





יאיר האט געשריבן:פון היימישער ליטוואק'ס ווערטער זע איך נאך א טיפערע געדאנק, אז מיט דעם אליין וואס מען איז א חסיד איז מען שוין געפאלן א דרגה פון די עכטע ריכטיגע ליטווישע שיטה. ממילא אפילו אויב ווען קונטרס אחרון פון בעל התניא שטייגט איבער ביאור הגר"א/הלכה, איז ער אבער פארט א נחות דרגה ווייל שבת קודש האט ער געזאגט תורה על פי קבלה. (לאמיר לעת עתה פארגעסן פון דעם גר"א'ס יצירת הגולם און חישובי קיצין און הגהות אויפ'ן זוהר). קומט אויס אז ר' יוסף ענגל איז אויך נישט קיין ליטוואק ווייל ער איז דאך א חסיד. והוא עמוק עמוק מי ימצאנו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היימישער - דער חידוש פון ליטא איז א קליינער לעומת דער חילוק צווישען ר' משה פיינשטיין און דער דברי יואל. נישט ליטוואק איז דער חילוק, נאר חסידיש איז דער חילוק, נישט קיין חילוק וועלכע מדינה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היימישער, איך האב געמיינט אז אונז צוויי זענען איין מענטש? ט'וואס באדאנקסטו מיר? דו קוקסט אין שפיגעל יעצט?
berlbalaguleh האט געשריבן:היימישער ליטוואק: אין דיין לעצטע תגובה זאגסטו זאכן וועלכע זעען אויס תרתי-דסתרי'דיג. לשיטתך געסטו א נותן טעם פארוואס חסידות האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען אין די ליטא. ווייל ליטוויש איז לאגיש (מח) און חסידות איז לב?) אבער די אנטיטהעסיס פון מח , מחשבה און לאגיק. איז וואס טוט זיך מיט קוידענאוו?! דאס איז דאך א ליטוויש חסידות?. און קארלין און ליובאוויטש, וואס איז מקוריות'דיג א ליטוויש חסידות?! לויט ווי איך בין אינפארמירט איז געווען אין די ליטא גאנץ קאלטע ברואים (אין אידישקייט) וועלכע האבן געקענט רעדן דעם חסיד'ישן שפראך. לפענ"ד פארוואס חסידות האט ניט געהאט א קיום דארטן איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין מיטל-קלאס (פון רעליגיעזן שטאנדפונקט.) אדער איז געווען גאר שטארקע פרומאקעס וועלכע האבן געפייניגט זיך און די ארומיגע מיט אומנויטיגע סיגופים, ווי פאסטן למשל א יעדן ערב ראש חודש און זאגן יו"כ קטן. און נישט עסן פלייש פון שבעה עשר בתמוז. נגד השו"ע. אדער איז געווען אפיקורסים וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גאט און נישט מקיים געווען קיין מצוות.![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת. איך בין טאקע נייגעריג ארומצורעדען און זיך צו דערוויסען פון אלטע פאשקעווילען. מ'קען זען א שטארקע שינוי וויאזוי מ'גייט צו דו די מערכות אין די פאשקעווילען, וועמען וויל מען איינרעדען, מיט וואס וויל מען זיגען וכדו'. ס'איז דא אסאך צו רעדען, און ס'איז א שאד אז ס'האט סיך פארוואנדעלט אין א זייטיגע שמועס, ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' היימישער ליטוואק: ייש"כ פאר אויפמערקזאם מכן מיר אז ליובאוויטש איז א רוסיש, נישט א ליטוויש חסידות. נאר איין נקודה וויל איך אויפמערקזאם מאכן. אין די ליטא איז אויך געווען עפעס העכערע מושגים ווי די אזוי גערופענע טרוקענע לאגיק פון די לומדים, וועלכע האבן געדרייט מיט'ן גראבן פינגער און געזאגט סברות לכאן או לכאן און אלץ איינגעטיילט אין סיווג פון "גברא און חפצא". דאס איז די תורת המוסר פון ר' ישראל סלנטר ותלמידיו זצ"ל. אני הקטן האב א ביסל מעיין געווען אין די ביאגראפיע און עצם תורת המוסר פון די בעלי המוסר. דאס איז געווען א מין קאנטער באלאנס אדער א סאבסטיטוט פאר תורת החסידות. אריינקוקנדיג אין די ספרים זעט מען אז זיי האבן געהאט זייער אן ענליכן דרך אין א סאך עניינים צו תורת החסידות. אבער אט דאס האט זיך אויך נישט אריינגעכאפט צווישן דעם המון עם, אזוי ווי חסידות האטציך פארשפרייט אין פוילן, גאליציע, בוקאווינע און אונגארן.![]()
![]()
![]()
![]()
היימישער ליטוואק האט געשריבן:still x understand, please try to explain again.