שבת - א מצוה שבין אדם לחבירו!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
פילון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 7:59 pm
געפינט זיך: אלכסנדריה, מצרים
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שבת - א מצוה שבין אדם לחבירו!

שליחה דורך פילון »

אין א נייער ארטיקל אויף דיתורה.קאם האט "יואל דער חסיד און בייבל קריטיק" געשריבן איבער די טעמים פון שבת אין די תורה. צוליב'ן חביבות הדברים האב איך איבערגעשריבן דעם תוכן מיט געציילטע שינויים כדי ס'זאל זיין געאייגנט פאר דעם ערליכן ציבור:

די וואך, פרשת יתרו, טרעפט מען צווישן די עשרת הדברות אז דער באשעפער האט געהייסן פאר די יידן היטן די תורה, ווייל ער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג און גערוהט דעם זיבעט'ן. דער טעם שטייט אויך אין פרשת בראשית און אין פרשת כי תשא. למעשה אבער אין פרשת משפטים זעט מען אז דער באשעפער זאגט אן די יידן "שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲשֶׂה מַעֲשֶׂיךָ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי תִּשְׁבֹּת לְמַעַן יָנוּחַ שׁוֹרְךָ וַחֲמֹרֶךָ וְיִנָּפֵשׁ בֶּן אֲמָתְךָ וְהַגֵּר: (כג, יב). עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער די ששת ימי בראשית, און פון דעם ווארט "למען" איז משמע אז דער עיקר טעם פון דעם שבת איז כדי מען זאל לאזן די קנעכט און בהמות זיך אויסרוען נאך א וואך שווערע ארבעט.

אזוי אויך אין פרשת ואתחנן, ווען משה חזר'ט איבער די עשרת הדברות, דערמאנט ער נישט דעם ערשטן טעם פון ששת ימי בראשית, נאר ער זאגט בלויז שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲבֹד, וְעָשִׂיתָ כָּל-מְלַאכְתֶּךָ. וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ. וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת.

עס זענעם דא פארשידענע פשטים פון די מפרשים אויף דעם שייכות צווישן יציאת מצרים און שבת קודש, און יעדער מהלך האט אייגענע שוועריקייטן. דעם פשט פון אבן עזרא (וואס ווערט אגב אויך געברענגט אין ספורנו - פילון) אז די תורה מיינט צו זאגן אז דער טעם פארוואס מען דארף לאזן די עבדים פריי אין שבת איז כדי צו נאכצוטון דאס וואס דער באשעפער האט אונז באפרייט פון קנעכטשאפט ביי יציאת מצרים. דאס איז אזוי ווי די אנדערע פלעצער ווי די תורה זאגט אונז אן אז מען דארף באהאנדלען גרים ערליך ווייל מיר זענען אליין געווען גרים אין מצרים וכדו'.( אין'ם ארטיקל ברענגט זיך יואל אויך פארשידענע ראיות פון נביאים אז זיי האבן אויך אנגעקוקט שבת סיי אלס א הומאניטערישע מצוה, און סיי אלס א מיטל זיך צו דערנענטערן אליין צום באשעפער און פייערן דעם טאג וואס גאט אליין האט גערוהט, עיי"ש.)
אין אור אלטן בבל איז אויך געווען דער מנהג צו רוען דעם זיבעטן טאג, אבער דארט איז עס געווארן באטראכט אלס א "שלעכטער טאג" ווען מען דארף זיך אפהיטן נישט צו טון קיין מעשים וואס קענען אויפרעגן די געטער, מה שאין כן די יידן האבן אפגעהיטן דעם שבת ווייל עס איז א "געבענטשטער און הייליגער טאג". ביי אונז איז שבת א וועג צו ווערן מקושר צום באשעפער און צו הייליגן די נשמה.
מיט דעם קען מען ערקלערן אז כאטש מיר האבן שוין נישט קיין קנעכט צו באפרייען אום שבת, דארפן מיר באפרייען אונזער אייגענע "קנעכטשאפט" צו וואס מיר זענען צוגעבינדן א גאנצע וואך, ווי דאגות הפרנסה און חברים וכדומה, און מען האט צייט זיך צו אפגעבן מיט די וויכטיגסטע זאכן, ווי צו וואקסן אין תורה און קדושה און זיך אפגעבן מיט די משפחה.

עד כאן איז תוכן דברי יואל חסיד ומבקר המקרא.

