היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די חרדישע צייטונגען

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די חרדישע צייטונגען

שליחה דורך מיילעך »

עס רעדט זיך פון די זעהר פארווייטאגליכע פרשה פון די שרעקליכע חינוך גזירה אין אנטוורפן בעלגיע, און ווי באקאנט איז דער עולם זעהר באזארגט, און וועגען געוויסע פאליטיק וואס טוט זיך אין אנטווערפען זענען געגאנגען געוויסע אינשי דלא מעלי און ערלעדיגט ביי חרד׳ישע צייטונגען צו פארשפרייטען שקרים אין דעים עניין, וואו זיי האבן באריכטעט איבער א געוויסען פסק פון בית משפט אדער החלטה פונ׳ם בעלגישען מיניסטער צו אפשטיפען די גזירה, וואס נישט נאר אז די אללע זאכען וואס שטייען אין די צייטונגען איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען אן קיין שום אחיזה במציאות, איז דאס א געוואלדיגע עוולה כלפי די אללע אומשולדיגע עלטערן וואס וואלטען חס ושלום געקענט אומגליקליך ווערן ווען זיי בלייבען ווען גלייבען די שקרים און זיי שרייבען זיך נישט איין צו די בחינות וואלט מען געקענט ח״ו אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן רח״ל.

די צייטונגען וואס האבען צווישען אנדערע געשריבען זענען: המבשר, לדעת, JDN, המודיע, ערוץ 7 וכו׳

עס איז נישט צו גלייבען אז זיי האבען אפילו געהאט קאמפעטישען צווישען זיך ווער ס׳וועט קענען בעסער פארשפרייטען דעים ליגענט, ווען זיי האבען אללע קלאר געוואוסט אז ס׳איז כל כולו שקר און געוואוסט וואס פאר אן עוולה זיי באגייען כלפי די היימישע עלטערן.

ווי באקאנט האבען די צייטונגען שוין געשריבען אסאך שקרים בעפאר אויך, און די מוסר השכל פון דעים איז ווי ווייט דער אמת שווימט צום סוף ארויף און אז מען קען ליידער נישט גלייבען די חרד׳ישע צייטונגען קיין איין ווארט.

ידע הקהל וישפוט....

דא איז די המבשר:
המבשר.jpg


ארטיקעל אין בחדרי חרדים:

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63809

אנטוורפן: החרדים יחוייבו ללמוד ליבה

בניגוד למה שדווח בכלי תקשורת שונים בסוף השבוע, משרד החינוך הבלגי לא חזר בו - מוסדות החינוך החרדי באנטוורפן יחוייבו בלימודי ליבה • על פי החוק, הרשויות יוכלו להוציא ילד מרשות הוריו, באם לא ייגש למבחנים • בעקבות הדיווחים כי אכיפת החוק תידחה בחצי שנה, משרד החינוך במדינה פרסם מכתב: "דיחוי לא בא בחשבון" • כל הפרטים

תדהמה ואכזבה באנטוורפן החרדית: בית המשפט לענייני חוקה סירב להורות למשרד החינוך להעניק הארכה ליישום חוק לימודי ליב"ה במוסדות החינוך החרדי באנטוורפן.

לפני שבוע פרסמו עסקנים בכירים באנטוורפן ידיעה לפיה העניק בית המשפט לחוקה בבריסל דחייה של שנה וחצי ליישום תקנת משרד החינוך בעניין לימודי ליב"ה. מדובר בתקנה שחייבה את כל הילדים בגילאי חינוך ללמוד מקצועות חול שאין מלמדים בחיידרים החסידיים או בישיבות הקטנות.

לפי תקנות משרד החינוך הבלגי כל ילד שאינו לומד בבית ספר ממלכתי מוכר חייב לעבור בסוף השנה מבחן מקיף על לימודי חול. במידה והילד לא עבר את המבחן ניתנת לו אפשרות לעבור שנית את המבחן. במידה והילד אינו עובר את שני המבחנים מחייב משרד החינוך את ההורים לרשום את הילד בבית ספר ממלכתי מוכר. ילד שלא יתייצב למבחנים רשאית פרקליטות המדינה להורות על הוצאת הילד מחזקת ההורים.

