אן עניו איז אפשר דער וואס פארלאנגט נישט פון די וועלט זיך צושטעלן צו דאס וואס ער האט זיך פארגעשריבען ווי די וועלט דארף אויסקוקען
ער אקצעפטירט די וועלט, ער פארשטייט אז זיינע עקספעקטעישאנ'ס זענען נאר השערות.
אז ער וועט לעבן מארגן וועט ער לעבן, אז נישט נישט.
ער אקצעפטירט די גאנצע נאטור, און אויך די מענטשען מיט זייערע רצונות, ובתוכם זיך אליינס אויך
ער רעספעקטירט די יסודותדיגע רצון זיינער הנאה צו האבען פון די וועלט. ער איז זיך מצמצם און לאזט זיין גוף ווערן הונגעריג כדי ער זאל גוט הנאה האבן פון עסן דערנאך. ווי אויך לאזט ער זיין מוח ווערן פארבלענדט מיט רצונות און שאיפות, כדי ער זאל הנאה האבן ווען זיי ווערן ערפילט.
אבער מיט א מאס.
ער האט ליב צו שפילן געימס, אבער נישט לאזן עס ווערן צו ערענסט.
דאס גליקליכע לעבן פון א חכם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל