need is awareness. Once people are more aware of their prejudice, things can get better. Being in denial and saying it doesn't exist or justifying it does no one any good.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב נישט געשריבן אז פרויען קענען נישט זיין סעקסיסט, איך האב געשריבן אז מענער זענען מער נוטה צו זיין סעקסיסט. דאס וועט לכאורה יעדער פעמיניסט האלטן. ממילא וועט דער פעמיניסט אויך מוזן מודה זיין אז עס זענען דא זאכן וואס איין גענדער איז בעסער ווי א צווייטע.
לאמיר קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא בנוגע פרויען "רעכטן", דאס האט נישט קיין שייכות אהער. עס איז אודאי אוממאראליש צו באהאנדלען פרויען ערגער ווי מענער בלויז ווייל זי איז א פרוי., מיין טענה איז אויף די מער עקסטרעמע פעמיניסטן וואס ווערן ווילד אויב מען וועט נאר זאגן אז אין א געוויסע זאך זענען מענער בעסער ווי פרויען.
לאמיר קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא בנוגע פרויען "רעכטן", דאס האט נישט קיין שייכות אהער. עס איז אודאי אוממאראליש צו באהאנדלען פרויען ערגער ווי מענער בלויז ווייל זי איז א פרוי., מיין טענה איז אויף די מער עקסטרעמע פעמיניסטן וואס ווערן ווילד אויב מען וועט נאר זאגן אז אין א געוויסע זאך זענען מענער בעסער ווי פרויען.
האדם לא נברא אלא להתענג
- venus
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 08, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל
What you said was that feminism is inherently sexist because it's built on the premise that men are sexist so it assumes a differences between the genders thus making it sexist. What I was pointing our was that in a patriarchal society, women will be sexists too, as studies show. So that premise falls away.
I don't think normative feminism claims that there's no difference at all between genders. But it's important to remember whenever people claim that men are inherently better at certain things because there are more men in those fields, that men get hired based on potential while women are hired based on accomplishment. That's putting a much greater standard on women and make it harder to get to the top.