פרישע טראגעדיע מיט 19-יעריגע ווייבל, וויזניצער אייניקל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
מיין שוואגער שיקט זיינע טעכטער אין וויזניצער מיידל סקול אין מאנסי. ערהאט פארציילט אז מען האט נעכטן געברענגט הרב בערל טויבער (איך בין נישט זיכער איבער מיין אפיניאן וועגן אים און זיינע דרשות-נישט קיין חילוק יעצט) זאל דעדן דברי חיזוק פאר די היי סקול. די גאנצע חסידות איז אויפגעשוידערט. איך וויל זיי געבן קרעדיט פאר טוהן צו די זאך, און ברענגן איינער וואס זאל מחזק זיין די קינדער. אזוי אויך האט ער גערעדט ביי די אפגעשטיפטע דינער זונטאג מיטאג.
הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותם, וינחם כל האבלים, בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, ולא יוסופו לדאבה עוד, ובקרוב נזכה להקיצו ורננו שוכני עפר, ב"ב
הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותם, וינחם כל האבלים, בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, ולא יוסופו לדאבה עוד, ובקרוב נזכה להקיצו ורננו שוכני עפר, ב"ב
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך זע א פרובלעם, א גרויסער.
זאגט מען אז גארנישט עס איז א סטטיסטיקה דער וויזניצער רב שליט"א האט בליע"ה הונדערטער אייניקלעך, נו עס פאסירט. איז דאס גזאגט "מקרה". און כידוע דער שארפער לשון פון דעם רמב"ם אין הלכות תענית.
זאגט מען ווידער אז עס איז צוליב עפעס וואס איז נישט אין ארדער דארט, איז שוין ווייטער ראנג.
טא, וואס זאלן מיר טוהן.
שווייגן?
אפשר.
אבער וואס דארפן מיר צו טראכטן? קלערן?

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך זע א פרובלעם, א גרויסער.
זאגט מען אז גארנישט עס איז א סטטיסטיקה דער וויזניצער רב שליט"א האט בליע"ה הונדערטער אייניקלעך, נו עס פאסירט. איז דאס גזאגט "מקרה". און כידוע דער שארפער לשון פון דעם רמב"ם אין הלכות תענית.
זאגט מען ווידער אז עס איז צוליב עפעס וואס איז נישט אין ארדער דארט, איז שוין ווייטער ראנג.
טא, וואס זאלן מיר טוהן.
שווייגן?
אפשר.
אבער וואס דארפן מיר צו טראכטן? קלערן?
מען דארף יא זאגן און אפילו מעורר זיין, און יעדער דארף פאר זיך מפשפש זיין במעשיו, אבער צו קומען און זאגן יענעם פאר וועלכע פון זיינע עבירות עס איז געקומען איז נאריש און ראנג
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
טא וואס זאל מען זאגן? נאר באופן כללי?
נישט משמע אז דאס איז וואס פשפוש מעשים מיינט.
אויך, ווער דארף מפשפש זיין די קהילה אדער די בני משפחה אדער איעדער גלייך.
איך מיין אז אויב מזעט רח"ל אז עס קומט אויף איין משפחה, דארף מען נישט אריינצומישן די גאנצע קהילה. זיי מעגן האבן מיטלייד, אבער פארוואס שלעפט מען זיי אריין אין דעם שולד ביזנעס.
זאל זיך איינער אין די משפחה אויפשטעלן און זאגן פאר די בני משפחה און וואס און וויאזוי זיי זאלן מתקן זיין.
נישט משמע אז דאס איז וואס פשפוש מעשים מיינט.
אויך, ווער דארף מפשפש זיין די קהילה אדער די בני משפחה אדער איעדער גלייך.
איך מיין אז אויב מזעט רח"ל אז עס קומט אויף איין משפחה, דארף מען נישט אריינצומישן די גאנצע קהילה. זיי מעגן האבן מיטלייד, אבער פארוואס שלעפט מען זיי אריין אין דעם שולד ביזנעס.
זאל זיך איינער אין די משפחה אויפשטעלן און זאגן פאר די בני משפחה און וואס און וויאזוי זיי זאלן מתקן זיין.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
איש עברי האט געשריבן:diff האט געשריבן:Had we come together Tuesday Beshalach and cried for our brothers in Israel. We may have avoided many other tears.
וואס? ווי? ווען? איך קען עס נאך פארעכטן?
That day was supposed to be the kinus planned by the rabbis in israel. much money and effort was wasted in preparation. What can we do to be mavir the charoin af.
