כינוס "תקנה לדורות" פון מהרז"ל מסאטמאר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

כינוס "תקנה לדורות" פון מהרז"ל מסאטמאר

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס טוט זיך גרויסע הכנות פאר א כינוס "תקנה לדורות" וואס איז פאררופן דורך כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א. צו ערשט האט געהייסן אז ס'גייט זיין אין די ארמארי, נאכדעם האט מען געשמועסט אז ס'גייט זיין אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני, און יעצט הער איך גאר אז זיי האבן געדינגען א זאל אין ניו דזשורזי.
איינער ווייסט עפעס מער פרטים??

נאך א פראגע. וואס איז די ציל? איך זעה אדווערטייזד "סאטמאר פילטער". וואס איז דאס אנדערשט פון דזשעי נעט וכו' וכו'???
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מיט סאטמאר פילטער וועט מען נישט קענען זעהן דעם כותל ביי GOOGLE IMAGES. אזוי קלער איך. כה לחי!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

ראשעקאל האט געשריבן:עס טוט זיך גרויסע הכנות פאר א כינוס "תקנה לדורות" ...

ווי האסטו געזעהן טוט זיך ?, און ווען ? און אויף וועלעכע צייט איזעס באשטימט ?

איך זעה נאר וואלן טוט זיך ..!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איז שוין דא א זיכערע טאג פאר עס? עס האט געהייסען זינטאג קורח שפעטער פאר דאנערשטיג קרח וואס איז למעשה געבליבען?
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

עס קען זיין אז עס וועט צום סוף אימגאנצען נישט זיין, ווייל דער עולם וועט נישט קומען, פארוואס דען יא, יעדער זעלבסשטענדיגער מענטש איז נישט אינטרעסירט צו ווערען באגעוועלדיגט פון דיקטאטארען, די פירער'ס ווילען נישט האבען קיינע בזיונות,י
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

לויט די פאמפע וואס איז געווען דערוועגן און לויט די פאמפע יעצט, ווי איר פלוצים'דיגע אפשטעל, איזעס געגאנען שלאפן ביז נאך זוממער אי"ה,

וככך שמעתי, ונראים.

ועוד נראה לי, ויש לומר,
איך זעה נאר 'וואלן' טוט זיך ..!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז עס שוין אויס??!! וואס זאגען זיי אויף זייער האטליין??
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ראשעקאל האט געשריבן:איז עס שוין אויס??!! וואס זאגען זיי אויף זייער האטליין??

Looks like they are guilty that mahr"a did &is doing so much (didn't go to the ahsifa)
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

די גאנצע גרויסע אסיפות איז א בזיון פארן ציבור, ווי איז עס שוין געווען אז מען נעמט צוזאמען מענטשטען אויף צו מאכען גזירות אין איסורים,

עס דערמאנט מיך אין חדר ווען דער רבי האט געהייסען אויסשטרעקען די האנט קודם די רעכטע און נאך דעם די לינקע אז ער זאל קענען שמייסען מיטן שטעקען , אמאל פלעגען די אכזרים הייסן צוזאמען לייגען די פינגערס און שלאגען אויף די שפיץ פון די פינגערס,י

איין רבי האב איך געהאט וואס האט אויסגעשורה'ט די גאנצע קלאס איינער נאכען אנדערען איבערגעלייגט און אריינגעפראקט,

what a pleasure it was to spank 40,000 people, a lot even came free willingly

think about it.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

סהייסט יעצט אויף קומענדיגע דאנערשטאג אין ראדני
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

משכיל האט געשריבן:די גאנצע גרויסע אסיפות איז א בזיון פארן ציבור, ווי איז עס שוין געווען אז מען נעמט צוזאמען מענטשטען אויף צו מאכען גזירות אין איסורים,

עס דערמאנט מיך אין חדר ווען דער רבי האט געהייסען אויסשטרעקען די האנט קודם די רעכטע און נאך דעם די לינקע אז ער זאל קענען שמייסען מיטן שטעקען , אמאל פלעגען די אכזרים הייסן צוזאמען לייגען די פינגערס און שלאגען אויף די שפיץ פון די פינגערס,י

איין רבי האב איך געהאט וואס האט אויסגעשורה'ט די גאנצע קלאס איינער נאכען אנדערען איבערגעלייגט און אריינגעפראקט,

what a pleasure it was to spank 40,000 people, a lot even came free willingly

think about it.

מיר דערמאנט עס ענדערשט ווי דער רבי פלעגט זאגן:
נוי יארק!!! שוין ווייטער הערסטו נישט אויס!!! קום נאר אהער, איך וועל דיר מיזען מכבד זיין!
גיב מער דיין הענט! די רעכטע....! די רעכטע האב איך געזאגט!!! עעעםםםם..... ווייסטו וואס....? די לינקע גיב מער.....!!! האלט מיר נישט אויף! שוין געמיר די לינקע הענט....!!!
ווייסטו וואס....? איך וועל דיר מוחל זיין דאס מאל! אבער פון יעצט און ווייטער הער שוין שיין אויס.... זעץ דיר שיין אראפ אויף דיין פלאץ!

