וויאזוי יעדער פון אונז קען העלפן זיך און אנדערע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

וויאזוי יעדער פון אונז קען העלפן זיך און אנדערע

שליחה דורך יונה כהן »

וויאזוי א יעדער פון אונז קענען העלפן זיך, און דער גאנצער תורה ציבור אידען אין ניו יארק סטעיט
א מעסעדש פון הרב יחיאל קאליש פון אגודת ישראל פון אמעריקע

טייערע עלטערן און מנהלי ישיבות, עלטערן און תומכים
גאווערנער קאומא און געזעצן-מאכער געפינען זיך זייער נאנט ביים איינפירן א געזעץ וואס וועט שאפען 125 מיליאן דולר פון שכר לימוד שטיצע, פאר משפחות וואס האבען זיך אויסגעוועלט צו שיקען זייערע קינדער צו פריוואטע סקול'ס. דער "עדוקעישען אינוועסטמענט טעקס קרעדיט" פארשלאג וועט געבען א דולר-פאר-א-דולר טעקס קרעדיט פאר שטיצערס, סיי פאר א יחיד און סיי פאר א קאמפאני, וואס זענען מנדב פאר "סקאלערשיפ ארגענעזאציעס", וואס שטיצן תלמידים פון פריוואטע סקול'ס. ליידער, די קעגנער פון דעם געזעץ פירן א מערכה איבערצורעדן געזעצן-מאכער'ס צו שטיצן נאר פאבליק סקול'ס.

אהן אייער הילף, וועט מען ח"ו נישט איינפירן דעם נייעם געזעץ! מיר נויטיגן זיך צו צייגן אונזער ערוועלטע פאליטישענס אז עס איז פארהאנען א ברייטע שטיצע און געברויך פאר דעם געזעץ.

ביטע נעמט אייך א מאמענט צו שיקן פאר דעם גאווערנער און פאר אייערע געוועלטע פאליטישענס און שתדל'ען ביי זיי איינצופירן דעם "עדוקעשען אינוועסטמענט טעקס קרעדיט" פארשלאג, אלס א חלק פון דעם 2014-2015 בודשעט. דורך קליקן דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער גייט פארדינען פונדעם?? די מוסדות אדער די שכר לימוד צאלער'ס?

אויב נאר די מוסדות גייען פארדינען שטיץ איך עס נישט. זיי געוואוינען זיך צו צו באקימען מער געלט פון די גאווערמענט און מאכן ווייניגער פאנדרעיזינג. נאכדעם וואס זיי פארלירן פראגרעמס, מאכן זיי טייערער שכר לימוד און עס פאלט זיי נישט ביי צוריק צו פאנדרעיזען אזוי ווי אמאל.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יונה שרייבט דאך אז וויפיל מע געט פון פאנד רעיזען געט די גאווערמענט. סע גייט צוזאמען.

אויב מע באקעמט מער וועט יעדער הנאה האבען. מע קען נישט מאכען העכער שכר חימוד סתם אזוי. פאר מיך זעכער נישט....
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שכר חימוד??
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

לימוד
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ראשעקאל האט געשריבן:ווער גייט פארדינען פונדעם?? די מוסדות אדער די שכר לימוד צאלער'ס?

אויב נאר די מוסדות גייען פארדינען שטיץ איך עס נישט. זיי געוואוינען זיך צו צו באקימען מער געלט פון די גאווערמענט און מאכן ווייניגער פאנדרעיזינג. נאכדעם וואס זיי פארלירן פראגרעמס, מאכן זיי טייערער שכר לימוד און עס פאלט זיי נישט ביי צוריק צו פאנדרעיזען אזוי ווי אמאל.

א בליק פון א ריכטיגע ראש הקהל
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך יונה כהן »

[quot עe="ידען"]יונה שרייבט אז וויפיל מע געט פון פאנד רעיזען געט די גאווערמענט. סע גייט צוזאמען.

אויב מע באקעמט מער וועט עדער הנאה האבען. מע קען נישט מאכען העכער שכר חימוד סתם אזוי. פאר מיך זעכער נישט....[/quote]

מוסדות התורה אין פלארידא און אין אנדערע סטעיטס האבען שוין באקומען מיליאנען דורך דעם סיסטעם ס'איז 'זה נהנה וזה לא חסר' למשל אויב אן עושר אדער א קאמפאני איז שולדיג $1000,000 טעקסעס מעגען זיי מנדב זיין א חלק פאר אן ארגענעזאציע וואס גיבט געלט פאר'ן חשבון פון די עלטערן דהיינו מה שנקרא סקולערשיפ.

אויב איר ווילט זיך ציען קיין אינדיאנא דארט איז דא א חרד'ישע ליטווישע כולל תלמיד תורה וואס שכר לימוד איז $150 דולר א יאר צוליב דער סיסטעם, וואס אגודה Midwest האט אויסגע'פועל'ט.

איינע פון די סיבות פארוואס מיר דא אין ניו יארק זענען אזוי צוריק געשטאנען מיט שטיצע פאר אונזערע ישיבות איז ציניסיזם פון אונזער עולם. פארוואס דער מצב איז אזוי ווייס איך נישט, לאמיר הערן פון אייך
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך גיי איבערפרעגן ווייל איך פארשטיי נישט, גייט דאס זיין אזוי ווי אין לאנדאן, אז וואס איך צאל פאר שכר לימוד באקום איך צוריק ביי טעקס?
יונה כהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך יונה כהן »

שרייבער האט געשריבן:איך גיי איבערפרעגן ווייל איך פארשטיי נישט, גייט דאס זיין אזוי ווי אין לאנדאן, אז וואס איך צאל פאר שכר לימוד באקום איך צוריק ביי טעקס?