Litvak why did the kehila dress shtriemel at the wedding and not at the funeral, they’re not family
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
נעכטן איז געוועהן אן אסיפה (התעוררות?) אין דיביהמ"ד הגדול במונסי. איךהאב באקומען א באריכט מאחד מידידי חסיד וויזניץ. עס האבן גארעדט הרב ישראל האגער מיט די דיין ניימאן בענין חיזוק בלימוד התורה, און דאווענען דאס הייסט קומען בזמן, נישט רעדן וכו'.
אויך האט גערעדט הרב פריזאנט בענין אהבת ישראל.
איינער ווייסט מעהר פרטים?
איך האב א קשיא: ווי קען מען רעדן וועגן נישט רעדן ביים דאווענען צוזאמען מיט די ענין פון אהבת ישראל עס איז דאך א תרתי דסתרי? ווייל די מינוט דו ביזסט מעורר וועגן רעדן ביים דאווענען האסטו מתיר געוועהן פאר די אזויגערופענע שמרי משמרת, צו רודפ'ן/מבזה זיין יעדער וואס רעדט. קומט דאך אויס אז עס איז א תרתי דסתרי!

- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
געווען אמאל א מעשה בזמן בית שני מיט איינעם וואס האט מזנה געווען. הקיצור מען האט אים געוואלט בסקל'ן. פארשטייט זיך אז די קנאים, טאליבאנער, און עקסטערעמיסן האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשן, ווייל ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט אז מען זאל קענען זיך אויסגעבען די מדת הרציחה אונטערן שלייער פון א מצווה. גייט די מעשה אזוי ..... איז דארט געווען האט ער געזאגט אזוי: ווער עס איז נישט ריין פון די עבירה פון לא תנאף במעשה (כולל מישוש ידים ורגלים) זאל ארויס גיין! איז א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין בדיבור פון לא תנאף (כולל פלערט"ן ואבזירייהו) זאל ארויסגיין! איז נאך א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין במחשבה פון לא תנאף (כולל נאסע חלומות ואבזרייהו) זאל פארלאזן דאס פלאץ! איז דער לעצטע דריטעל ארויסגעגאנגען. איז ער געבליבן אליין מיטן בעל עבירה, זאגט ער אים גיין אהיים טו תשובה.
לפי זה האמיר נאך א פשט און וגוערין בו.
לפי זה האמיר נאך א פשט און וגוערין בו.
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
דו שרייער וואס שטערט דעם דאווענע, איך האב עטליכע פראגעס פאר דיר צו טראכטן פאר דו שרייסט.
1. דו רעדסט 'קיינמאהל נישט ביים דאווענען?
2. ביסט אויסגעריהט?
3. דו האסט נישט קיין פערזענליכע חשבון מיט דעם אזויגערופענע אויסווארף וואס רעדט?
4. דו שרייסט אויף יעדן, אדער נאר אויף דיע וואס דו קענסט געוועלטיגן/רודפ'ן?
5. דו שרייסט ווייל דו מיינסט כבוד שמים אדער ווייל דו ווילסט ווייזן וואס פארא צדיק דו ביסט?
זיי מברר די אלע פרטים מברר פאר דו ביזסט מלבין פני חבירו ברבים.
געדענק: ספק נפשות להקל. אויב דו האסט א ספק, ביזסטו פטור פון די הלכה פון גוערין בו.
הצלחה אויף דיין קומענדיגע גערה.
1. דו רעדסט 'קיינמאהל נישט ביים דאווענען?
2. ביסט אויסגעריהט?
3. דו האסט נישט קיין פערזענליכע חשבון מיט דעם אזויגערופענע אויסווארף וואס רעדט?
4. דו שרייסט אויף יעדן, אדער נאר אויף דיע וואס דו קענסט געוועלטיגן/רודפ'ן?
5. דו שרייסט ווייל דו מיינסט כבוד שמים אדער ווייל דו ווילסט ווייזן וואס פארא צדיק דו ביסט?
זיי מברר די אלע פרטים מברר פאר דו ביזסט מלבין פני חבירו ברבים.
געדענק: ספק נפשות להקל. אויב דו האסט א ספק, ביזסטו פטור פון די הלכה פון גוערין בו.
הצלחה אויף דיין קומענדיגע גערה.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
יתרו האט געשריבן:געווען אמאל א מעשה בזמן בית שני מיט איינעם וואס האט מזנה געווען. הקיצור מען האט אים געוואלט בסקל'ן. פארשטייט זיך אז די קנאים, טאליבאנער, און עקסטערעמיסן האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשן, ווייל ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט אז מען זאל קענען זיך אויסגעבען די מדת הרציחה אונטערן שלייער פון א מצווה. גייט די מעשה אזוי ..... איז דארט געווען האט ער געזאגט אזוי: ווער עס איז נישט ריין פון די עבירה פון לא תנאף במעשה (כולל מישוש ידים ורגלים) זאל ארויס גיין! איז א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין בדיבור פון לא תנאף (כולל פלערט"ן ואבזירייהו) זאל ארויסגיין! איז נאך א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין במחשבה פון לא תנאף (כולל נאסע חלומות ואבזרייהו) זאל פארלאזן דאס פלאץ! איז דער לעצטע דריטעל ארויסגעגאנגען. איז ער געבליבן אליין מיטן בעל עבירה, זאגט ער אים גיין אהיים טו תשובה.