בדיון שנערך בשבוע שעבר בבית המשפט לחוקה בבריסל, הופיעו שלושת עורכי הדין של המוסדות החרדיים, ומנגד הופיע נציג משרד החינוך ומשה אריה פרידמן.

השופט סגר את הדיון באומרו כי תם שלב הדיונים ובקרוב יינתן פסק הדין. השופט סירב להיעתר לבקשת עורכי הדין להורות למשרד החינוך לדחות את יישום תקנת משרד החינוך.

במכתב ששיגרה ביום שישי, הגב' תמרה קריסטנס למשה אריה פרידמן נאמר "אנחנו רוצים לאשר בזאת שהתקנות החדשות על חינוך ביתי וחוק החינוך החדשה, עומדים בתוקף ועומדים על כנו. על החוק הזה אין שום שינוי עמדה, דיחוי כל שהוא לא בא בחשבון בכלל ולא בא בכלל על סדר היום לדחות אותו".

לפי הוראה זו ייאלצו כל הילדים הלומדים בבתי הספר הלא מוכרים להירשם למבחנים הממשלתיים, עד ר"ח סיוון. ילדים שלא יירשמו למבחנים, שמותיהם יועברו לדיון בבית משפט, אשר על פי החוק יאפשר לרשויות החוק להוציא את הילדים מחזקת הוריהם.

באנטוורפן ניסו העסקנים להרגיע את הציבור ואף פרסמו ידיעה בכלי התקשורת החרדיים לפיה כביכול הורה בית המשפט לחוקה, למשרד החינוך לדחות את ההוצאה לפועל. הדברים הגיעו לאוזני משרד החינוך הבלגי ואלו מיהרו לשגר הבהרה חד משמעית שבה נאמר כי הגזירה בעינה עומדת.

דא איז די אריגינעלע בריוו פון די חינוך מיניסטעריום:
חינוך.jpg


און א טרענסלעישן אין לה"ק:

יום שישי, 17 לינואר 2014, 02:32

מר פרידמן היקר,

אנחנו רוצים לאשר בזאת שהתקנות החדשות על חינוך ביתי וחוק החינוך החדשה, עומדים בתוקף ועומדים על כנו. על החוק הזאת אין שום שינוי עמדה, דיחוי כל שהיא לא בא בחשבון בכלל ולא בא בכלל על סדר היום לדחות אותו.

בכבוד רב,

תמרה קריסטנס

משרד החינוך הפלמי
כתובת
אימייל וכו׳
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיילעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט. וואס האבן די צייטונגען פון זאגען ליגענט?
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

איך בין נישט שאקירט.

בין איך א היימישער איד? :roll:
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

עס שטימט נישט, אז צוליב רייבערייען זאל מען פארהוילען פאר עטליכע מינוט פינעם ציבור דעם אמת, נאכדערצו אז דר'עולם וועט ווערן אנגעצינדען אז מ'שפילט ארום מיט זייערע געהירען אין אזא זמן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נח בער האט געשריבן:איך בין נישט שאקירט.

טא עפן א אשכול "היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די קאווע שטיבלעך" :)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

די אימייל איז צו די מסור פרידמאן (לאה רוזנצווייג איז זיין ווייב) ווי קומט עס אהן צו דיר ?
און פארוואס זאל איך מער דיר גלייבן ווי די למען תדע און אנטווערפענער צייטונג ?
איך האף אז איך שרייב זיך נישט מיט ............................................
איזהו גיבור ?
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

דער חשבון איז געווען אז טאמער די עלטערן וועלן זיך נישט איינשרייבן אויף די בחינות וואלטן זיי זיך ערשט דערוואוסט אין יוני ביים סוף פון די שוהליאהר אין וועלכע צרות זיי זענען אריין, ווייל דעמאלס וואלט זיך אנגעהויבען די עונשים פון צונעמען די קינדער רח״ל. און ווי פנחס קארנפעלד האט זיך אויסגעדרוקט אין למען תדע אז ביז דעמאלס וועט שוין זיין עוד חזון למועד און אדער וועט די מיניסטער אדער דער שופט פייגערען.

