אפטעמיסט האט געשריבן:איזה עשיר השמח בחלקו. עטס זעהטס? ווען איך הייס ווען שמעקעדיג וואלט איך מיר שוין לאנג גע'הרג'עט. אבער דער שמעקעדיג גייט אן כאילו לא היה. מ'קען זיך לערנען.
דאס איז ריכטיג אפטימיזם!
[justify]הצדיקים הטהורים: אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק, אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה, אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חכמה.[/justify] [left]הרב אברהם יצחק הכהן קוק[/left]
ברסלבער האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag]'ס נייע חתימה:[justify]הצדיקים הטהורים: אינם קובלים על הרשעה אלא מוסיפים צדק, אינם קובלים על הכפירה אלא מוסיפים אמונה, אינם קובלים על הבערות אלא מוסיפים חכמה.[/justify] [left]הרב אברהם יצחק הכהן קוק[/left]
א שטארקע נקודה. אויף פלעין אידיש זאגט מען עס, "חשכות קען מען נישט פארטרייבן מיט שטעקענעס נאר מיטן אנצינדן א ליכט".
אבער די קאלערינג איז עפעס נישט אזוי גוט אויסגעקומען, עס צומישט די אויג. פילייכט וואלט בעסער געווען ווען עס מער איינפאך געשריבן, איך גלייב אז מען וועט עס אזוי אויך באמערקן.
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך האב עס צוגעטראפן אבער וויל איך נישט זיצן מיט דיר און קוק דארט אין גן עדן אדער גיהינם
יאיר האט געשריבן:א דאנק ברסלב'ער פאר'ן עס ארויפברענגען. אין מיין קאלארינג פון הרב קוק'ס הייליגע דיבורים ליגט באהאלטן טיפע סודות נשגבים, גלייך ווי אין יעדן אות ותג פון מיינע ווערטער. ווער עס קען צוטרעפן די כונה בין איך מבטיח א שטול אין גן עדן לעתיד לבא צווישן מיר און הרב קוק, וואו ער וועט זיך קענען צוהערן צו אלע אונזערע דערהויבענע שמועסן בסוד שיח שרפי קודש.
געזונט: דער לענגסטער וועג צום טויט.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.