לפי זה האמיר נאך א פשט און וגוערין בו.
זו דברי יאשקע, אבל חכמים אומרים... אז דאס איז נגד התורה.
אין ערגץ שטייט נישט אז דער שליח בי"ד מוז זיין ריין פון אלע עבירות. (אגב, נאסע חלומות איז נישט קיין שום עבירה כלל!)
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:נאר לגוף הענין, וגוערין בו מיינט נישט אז מדארף שרייען אויף אים אינמיטן ביהמ"ד, ווייל אויב יא קומט דאך אויס אז דער שרייער מאכט א גרעסר ביטול בית הכנסת ותפלה ווי דער שמועסער...
וואס יא? ביי א צווייטער גלעגנהייט אי"ה.
וואס דרייט עטס א קאף יא עס איז א מצווה איהם מבזה צי זיין (מעשה רב פון ר" אביגדור מיללער זצ"ל כידוע לכל) אין אויך דארף מען געדענקן אז אויף אויסצילעשן א פייער וואס ברענט איז שמיציגע וואסער זייער גיט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:געווען אמאל א מעשה בזמן בית שני מיט איינעם וואס האט מזנה געווען. הקיצור מען האט אים געוואלט בסקל'ן. פארשטייט זיך אז די קנאים, טאליבאנער, און עקסטערעמיסן האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו הייסע לאקשן, ווייל ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט אז מען זאל קענען זיך אויסגעבען די מדת הרציחה אונטערן שלייער פון א מצווה. גייט די מעשה אזוי ..... איז דארט געווען האט ער געזאגט אזוי: ווער עס איז נישט ריין פון די עבירה פון לא תנאף במעשה (כולל מישוש ידים ורגלים) זאל ארויס גיין! איז א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין בדיבור פון לא תנאף (כולל פלערט"ן ואבזירייהו) זאל ארויסגיין! איז נאך א דריטעל ארויסגעגאנגען, נאכער האט ער געזאגט ווער עס איז נישט ריין במחשבה פון לא תנאף (כולל נאסע חלומות ואבזרייהו) זאל פארלאזן דאס פלאץ! איז דער לעצטע דריטעל ארויסגעגאנגען. איז ער געבליבן אליין מיטן בעל עבירה, זאגט ער אים גיין אהיים טו תשובה.
לפי זה האמיר נאך א פשט און וגוערין בו.
זו דברי יאשקע, אבל חכמים אומרים... אז דאס איז נגד התורה.
אין ערגץ שטייט נישט אז דער שליח בי"ד מוז זיין ריין פון אלע עבירות. (אגב, נאסע חלומות איז נישט קיין שום עבירה כלל!)
בנוגע תוכחה האבן מיר יא קראנטע מקורות פון חז"ל ווי שטייט דארט תניא א''ר טרפון (תמיהני) אני אם יש בדור הזה שמקבל תוכחה אם אמר לו טול קיסם מבין עיניך אמר לו טול קורה מבין עיניך אמר רבי אלעזר בן עזריה תמיהני אם יש בדור הזה שיודע להוכיח וכו' (ערכין ט"ז ע"ב).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
ברוך שאמר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:נאר לגוף הענין, וגוערין בו מיינט נישט אז מדארף שרייען אויף אים אינמיטן ביהמ"ד, ווייל אויב יא קומט דאך אויס אז דער שרייער מאכט א גרעסר ביטול בית הכנסת ותפלה ווי דער שמועסער...
וואס יא? ביי א צווייטער גלעגנהייט אי"ה.
וואס דרייט עטס א קאף יא עס איז א מצווה איהם מבזה צי זיין (מעשה רב פון ר" אביגדור מיללער זצ"ל כידוע לכל) אין אויך דארף מען געדענקן אז אויף אויסצילעשן א פייער וואס ברענט איז שמיציגע וואסער זייער גיט
ממש א קלארע גמרא להיפך: מנין לרואה בחבירו דבר מגונה שחייב להוכיחו שנאמר {ויקרא יט-יז} הוכח תוכיח הוכיחו ולא קבל מנין שיחזור ויוכיחנו תלמוד לומר תוכיח מכל מקום יכול אפי' משתנים פניו ת''ל לא תשא עליו חטא .
במקום חז"ל אין שומעין לרב.