בפירוש ניין!

דע גאווערנמענט טאר דאס נישט טוהן אין אמעריקע, אבער אויב איינער גיבט צדקה קען ער דאס אראפ נעמען פון די טעקסעס, אבער נאר מיט א גרעניץ, דא קומט צו א נייע וועג וואס זאגט בעיקר פאר גרויסע פירמעס אז מע קען מנדב זיין פאר ספעציעלע ארגאניזאציעס וואס טיילען סקולערשיפס, נישט קיין חילוק פריוואט אדער פאבליק, אז זיי קענען דאס אראפ רעכענען פון זייער חוב פאר טעקסעס. דער פאטענשעל פון אזא געזעץ קען זיין מורא'דיג פאר אונזערע מוסדות. א חלק פונעם געזעץ, ווי איך פארשטיי איז אז מוסדות מוזען איבערצייגען אז זיי האבען גענידערט שכר לימוד

אין אנדערע סטעיטס האבען שוין מוסדות התורה צוליב שתדלנות פון אגודת ישראל מרוויח געווען מיליאנען. אין פלארידא אליין איבער 35 מיליאן!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יונה כהן האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס מיר דא אין ניו יארק זענען אזוי צוריק געשטאנען מיט שטיצע פאר אונזערע ישיבות איז ציניסיזם פון אונזער עולם. פארוואס דער מצב איז אזוי ווייס איך נישט, לאמיר הערן פון אייך

אפשר ווייל די מוסדות דא ווערן געפירט דורך סעלף סערווינג בנש"ק'לעך?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווייל ווען די שטאט טיילט "אייער" פאר UJO קאינסעדענטלי האט וואן סטאפ א סעיל אויף אייער די פאלגענדע דריי חדשים. ועוד. ...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יונה כהן האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:יונה שרייבט אז וויפיל מע געט פון פאנד רעיזען געט די גאווערמענט. סע גייט צוזאמען.

אויב מע באקעמט מער וועט עדער הנאה האבען. מע קען נישט מאכען העכער שכר חימוד סתם אזוי. פאר מיך זעכער נישט....


מוסדות התורה אין פלארידא און אין אנדערע סטעיטס האבען שוין באקומען מיליאנען דורך דעם סיסטעם ס'איז 'זה נהנה וזה לא חסר' למשל אויב אן עושר אדער א קאמפאני איז שולדיג $1000,000 טעקסעס מעגען זיי מנדב זיין א חלק פאר אן ארגענעזאציע וואס גיבט געלט פאר'ן חשבון פון די עלטערן דהיינו מה שנקרא סקולערשיפ.

אויב איר ווילט זיך ציען קיין אינדיאנא דארט איז דא א חרד'ישע ליטווישע כולל תלמיד תורה וואס שכר לימוד איז $150 דולר א יאר צוליב דער סיסטעם, וואס אגודה Midwest האט אויסגע'פועל'ט.

איינע פון די סיבות פארוואס מיר דא אין ניו יארק זענען אזוי צוריק געשטאנען מיט שטיצע פאר אונזערע ישיבות איז ציניסיזם פון אונזער עולם. פארוואס דער מצב איז אזוי ווייס איך נישט, לאמיר הערן פון אייך


וואס גיי איך האבן פון דעם אז די געזעץ גייט אדורך? איך האב נאך קיינמאל נישט פארדינט פון דעם אז די מוסדות באקימען מער געלט. איך האב שוין געשריבען אז די מוסדות געבן נישט די סעיווינגס פאר די עלטערן, נאר ניצן די סעיווינגס נאר פאר זיך נישט צו מאכן אזוי פיל פאנדרעיזינג ווי ביז יעצט. און זייער באדזשעט פאנגט זיך אהן צו פארלאזן אויף די נייע קוואל פון געלט.
איך קען נאר ליידן פון דעם. ווייל אויב די פראגראם אדער געזעץ גייט זיך אמאל צוריק טוישן גייט די מוסד נישט צוריק אנפאנגען פאנדרעיזען אזוי ווי אמאל , נאר זיי גייען ארויפטרייבען די שכר לימוד!
ניץ וואוטשער'ס פאר א דוגמא. טאקע די עלטערען וואס האבן אליינס די וואוטשער'ס פארדינען דערפון. אבער די פאקט אז די מוסדות מאכן אסאאאאך געלט פון דעם האט נישט געהאלפען אראפצוברענגען די פרייז פון שכר לימוד , נאר האט געמאכט אז אנשטאטס פאנדרעיזען פארלאזן זיך די מוסדות אויף די וואוטשער'ס. וואס גייט געשעהן די טאג וואס וואטשער'ס ענדיגט זיך? איך האב נישט קיין ספק אז יעדעמ'ס שכר לימוד גייט ארויף פליען אין הימעל.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]יונה כהן[/tag] מאך א אקציע אויף קול מבשר וועסטו שנעלער אנקומען ווי דא בבית ה'קאווע, מיזט ניש זאגען ס'איז אמעסעדזש פון אגו''י ד'אמעריקא
פארשפארט