חקרני ודע לבבי - ווער קען זיין א קנאי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ביינער פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

חקרני ודע לבבי - ווער קען זיין א קנאי

שליחה דורך ביינער פיש »

ר' עזריאל גליק פארציילט: מיט יארן צוריק איז פארגעקומען א שטיקל סכסוך אין קעמפ צווישן די פרומע בחורים און די בחורים וואס זענען געווען בעל בתי'ש געקליידעט. דער רבי האט דערפון געהאט א מורא'דיגן צער און עגמת נפש, ער האט מיך דעמאלטס געלאזט רופן אינמיטן די נאכט און זאגט מיר: "עזריאל איך מיין אז דער קעמפ גייט ווערן אפגעשפארט", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וואס עס גייט פאר, זאגט מיר דער רבי אז די בחורים שלאגן זיך צווישן זיך, איינער האלט אזוי און דער אנדערער אזוי. און דער רבי זאגט מיר, איך וויל דו זאלסט אראפפארן אין קעמפ און זאגן א דרשה פאר די בחורים וואס עס מיינט א קנאי. און דער רבי פרעגט מיך, רבי עמרם (בלוי) איז א קנאי?, ענטפער איך יא, זאגט מיר דער רבי, אבער דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געזען אזא גוטער איד ווי אים. און דער רבי איז ממשיך:

מ'האט מיר דערציילט אין ירושלים, אז עס איז געקומען א עלטערע צובראכענע פרוי א רביצין פון אויבערלאנד, און האט דוקא געוואלט איינשטיין ביי אים, האט איר רבי עמרם געזאגט אז ער האט נישט קיין פלאץ אינדערהיים ווייל ער האט נאר איין שטוב. זי האט זיך אבער איינגע'עקשנ'ט און האט אים געזאגט אז זי האט געזען אז אין די קאך איז יא דא פלאץ, מ'וועט מאכן א פירהענג און אזוי וועט זי זיך דארט קענען אויפהאלטן. און אזוי איז טאקע געווען.
פלעגט זיך מאכן אז די רביצין פלעגט אהיימקומען און האט געזען אז רבי עמרם איז דארט אליינס און האט נישט געוואלט אריינגיין וועגן איסור יחוד, פלעגט זי קלאפן אויף די פענסטער עמרם, עמרם, גיי שוין ארויס, איך קען נישט אריינגיין! און רבי עמרם פלעגט גלייך ארויסגיין און איר לאזן אריינגיין אין זיין דירה. דער רבי זי"ע האט אויסגעפירט: אזא מענטש קען זיין א קנאי...

און דער רבי האט מיר געהייסן ארויסברענגען דעם רעיון אז דאס ליגט אין די ווערטער פון דוד המלך אין תהלים קאפיטל קל"ט הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי, דוד המלך זאגט איך האב זיי פיינט די משנאי ומנאצי ה'. איך האב זיי פיינט מיט א גרעניצלאזע שנאה, זאגט דוד המלך ווייטער, חקרנו א-ל ודע לבבי בחנני ודע שרעפי, וראה אם דרך עוצב בי ונחינו בדרך עולם. ווי קומט דא אהער די צוויי פסוקים? נאר האט דער רבי געטייטשט, דוד המלך האט געזאגט איך האב טאקע פיינט די משנאי ומנאצי ה', אבער האט ער געבעטן חקרנו א-ל ודע לבבי ודע שרעפי, באשעפער זיי בודק מיין הארץ צי דאס קנאות קומט פון אמת'ע קנאות פאר'ן כבוד שמים אדער קומט עס ווייל איך בין א פשוטער גערעגטער אדער נערוועזער מענטש, וראה אם דרך עוצב בי אויב קומט מיין קנאות פון א 'דרך עוצב', ונחינו בדרך עולם, דעמאלטס פיר מיך אויף פשוט'ע וועגן, בין איך אויס קנאי און איך בין גארנישט מער ווי א צווייטאר, נאר אויב מיין קנאות קומט פון ווייטאג פאר כבוד שמים, דעמאלטס האט עס א חשיבות.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען קנאים, אבער ווען מ'גיט זיי א קלאפ צי א שטופ שרייען זיי אויך ווייל ער האט פארדארבענע מדות און שלעכטע נאטורן. א קנאי הייסט איינער וואס איז גרייט אלעס אוועקצוגעבן פאר א צווייטן איד אבער פונדעסטוועגן האט ער פיינט די משנאי ה'.