איך טראכט, בעניי, אז יואל'ס מהלך קען שטימען געוואלדיג מיט דאס וואס מיר ווייסן אז דער באשעפער האט שוין געגעבן מצות שבת אין מרה. עס קען זיין אז דעמאלט האט דער באשעפער בלויז געזאגט אז זיי זאלן היטן דעם שבת, פשוט כדי צו געבן פאר זייערע קנעכט און בהמות דעם ערליך פארדינטן רוה טאג. און ער האט דערביי צוגעלייגט, איר זענט דאך קוים ארויס פון מצרים, און איר ווייסט וואס דאס מיינט צו ארבעטן שווער א גאנצע וואך. לאזט אייערע ארבעטער אויך רוען. אבער ווען עס איז גע'קום'ן צו'ם מעמד הר סיני האט דער באשעפער געזאגט א נייע זאך, שבת איז נישט בלויז א הומאניטערישע אקט, עס איז אן אות ביני ובין בני ישראל. דאס שטימט גאר גוט מיט דעם וואס ביי די דברות אחרונות אין פרשת ואתחנן לייגט משה רבינו צו "כאשר צוך ה' אלהיך", און די מפרשים זאגן פשט אז דאס מיינט אין מרה, ווייל ער דערמאנט דערביי דעם טעם פון עבדות אין מצרים וואס דאס איז געגעבן געווארן אין מרה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך זעה נישט וואס דער "חסיד/קריטיקער" איז דא מחדש.
-
עס פארשטייט זיך אליין, אז א "בין אדם לחבירו'דיגע" שבת, וואלט נישט באשטיינערט איינער וואס צינט אן זיין קאר אויף שבת, כדי צו אנטייל נעמען אין א חבר'ס שלום זכר.

הרב אשר לעווין, האט גראדע דערמאנט דאס אין זיין לעצטען "קוק ווינקעל" אין "דער שטערן" (כאטש אינעם INDEX שטייט אז ש. ראלניצקי איז דער שרייבער פון דעם קאלום, א טעות וואס לויפט שוין 8 יאר)
Under influence
יוסף מ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך יוסף מ »

Stop any talmid chuchem and ask him the reason not working shabes, I doubt you'll get this explanation.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יוסף מ האט געשריבן:Stop any talmid chuchem and ask him the reason not working shabes, I doubt you'll get this explanation.

I did just that, I asked him, and his answer was "there is an article in kaveshtiebel
ערענסט גערעדט, וואס מיינסטו צו שפיצען דא?
Under influence
יוסף מ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך יוסף מ »

For me it was a big chidish
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קוק אהער ר' יאסל (המשך פון אונזער אישי שמועס),

שבת איז שוין "הייליג" (=ספעצילע טאג) פון די זיבעטע טאג וואס די וועלט שטייט.
אזוי שטייט אין פרשת בראשית.

אין דברות הראשונות, פרשת יתרו, שטייט קלאר אז שבת איז געגעבן אלץ זכר אויף די ששת ימי המעשה, וינח ביום השביעי.
און אזוי שטייט אויך אין פרשת כי תשא, "ביני ובין בני ישראל אות היא לעולם - כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ, וביום השביעי שבת וינפש".

אין דברות האחרונות, ווערט נישט דערמאנט די טעם פארוואס "איך" - אלץ איד - דארף היטן שבת. עס שטייט נאר שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲבֹד, וְעָשִׂיתָ כָּל-מְלַאכְתֶּךָ. וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לה' אלוקיך.
און די תורה איז ממשיך, אז נישט נאר דו דארפסט היטן שבת, נאר אויך אלץ וואס געהערט פאר דיר טאר אויך נישט ארבעטען: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ. וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת.
דאס הייסט, אז אויף "עבדך ואמתך" (דיין עבד כנעני, און דיין שפחה כנענית), זיי דארפען אויך רוהן. ווען די תורה זאגט "כמוך" קען טאקע זיין ער מיינט אלץ "בין אדם לחבירו" און דאס איז דער המשך "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים", אזויווי די אבן עזרא איז מסביר אז דאס גייט ארויף אויף "למען ינוח עבדך". אבער ס'קען אויך זיין אז דאס איז א תנאי אין "תשבות", זאת אומרת, אז אויב דיינע קנעכט ארבעטען, איז דאס כאילו דו ארבעטס, און ס'פעלט אין דיין "לא תעשה כל מלאכה".
"למען" איז נישט אייביג אין די תורה א "נתינת טעם", והשוה, למען ירבו ימי ימיכם, למען יאריכן ימיך, ועוד
ממילא, די פסוק איז פרשת מפשטים "שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲשֶׂה מַעֲשֶׂיךָ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי תִּשְׁבֹּת לְמַעַן יָנוּחַ שׁוֹרְךָ וַחֲמֹרֶךָ וְיִנָּפֵשׁ בֶּן אֲמָתְךָ וְהַגֵּר" איז א קיצור, און די פסוק זאגט אזוי, אויב וועט זיין "וביום השביעי תשבות", דו וועסט נישט ארבעטן, און אין דעם ליגט שויך אויך אז דיינע קנעכט וועלען אויך נישט ארבעטען, ווייל ווי געזאגט, איז דאס אין כלל פון דיין מצות שביתה, ממילא וועט אויסקומען אז "ינוח שורך וחמרך וינפש בן אמתך והגר", - די זעלבע ווי כבד את אביך ואת אמך, למען - און דאס וועט גורם זיין, אלץ שכר, - ירבו ימיכם וגו'
Under influence
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