און ס׳איז טאקע א גרויסע ישועה פאר די עלטערן אז עס איז טאקע נתגלה געווארן מעהר פרטים איבער וואס ס׳גייט באמת פאר.
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

גיבור - עס איז דאך געווען מפורסם:

http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_855.html
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

חיים שולהזון גלייב איך פונקט ווי די מסור פרידמן
סא יעדע לינק צו עם מאכט מער קאליע ווי אויפטון
איזהו גיבור ?
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

דאס איז דאך לית מאן דפליג אז די בריוו האט געשיקט די מיניסטעריום פון עדשאקעישען און פונ'ם אפיס פון מיניסטער.
ממילא מיין איך אז אין דעי נקודה איז אונזער וויכוח געשלאסען.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

משה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

מיילעך האט געשריבן:דאס איז דאך לית מאן דפליג אז די בריוו האט געשיקט די מיניסטעריום פון עדשאקעישען און פונ'ם אפיס פון מיניסטער.
ממילא מיין איך אז אין דעי נקודה איז אונזער וויכוח געשלאסען.

גארנישט איז נישט זיכער !
אבער אויב האסטו נישט מער פרוף איז עס זיכער די בעסטע ענטפער וואס די קענסט ענטפערן .
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

איש עברי האט געשריבן:משה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?

בעצם גארנישט אבער ווען ער קען וויי טון ערליכע יודען וועט ער עס טון עני טיים .
איזהו גיבור ?
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

משה אריה פרידמן איז שוין פון אנהייב אן געווען נישט נאר א צד נאר אויך געהאט גאר א שטארקע פאזישען ביים אללע קאורט פראצעדורען ביז יעצט, און עס איז געווען אסאך צייטונגס ארטיקלען אין פארשידענע שפראכען איבער דעים עניין.
איך שיק אייך דא וואס איך האב ביי די האנט:

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60002

http://www.gva.be/regio-antwerpen-stad/ ... holen.aspx

http://www.inn.co.il/News/News.aspx/269181
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

גיבור האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:משה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?

בעצם גארנישט אבער ווען ער קען וויי טון ערליכע יודען וועט ער עס טון עני טיים .


איך מיין נישט אז ער וויל וויי טוהן ער איז ענדערש א רחמנות און ער זוכט צו אויסנוצן זיינע כשרונות אויף זייער קרומע אופנים, ער ליידט פון עפעס א דיסארדער מן הסתם
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:משה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?

און נאכדערצו אויף עברית, און נישט אויף פלעמיש, די שפת המדינה. :roll: :x :P :o
שרגא דוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך שרגא דוד »

הערטס שוין אויף צו ווערען פארכאפט אין די דריידעלעך און חוכמות פון ליידיגייער און מסור משה ארי פרידמאן

ער איז דער וואס שיקט אריין צו שאולזאהן און רעאגירט דערנאך אליין אויף פארשידענע שפראכען
ער איז דער וואס האט אריין געשיקט און געמאכט א ווינד ביי חדרי חרדים
ער איז דער וואס שיקט יעצט אריין צו קאווע שטיבעל אונטער "מיילך"
אלעס קומט פון דעם זעלבען מקור הטומאה והטמטום

ער פלאצט אז די עסקנים אין אנטווערפען גייען פאראויס ערגענץ ווי, און עם געלאנגט נישט, וואס ער פארזיכט די גאנצע צייט, אלס נקמה קעגען די אידישע מוסדות, צו ערלעדיגן אז מען זאל יא לערנען ח"ו (!!!) לימודי חול אין די מוסדות הק'

עס טוט זיך טאקע פאזיטיווע ענטוויקעלונגען, מען האט דאס אשפר טיילווייז פארדרייט מפרסם געווען אין פארשידענע צייטונגען, און ער וויל זיך ארויפכאפען אויף דעם מיט "נארישע ראיות" אז עס איז יא צו נישט אמת, פון דעם לעבט דער הונט.