(באמערקונג פון די שרייבערס: מיר האבן אמאל געהערט די מעשה פון אן אייניקל פון ר' עמרם ז"ל וואס האט אונז צוגעגעבן אז נאך א לענגערע צייט וואס די פרוי האט זיך דארט אויפגעהאלטן און עס איז שוין זייער שווער געווען איר צו האלטן אין שטוב, איז ר' עמרם אריבערגעגאנגען צום בריסקער רב ז"ל - וואס כידוע האט דער בריסקער רב זייער געהאלטן פון אים - און געפרעגט צי ער דארף איר נאך האלטן, האט דער בריסקער אריינגערופן זיינע קינדער און פארציילט מיט התפעלות די מעשה און געזאגט: "און ער קומט נאך פרעגן צי ער איז איר מחוייב צו האלטן...")

לע"נ מנחם משולם בן ר' ישראל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ביינער פיש, אוכל מתוך פסולת.
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דער צמח צדק (דרך מצותיך, איסור לא תבערו אש) שרייבט:

... ע"ד דוגמא מאשר אנו רואים למטה שיש בנ"א שעיקר חיותם הוא כשפועלים דין בבנ"א, כנראה בחוש כאשר יקרה לבנ"א הללו אנשים עוברי עבירה תיכף מתחמם לבבם ויתמלאו חימה וכעס להענישם ולהכותם מכות אכזרי ורציחה ממש ובפועל ידם דוקא, ולא ינוחו ולא ישקטו עד עשות בהם פעולה הרעה בתכלית, והיינו מצד שטבעם רע בעצם, ע"כ זאת הרעה שיפעלו בבנ"א תחי' אותם חיות וקיום נצחי, ובלעדו אין להם חיות כלל, ובבוא לידם פעולת הרציחה כאילו מתחדש נפשם מצד שזה חיותם. והנה הגם שילבישו הדבר לש"ש על שעבר עבירה אין זה אמת כלל ...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך האלט אויך אז נישט יעדער קען זיין א קנאי
מען דארף נאכקומען די פאלגעדנע קריטעריעס:

1) מען דארף זיין טאטאל ארבעטסלאז, און אויב מעגליך זאל די קנאות זיין א הכנסה למשל אונטער די פאשקעווילן צושרייבן א אדרעס ווי מ'קען אריינשיקן א נדבה צו דעקן די ריזיגע הוצאות פון די הייליגע מערכה.
2) מען דארף ליידן פון א טוץ פון שווערע מענטאל דיסארדערס, און אויך פיזיש זיין א צעשויבערטע בריאה אויב מעגליך זאל גיין א שווערע גערוך ד' מאות פרסה אז סזאל זיך פארשפרייטען די כבוד שמים.
3) מען דארף זיין א אומלאגישע מענטש און למשל ווען איינער וויל זיך טענה'ן און חלילה אפקילען זאל מען נאך פאר'ן הערן א ווארט שרייען בקול רעש גדול שאינו משתמע לתרי אנפין "ציוני משכיל טראג דיך אפ פון מיין הייליגע נשמה"
4) אלס א פלאס איז גוט אז מען האט נישט קיין שלום בית.
דאס איז די עיקרים און סאיז דא נאך קלייניקייטן וואס איז בעסער לכתחלה למשל גיין בלויז איין הענטל אויף די גלעזער און בלויז איין קנעפל אויף די רעקל וכולי אבער דער עיקר איז די אויבנדערמאנטע זאכן וכל המרבה הרי זה משובח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש עברי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

עברי ביזטו משוגע אדער וואס?
סאיז דא הונדערטע גרושים וואס ווייסן נישט פון אזעלכע זאכן
דו ביזט דא צו צאפען אונזער בלוט?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

גערעכט איך האב נאר געמיינט די פוינט אז מען קומט זיך נישט דורך מיט די ווייבער ווייל זיי זענען דיסארדערט מענטשן, אבער כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז גרושים שטייען א האלבע דרגא נידריגער ווי פארהייראטע
בכל אופן איך האב רעדאגירט ואתכם הסליחה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ביינער פיש, אוכל מתוך פסולת.

נו, דאס איז דאך מותר. אין שבת. :lol: :roll: :oops:
פארשפארט