אזוי איז דא, מען וויל אזוי, מען וויל אזי, מען ווייסט נישט וואס צו טיען, און מען בלייבט נישט מיט גארנישט!!!
________

זיי מיר נישט מקנא, רוב מאל פלעגט זעך עס ענדיגען אביסעל אנדערשט....
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פראנט פעידז אין דער איד שרייבט טאקע אז ס'גיט זיין נעקסטע וואך דארנעשטאג אין ראדני
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

נוי יארק דו דערמאנסט מיך פון מנשה לוסטיג
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

משכיל האט געשריבן:נוי יארק דו דערמאנסט מיך פון מנשה לוסטיג

נו....? דאן וואס ביסטו אזוי שפארזאם מיט לייקס?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ראשעקאל האט געשריבן:די פראנט פעידז אין דער איד שרייבט טאקע אז ס'גיט זיין נעקסטע וואך דארנעשטאג אין ראדני

וואס איז געשיען מיט די ארמארי?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ער שרייבט אין דער איד אז אין די ארמארי איז צו הייס? נישטא קיין עירקאנדישאן.

איך האלט אז עס איז א געפערליכע זאך. א פילטער וואס קאנטראלירט וואו מען גייט איז ממש קאמוניזם. און עס גייט נישט ארבעטן. מענטשן וועלן זיך באהאלטן. ער האקט אין דער איד אנטקעגן די שרעקליכע עוולה פון קוקן נייעס אויפן בלעקבערי. דער אינטערנעט דארף זיין אינגאנצן פארמאכט, אן קיין אויסנאם, אפילו פאר ביזנעס. און אינדערהיים גייט מען קענען נאכשפיאנירן ווען איך גיי וואו? אזא געדאנק ווי וועב-חבר?

איך זעה נישט אז אזא עקסטרעמע פלאן זאל האבן אריכות ימים, און ס'וועט מקויים ווערן "למען ניגע לריק" אין פולן זין פון ווארט.

בכלליות די גאנצע זאך פון אויסשליסן מענטשן פון כלל ישראל איז א שוידער. מ'מיינט ס'איז א שפיל. ווער עס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט "איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל" (עכ"ל פון דער איד). זענט איר אויפן קאפ געפאלן? וואס הייסט ישרא' אע"פ שחטא ישראל הוא? אפילו אין ערגערע זאכן ווי שמירת עינים? רבנים זענען נישט מוציא די מענטשן מיט תקיעת שופר און קריאת המגילה? מיט וועלכע רעכט? ער שפילט דאך דא מיט פייער? טוט ער דען עפעס אויף, אויסער גורם זיין אז מענטשן זאלן נישט טון קיין מצוות? ווער וועט אפגעבן דין וחשבון אויף די אלע פארפאלענע מצוות? ווען גייט מען אויפהערן סטראשען ווי בעביס?

וואס איז נעקסט? די וועד וועט אדורכקוקן אלע קרעדיט קארד בילס? צו זעהן גענוי וואס דו קויפסט? האסט געקויפט ביי א גראסערי וואס געהערט פארן צד שכנגד? ארויס פון דא! האסט געקויפט דער איד/בלאט? ווייסטו נישט אז מ'טאר נישט ס'איז דא א איסור פון אנקל מוישי? האסט געקויפט אן אנדער סארט זאקן, נישט די פאלם שטרימפ מיט די סיעמס, ווייסטו נישט אז דער רבי האט דערוועגן צוזאמגעוויינט ביי כל נדרי? און די ב"ב האט געקויפט א 2-פיעס דאסטער, אנטקעגן די תקנה פון התאחדות הרבנים?

א חורבן העולם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

קויפט אן אייגענעם שופר, אויך א מגילה, קריאת התורה דארף מען נישט יוצא זיין שמונה עשרה דאווענט יעדער אליין, סא וואס שטראשעט מען,

איך פרעדיקט מער בורט קאנטראל וועגען די תקנות, טיים וויל טעל,
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

זר זהב האט געשריבן:מיט סאטמאר פילטער וועט מען נישט קענען זעהן דעם כותל ביי GOOGLE IMAGES. אזוי קלער איך. כה לחי!

איך דארף א פילטער וואס בלאקט אלע סאטמערע נארישע פאליטיק
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

אויב עס וועט זיין א סעפעראטע אסיפה פון די זאליס זאלן זיי נישט חלילה פארגעסן צו מעורר זיין אויפן ענין פון ציונות ווייל דאס איז דאך ערגער ווי די דריי עבירות החמורות, און דאס איז טאקע די ערגסטע זאך אויף די אינטערנעט ווי אינגעלייט ווערן אריינגעכאפט אין מחשבת ציונות, עס איז שוין דא הונדערטער בחורים און מיידלעך וואס פארן קיין א"י און ווערן עקסיידעט פון די גבורה פון די צה"ל וכדומה, שומו שמים, מען דארף איינרייסן און מעורר זיין די צאן קדשים זיי זאלן זיך האלטן פעסט צו די שיטה הקדושה און זיך נישט אוועקרירן אפילו א זיז כל שהוא פון די הייליגע מסורה פון אבות אבותינו כמאז ומקדם, און מיט שטאלץ זיין פון די געציילטע ברכיים שלא כרעו לבעל הציונות רח"ל,

סארי איך האב עס געשריבן פאר טערעפי לויט דעם אנווייז פון מיין דאקטער, אויך לעל"נ....
איש חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך איש חסיד »

דאכט זיך מיר איז דאס געווען די טענות\עבירות פון צד מהר"א און קהילת בני יואל פארוואס מ'טאר נישט גיין צום כלל ישראל'ס כינוס.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ווער גייט רעדען ביי די כינוס אין ראדני?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לעמיל, דו האסט נאר קשיות..........
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

היינט בין איך אין די מאאד צו פרעגן קשיות, שלעכט?
פארשפארט