ער פרעגט א גאנצע צייט אז מען "זאל עם אפפרעגען" אזוי האפט ער אז מען וועט עם ברענגען ראיות אדער מער אינפארמאציע וואס עס טוט זיך יא באמת און וועט ער ווידער קענען שטערען, אבער דער עולם אין אנטורפן איז קליגער און ענטפערט עם נישט ב"ה.

די גרויסע ראיה וואס ער ברענגט דא פון אן עימייל פון די עדוקעישן מיניסטריום איז פשוט א חוזק !!
ער שיקט אריין כאילו א פראגע צו יעצט איז עפעס (שוין) נשתנה געווארען, איז ענטפערט די בעאמטע דארט, וואס איז פארשטייט זיך נישט באקאנט פון קיין שינויים, אז ווי ווייט זי ווייסט גארנישט...
דא איז זיין "ראיה" אז מען "שרייבט עם" אז אלעס איז ליגענט...

נו, גיי טענה דיך מיט אזעלכע נארישע שטותים.

ולכל השואלים "וואס האט פרידמן מיט די פרשה, וויאזוי איז ער א קארעספאנדענט פון די ממשלה וכו' :

ער האט טאקע גארנישט מיט די גאנצע פרשה, די רעגירונג לאכט זיך אויס פון עם, ער פארזיכט איבעראל צו שטעקען זיין נאז, ווייל "ער איז אזוי באזארגט כאילו פאר די אידישע קינדער" און רייכט אבעראל אריין קלאגעס ( אזוי ווי אין וויען און ביי אונז אין אמעריקא) במילא אז מען לייגט אריין א קלאגע מוז מען על פי חוק "דער קלאגער געבען דאס ווארט" און -- מיט דעם "ווערט ער א צד"

ער וואלט זייער געוואלט אבער די אנטורפנער עולם איז קלוגער ווי עם און מען לאכט זיך אויס.

קיינער אין אנטורפן איז נישט "דערשוידערט" אדער "אין שוק פון די ליגענד" דאס איז אלעס העדליינס וואס ער מאכט אליין אויף.
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

שרגא דוד (פנחס קארנפעלד?)

די גאנצע בנין וואס איר פראבירט דא אויף צו בויען ענדערט נישט כי הוא זה לעצם העניין אז די אללע צייטונגס ארטיקלען, וואס דו שטייסט לכאורה אונטער דעים, איז געווען כל כולו שקר, עס האט נישט געהאט אין זיך אפילו שמץ של אמת און אפילו נישט א מינדעסטע אחיזה במציאות.

נאך מער, ביסטו שוין אליין מודה אז עס איז געווען ליגענט, און אז די סיבה איז געווען דאס אשפר צו פארדרייען. (לית מאן דפליג אז די אללע שקרים אין דעים עניין איז געקומען פון פנחס קארנפעלד און כת דיליה און משה אריה פריעדמאן איז דער וואס האט אויפגעוויזען דעים אמת , געברענגט די דברים כהווייתן און מצליח געווען עס צו באוויזען מיט שטארקע פאקטען) ממילא קען שוין נישט זיין א וויכוח אז עס איז געווען כל כולו שקר און ווער און וועלכע סיבות האט אינטער דעים געשטעקט.

און בכלל איז זייער וויכטיג אנצוווייזען אז אט דער דאזיגע ניק נעים ׳שרגא דוד׳ איז כמעט זיכער פנחס קארנפעלד אלליין וואס ער שטייט אינטער די גאנצע זאך או איז לכל הדעות דער גרעסטע נוגע בדבר און איז אויך באקאנט צו זיין גאר א גרויסע פערזענליכע שונא פון משה אריה פריעדמאן, ממילא קען מען זיך בשום אופן נישט רעכענען מיט זיינע מעשות וואס ער פראבירט דא דעים עולם צו פארדרייען א קאפ און האט נישט די מינדעסטע קרעדיביליטי.

דער ניק שרגא דוד וואס איז געעפענט געווארען אנהייב נאבעמבער די זעלבע צייט וואס איז געווען דא אין קאווע שטיבעל ארטיקלען איבער איבער אים פערזענליך אין אנטווערפען, די שפראך און די אינהאלט לאזט כמעט נישט איבער קיין ספק און מען קען מיט זיכערהייט באשטעטיגען אז שרגא דוד איז פנחס קארנפעלד פון אנטווערפען.

לגבי דעים גילוי דעת פונעם בעלגישען מיניסטעריום אין דעים עניין איז געשריבען געווארען דורך די הויכראנגיגען אפישעל ווא האט די אוטוריטי אין דעים עניין וואס איז געגאנגען מברר זיין ביים מיניסטער טאקע אט די שקרים און האט טאקע ערקלערט אז נישט נאר אז ס׳איז לא מיניה ולא מקצתיה אבער האט אויך אויסגעשלאסען אז מען זאל בכלל דן זיין איבער דעים אינעם עתיד.

צום שלוס דאס וואס פנחס קארנפעלד - שרגא דוד - בארימט זיך איבער די קלוגשאפט פון די אנטווערפענע עסקנים מיטן פארשפרייטען ליגענט כדי צו פארדרייען דעים אשפר, ווייזט זיכער אויף פונקט די פארקערטע פון חכמה צו זאגען אזויפיל שקרים במילתא דעבידי לגלויי און מכחיש זיין שמש בצהריים, און באווייזט דייטליך די געוואלדיגע טפשות און הפקרות אויפן חשבון פונעם ציבור.

אוסער די געוואלדיגע עוולות וואס איז געטון געווארען דורך די עסקנים קעגן די חשובע עלטערן אין אנטווערפען איז שוין צייט מען זאל איינזעהן אז דורכ׳ן גיין מיט שקרים מאכט מען אללעס קאליע און מען קומט אין ערגעץ נישט אן.
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

איך קאן נישט די אנטפערפנע פאליטיק אבער אויב משה אַרי פרידמאן איז מיר געווארן א שרייבער אין קאווע שטיבעל קען שוין די שטיבל זיך פארמאכן, דאס פעלט מיר נאר אויס אַז דער צודרייטער פרידמאן מיט נחום אין שאולזון זאלן אנהויבן צו שרייבן דא.
ער ברעגט גאר א ראי' אז שרגא דוד איז קורנפעלד היות ער האט זיך איינגעשריבן אין נאוועמבר, איז יעדער מכובד צו זעהן ווען דער מיילך האט זיך איינגעשריבן ..... זיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל ליינט זיך אזוי
גאר א אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט משה אריה פריעדמאן אין בחדרי חרדים:
איז לאמיר דיר זאגן משה ארי' טייערע, מיר אלע ווייסן אז די ביסט חולה אנטענטשן די וועסט טוען אלעס אויף דער וועלט אז מ'זאל שרייבן וועגן דיר, פין זיך טרעפן מיט די איראנען ביז אביוזען דיין אייגענע קינדער,
איך בעט דיר נאר איין זאך טרעט שוין אראפ פין אינזער שטיבל, אבער שוין. אויב די זיכסט אז מ'זאל שרייבן וועגן דיר קענסטו זיך אינטערוויען מיט מנחם טוקר אבער דא וויל קיינער נישט הערן פין דיר.די ביסט שוין לאנג אויסגעשפיגן פין כּלל ישראל, ניטאמאל א קריסלעכע בית הקברות וועטיר וועלן אריינעמען.
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

אין קץ לדברי רוח, מיין שרייבען דא האט גארנישט צו טון מיט משה אריה פרידמאן. איך זעה דו ווילסט אז הודעות פון דיר זאל אנקומען צו פרידמאן, איך בין אבער ליידער דער פאלשע אדרעס פאר דעים.

מן הסתם איז דא וועגען צוצוקומען, איר זאלט זיך אינטערעסירען ביי די וואס האבען זיין טעלעפאון נאמבער, פאקס, אימייל אדער סעליולאר פאון.