קאווע טרינקער, לא קריתי את כל המשא ומתן באשכול, אולם מתוך קריאה מהירה בתגובתך האחרונה נראה שיש להעיר למה שהגמרא אומרת בריש מסכת סוכה, למען אינו נתינת טעם, אלא ציווי. למען ידעו דורותיכם, זה לא נתינת טעם, זה חלק חשוב באופן קיום המצוה. אם אין לזה שייכות להנושא כאן, אכוון על זה באשמנו מחר בתחנון.
(- - -)
יוסף מ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך יוסף מ »

In parshes mishputim chapter 23 the torah clearly talks about mitzvet בין אדם לחברו.

א לא תשא שמע שוא אל תשת ידך עם רשע להית עד חמס    
ב לא תהיה אחרי רבים לרעת ולא תענה על רב לנטת אחרי רבים להטת
ג ודל לא תהדר בריבו    
ד כי תפגע שור איבך או חמרו תעה השב תשיבנו לו    
ה כי תראה חמור שנאך רבץ תחת משאו וחדלת מעזב לו עזב תעזב עמו    
ו לא תטה משפט אבינך בריבו
ז מדבר שקר תרחק ונקי וצדיק אל תהרג כי לא אצדיק רשע
ח ושחד לא תקח כי השחד יעור פקחים ויסלף דברי צדיקים
ט וגר לא תלחץ ואתם ידעתם את נפש הגר כי גרים הייתם בארץ מצרים
י ושש שנים תזרע את ארצך ואספת את תבואתה
יא והשביעת תשמטנה ונטשתה ואכלו אביני עמך ויתרם תאכל חית השדה כן תעשה לכרמך לזיתך
יב ששת ימים תעשה מעשיך וביום השביעי תשבת למען ינוח שורך וחמרך וינפש בן אמתך והגר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ממילא, די פסוק איז פרשת מפשטים "שֵׁשֶׁת יָמִים תַּעֲשֶׂה מַעֲשֶׂיךָ וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי תִּשְׁבֹּת לְמַעַן יָנוּחַ שׁוֹרְךָ וַחֲמֹרֶךָ וְיִנָּפֵשׁ בֶּן אֲמָתְךָ וְהַגֵּר" איז א קיצור, און די פסוק זאגט אזוי, אויב וועט זיין "וביום השביעי תשבות", דו וועסט נישט ארבעטן, און אין דעם ליגט שויך אויך אז דיינע קנעכט וועלען אויך נישט ארבעטען, ווייל ווי געזאגט, איז דאס אין כלל פון דיין מצות שביתה, ממילא וועט אויסקומען אז "ינוח שורך וחמרך וינפש בן אמתך והגר", - די זעלבע ווי כבד את אביך ואת אמך, למען - און דאס וועט גורם זיין, אלץ שכר, - ירבו ימיכם וגו'

פון וואו נעמסטו אז די למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך מיינט נישט קיין למען כפשוטו? אדרבה, פון די אנדערע פלעצער, בעיקר אין דברים וואו עס ווערט גענוצט ענליכע ווערטער זעט יא אויס אז עס איז כפשוטו. למשל:
כָּל-הַמִּצְוָה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם תִּשְׁמְרוּן לַעֲשׂוֹת לְמַעַן תִּחְיוּן וּרְבִיתֶם וּבָאתֶם וִירִשְׁתֶּם אֶת-הָאָרֶץ אֲשֶׁר-נִשְׁבַּע יְהֹוָה לַאֲבֹתֵיכֶם
שְׁמֹר וְשָׁמַעְתָּ אֵת כָּל-הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּךָ לְמַעַן יִיטַב לְךָ וּלְבָנֶיךָ אַחֲרֶיךָ עַד-עוֹלָם כִּי תַעֲשֶׂה הַטּוֹב וְהַיָּשָׁר בְּעֵינֵי יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ
לֹא-תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל-עָלָיו מַצּוֹת לֶחֶם עֹנִי כִּי בְחִפָּזוֹן יָצָאתָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לְמַעַן תִּזְכֹּר אֶת-יוֹם צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ
אויב דו קענסט נישט גלייבן אז די תורה זאל הייסן מקיים זיין א מצוה על מנת לקבל פרס, להוי ידוע אז אין די גאנצע תורה זעט מען אז דער ציל פון די מצוות איז פשוט כדי ס'זאל אונז גיין גוט אין לעבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט