געטראפן דעם געטליכן מאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

געטראפן דעם געטליכן מאן

שליחה דורך נח בער »

אין מיין לאנגער זוך און געיעג נאך אן ערליכער גאטס פארכטיגער מאן וואס זאל אויך קענען זאגן עתידות, איינער וואס די שליסלען פון פרנסה זענען פארבארגן אין זיין האנט, וואס אלע טויערן פון הימל זענען פאר אים אפן אין אלע צייטן, וואס קען היילן מענטשן אן נוצן הייל מיטלען וואס קען האבן סייד עפעקטס, אלעס מיני סגולות ליגן אים אונטער דער ארבעל גרייט ארויסצוגעבן סיי ווען ועוד ועוד האב איך ענדליך געפונען מיין הארץ באגער.

דאס איז נישט קיין צווייטער ווי הרב הצדיק ר' שמואל ארי' עקשטיין שליט"א וואס האט אנגעהויבן מיטן ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט די נסים'דיגער עין הרע אוועקקלאפער און פליגל שנעל זיך אויסגעברייטערט צו א מלאך המושיע אין מענטשליך פלייש צום וואונדער פון דאס מענטשהייט וואס קען נישט גלייבן אז אין אזא דור שפל וואס לאזט זיך נישט איינרעדן פון אזעלכע געוואלדאוונע דמיונות זאל זיך קענען אריינגליטשן אזא סארט געהויבענער איד.

אומגלויבליך אבער א פאקט וואס ווער עס איז זוכה אריינצושמירן דעם ריכטיגן מטבע אין הענט פונעם צדיק וואס דארף עס חלילה נישט פאר זיך אדער זיין אייגן געברויך נאר האט פשוט א חשובע משפחה וואס ער האט מיט זיין גרויס צדקות גענומען אויף זיין צובראכענע פלייצע צו שפייזן און געבן אלעס וואס פעלט זיך זיי אויס.

יעצט קומט דער גרויסער פריידיגער מעלדונג פון בית הצדיק אז דער קדוש וטהור וועט רוען אין בארא פארק די גאנצע וואך און אויפנעמען אידישע קינדער בעצה ותושיע, געפלאכטן מיט אפענע און באהאלטענע מופתים גלויים.

כאפט אריין ווי לאנג דער צדיק אין בעיר!

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר