טאמבל סאס האט געשריבן:אה, מ'העט אים דאך עס נישט געבן. מ'וועט טענה'ן ער האט שוין געוואוסט. קיין קונץ נישט.
קען נישט זיין, די גויים גלייבן דאך נישט אז ער ווייסט...
א איד האט געשריבן:ר' יואב און די לעצטע וואכעדיגע הפטורה שטטיט שוין וואס דוד המלך האט געהייסן שלמה המלך ער זאל דיר טוהן.
פארוואס פארגינסטו נישט ווי אזוי יענער מאכט געלט, אפשר פארגינסטו נישט די גראסערי אז זיי מאכן געלט אויף די עסן וואס זיי פארקויפן, אדער די קאר ליעסערס אויף די קאר וואס זיי מאכן געלט.
אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט.
בלייבסט נאכאלץ אן ערליכער איד, ווי די משנה זאגט ישראל קדושים הם יש מי שרוצה ואין לו, ויש מי שי לו ואין רוצה.
סתם וואס איז דיין הסבר פאר נישט געבן פאר מוסדות התורה? ווי אויך פאר דיין זוהנס מוסד גיסטו יא?
יאיר האט געשריבן:וואס איז דער פראפעסיאנעלער עין הרע לעשער שולדיג אז ער הייסט נישט טייטלבוים, רוקח, אדער אבוחצירא?
יואב האט געשריבן:א איד האט געשריבן:ר' יואב און די לעצטע וואכעדיגע הפטורה שטטיט שוין וואס דוד המלך האט געהייסן שלמה המלך ער זאל דיר טוהן.
פארוואס פארגינסטו נישט ווי אזוי יענער מאכט געלט, אפשר פארגינסטו נישט די גראסערי אז זיי מאכן געלט אויף די עסן וואס זיי פארקויפן, אדער די קאר ליעסערס אויף די קאר וואס זיי מאכן געלט.
אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט.
בלייבסט נאכאלץ אן ערליכער איד, ווי די משנה זאגט ישראל קדושים הם יש מי שרוצה ואין לו, ויש מי שי לו ואין רוצה.
סתם וואס איז דיין הסבר פאר נישט געבן פאר מוסדות התורה? ווי אויך פאר דיין זוהנס מוסד גיסטו יא?
אויב קענט איר נישט מאכן כאטש א שטיקל אונטערשייד פונעם גראסערי-מאן צו כולל חצות דאן וועל איך זיכער נישט פראבירן צו ענטפערן דערויף.
כלפי מיין זונ'ס מוסד אוודאי גיב איך נישט, איך צאל דאך שכר לימוד ווי א חמור רובץ תחת משאו, ער מאכט פראגראמען אויף עמען און לערנט אים גארנישט. נאך געבן?
יעצט כלפי מוסדות איז אזוי. קודם כל, איך בין נישט קיין פארמעגליכער אינגערמאן, איך פלאג מיך פאר דעם דאללער אלזא איז נישטא קיין שום פשט איך זאל טיילן געלט סתם אזוי. אויב זאל מיך גאט באגליקן מיט אפאר דאללער, וועל איך ליבערשט וועלן געבן געלט פאר וויסענשאפטליכע פארשונגען צו טרעפן הייל-מיטלען צו געוויסע קרענק וכדו' ה"י. כידוע וואס טוט זיך אלץ אפ צווישן די חסידי אומות העולם ובראש הרבני הנגיד הרב ר' ביל גייטס שליט"א.
אז איינער קומט און שרייט מיין מוסד – אדער דער מוסד וואס ס'האט מייסד געווען מיט בלוט און פלייש דער מלאך אלוקי בלא בלא בלא – שטייט שוין ביים שוועל פון אונטערגיין, איז מצידי קען און זאל דאס שיינערהייט אונטערגיין במעמד רבתי בהתאסף ראשי עם. כל הכבוד.
די נקודה איז צווייפאכיג. קודם כל איז דאס א פראיעקט וואס עמיצער האט זיך אליינס אונטערגענומען פאר כבוד, זאל אפילו זיין לשם שמים. נו, קען ער דאס דעקן, אשרי לו ואשרי חלקו, זאל דער אייבערשטער העלפן אז אינעם זכות וואס ער דעקט די מוסדות זאל ער ווערן געדעקט אין אלע אויסגאבעס בכפלי כפליים. קען ער דאס נישט דעקן, דאן לייג א ריגל אויף דעם מוסד, אדער שטרעק אויס דיין האנט צו גענוג היימישע פילאנטראפן וועלכע זוכן צו פיגורירן אויף זאת נדבת שילדן. ועוד, ווען מיין נדבה זאל מיך געבן אפילו א האלבע ווארט אין דעם מוסד, איך זאל האבן א שטיקל מיינונג אין דער קאריקולאם וואס יעדעס קינד ברויך מסיים זיין ס'זאל זיין אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו, ווער זאל מעגן ווערן אנגענומען אא"וו, נו, וואלט איך מיך אנגעשטרענגט צו געבן. אבער נישט נאר וועלן זיי מיין ווינטש נישט ערפילן, נאר הוא השטן הוא המשחית, דער זעלבער עלעמענט וואס שאפט קאפוויי און הארץ עסענישן פאר מיר און פאר פילע אנדערע, זאל איך גיין בידים שטיצן? העלפן זאל האבן א קיום?
יאיר האט געשריבן:איך האב מורא אז דער מלמד פון שאול בערלין'ס כתב יושר איז נישט קיין אנדערער ווי אונזער הרב הצדיק שליט"א:כתב יושר האט געשריבן:אני סופר סת"ם, קורא, בעל תוקע, מוהל, מבקר חולה וקברן, ויש לי ידיעות ג"כ בחכמות הרפואה שהתירה התורה, ולא יאמין אדוני שח"ו למדתי חלילה החכמה הזאת בספרי הגויים וכנסיה שלהם, כמו שיעשו פריצי בני עמנו חלילה! האם אין ספרי רפואות בישראל עד שנלך לדרוש מחכמי הגויים, הלא יש ספרים הרבה מאוד כמו מפעלות אלהים ושער אפרים מלאים סגולות ורפואות שאין לכל חכמי הגויים השגה לדעת דבר מהם כי הם למעלה מהטבע, ואנכי יודע להסיר עין הרע בלחש, ולרפא חולי הקדחת בכתיבה על שקדים, ולשפוך עופרת לחולי הבהלה, ולהשתיק נזילת הדם על ידי השבעה וכיוצא באלו.
shem-tov האט געשריבן:משא"כ יעצט מאכסטו ליצי ליצנות פון א יוד א מקובל