איר האט זיך אנגעטשעפעט אינעם פאלשען אדרעס, ואתכם הסליחה.
שרגא דוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך שרגא דוד »

דאס גאנצע פארענטפערען פון משה ארי' פרידמן , איז ווי שטענדיג, און אונז אלע גוט באקאנט, געגרינדעט אויף לויזע און באמבאסטישע הצהרות וואס, ווער עס איז באקאנט אין די פרטי פרטים ,פארשטייט און זעהט דעם אמת אדורך.

דעם ציבור אין אנטורפן איז עם אוודאי נישט געלונגען צו באאיינפלוסען אדער צו פארנארען.

דער עיקר שפיטצט ער זיך צו צו א דעבאטע "ווער שרגא דוד" איז, וואס דאס איז דער עולם ווייניג אינטערעסאנט.

אז א צייטונג ( אדער צייטונגען ) "באשיינען" אן ארטיקעל מיט אייגענע צוגעגעבענע פרשנות איז נישט פון היינט, אבער דאס מיינט נאך גענצליך נישט אז די ידיעה איז אן אויסגעטראכטע, ווייט פון דעם וד"ל.

אזוי ווי פריער דערמאנט, גיין די עסקנים זיך נישט אונטערהאלטען מיט דעם קראנקהאפטיגען פערשוין אויף עם "אויף צו ווייזען" ווי זיי האלטען און וואס עס ווערט געטוען אי"ה בנוגע דעם ענין, הגם ער וואלט דאס זייער געוואלט...

וועגען דעם "הויכראנגיגען אפישעל" פון משה ארי' פרידמן נאך דאס פאלגענדע:

די תמרה קריסטנס איז גאר א קליינע און יונגע פשוט'ע איינגעשטעלטע ,( ארבעט דארט שיינט זייט אנדערהאלבען יאר) וואס הייבט אויף דעם טלפון און איז דער "קאנטאקט פערשוין" פאר עלטערען וואס האבען שאלות בנוגע חינוך אנדערהיים, זי זיצט אין די גארער קול סנטר פון די רעגירונג און ווען דער קראנקהאפטיגער פערשוין האט איר געפרעגט א פראגע האט זי געענטפערט "למיטב ידיעתה" אז "ביז היינט" האט זי נישט קיין שום ידיעה פון קיין שינוי ...
( https://www.facebook.com/tamara.christens)

פון דעם בויעט דער פרידמאן זיינע ראיות אויף "שקרים" און דאס זיינען זיינע "באווייזען פון שטארקע פאקטען". מיר ווייסען נישט צו מען דארף וויינען אדער לאכען....

דעם עולם אין אנטורפן געלונגט עם זיכער נישט צו פארדרייען דעם קאפ, פארזוכט ער יעצט אין אויסלאנד, בבחינת הרוצה לשקר ירחיק עדותו...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שלום עליכם שרגא דוד און יישר כח פארען מיר געבן די קאנפידענץ צו שרייבן.

מיילעך- המסור המוסזלים הידוע משה אריה ימש"ו ,איך האב די ערשטע מינוט געכאפט ווער די ביסט און וואס דיין אגענדע איז אבער מען דארף אייביג געבן א טשענס פאר א נייע ניק. אויב עס איז געווען עפעס א ספק בזה בא דיין לעצטע תגובה אנטקעגן שרגא דוד מיט דיין באקאנטע שמוציגע שפראך וגילה מעל כל ספק ווער דו ביסט.

אלזא משה אריה ימש"ו הער דיך גוט צו ,דא איז ניט די זאב ברעננער שאו ווי די קענסט דיך קרוינן 'ראביי' משה אריה פרידמאן ,מצידינו קענסטו געזונטערהייט ווייטער זיין 'רב הראשי לאחמדיניגאד' אבער אזויפיל זאלסטו וויסן אז דא וועט מען נישט פארשווייגן דיינע מעשים טובים.

הפנים די בעלגישע רעגירונג האט שוין נישט קיין בעסערע וועגע ווי אזוי צו מודיע זיין נייע געזעצן נאר דורך א אימייל צו 'מר. פרידמאן היקר'.

אגב ,קענסט שליסן א פאקט מיט אונזער קרני'לה ,ער איז אויך 'בייצופאל' נאר א חבר מיטן מנוול ארז דער פרענק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט