זוכט אלטע פאשקעווילן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: (כמו שאמרתי. אן אקסי-מרן). דו זאגסט עטליכע זאכן וועלכע קענען זיין קרוב לאמת. אבער מצד שני געפעלט מיר אינגאנצן נישט דיין וועלט-אויפפאסונג. און איך בין דער לעצטער מענטש וועים מ'קען באשולדיגן אז ר'איז פלאטשיג, קליינקעפיג אדער פארפרומט. אבער לפענ"ד באציסטו דיך מיט גרויס זלזול און גרינגשעצונג צו פיהל זאכן וועלכע זענען פון די קדשי בני ישראל. לדוגמא. שעלעשידעס טוירע איז ביי דיר אויף איין דרגא מיט אפליינען די צאינה וראינה. אדער א פסק און שיטה פון חת"ם סופר איז נישט מער ווי די מיינונג פון א קליינשטעטלדיגן אונגארישן רב. דער פאקט איז אז ס'זענען געווען גדולי תורה סיני ועוקרי הרים אין אונגארן, פוילן און גאליציע וועלכע זענען אין די זעלבע צייט געווען חסידישע רבי'ס. ס'איז נישט קיין תרתי דסתרי. און אפילו דער בעל התניא אליינס. דו מיינסט אז דו קענסט (אדער איך( ריכטיג אפשאצן זיין גדלות און מעסטן צווישן איהם און דעם גר"א וועלכער איז גרעסער. דאס אליין איז די גרעסטע מאס גאווה און טיפשות זיך איינצורעדן אז אונז זענען מבינים אויף די ארזי הלבנון. :roll: :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מורא מ'פארשטייט נישט מיין אידיש. ווען האב איך געשפעט אינ'ם חתם סופר? איך האב געשפעט אין זיין היינטיגער גלגול פון שטעקען רבנים. כמעט אלע גדולי וגאוני אונגארין וגאליציא האבען גאנץ ווייניג געהאט צו טוהן מיט חסידות. די וואס האבען יא צוטוהן מיט חסידות האבען גאנץ ווייניג געזונטע תורה. ס'איז דא אויסנאמ'ס, אבער דאס איז באופן כללי. דער קצות נתיבות ר' שלמה קלוגער דער בית אפרים דער חתם סופר גר"מ באנעט כתב סופר מהר"ם שיק מהר"י אסאד שואל ומשיב בית יצחק מהרש"ג און נאך, זענען נישט ליטוואקעס וואס זענען געליגען אין לערנען און די תוצאות זענען קענטיג. מ'זעט נישט דער מאז הבנה, ברייטקייט, ישרות און ליגען אין לערנען אין די ספרים פון חסידים פון יענער געגענטער.
און איך האב אזוי אין בוידען די מוסרניק'עס ווי די חסידים, אזוי ווי איך האב שוין געשריבען.
דער ספר התניא איז נישט קיין קבלה ספר אזוי ווי דער מלחמות ה' להרמב"ן איז נישט קיין קבלה ספר. ער האט עס נישט דערקלערט אלס קבלה ספר, און קוק אין שער דף און איהר תוכן. ס'איז א ספר אויף עבודת ה', און צוזאמענגעשטעלטער בריווען וואס ס'ליגט דערינען יסודות אין עבודת ה'. וואס האט עס מיט א קבלה ספר, א שטייגער ווי פרדס רמונים צו שומר אמונים (הקדמון) וכדו'? אוודאי איז עס געבבויט אויף יסודות אין קבלה, ווייל ער האט געקענט קבלה, אבער ס'איז נישט קיין קבלה ספר.
קבלה איז נישט קיין סתירה צו ליגען אין לערנען. קבלה איז נישט אזוי אנדעריש ווי הלכה. מ'דארף ליגען אין דעם, מ'דארף טראכטען אין דעם און האלטען קאפ, און מ'קען עס נישט לערנען בעצלתיים. דער קבלה פון ר' יוסף ענגיל מיינט נישט אז ער איז געווען חסידיש, פונקט ווי דער אריז"ל, דער גר"א און דער לשם זענען נישט חסידיש.
אדער דארף איך זיך נעמען שרייבען אויף לה"ק, אדער זוכט מען במזיד צו פארדרייען וואס איך זאג, אבער די אלע זאכען וואס מ'האט זיך פארלייגט אויף מיר איז נישט אמת, כנראה לכל מעיין אמיתי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

יאיר האט געשריבן:פון היימישער ליטוואק'ס ווערטער זע איך נאך א טיפערע געדאנק, אז מיט דעם אליין וואס מען איז א חסיד איז מען שוין געפאלן א דרגה פון די עכטע ריכטיגע ליטווישע שיטה. ממילא אפילו אויב ווען קונטרס אחרון פון בעל התניא שטייגט איבער ביאור הגר"א/הלכה, איז ער אבער פארט א נחות דרגה ווייל שבת קודש האט ער געזאגט תורה על פי קבלה. (לאמיר לעת עתה פארגעסן פון דעם גר"א'ס יצירת הגולם און חישובי קיצין און הגהות אויפ'ן זוהר). קומט אויס אז ר' יוסף ענגל איז אויך נישט קיין ליטוואק ווייל ער איז דאך א חסיד. והוא עמוק עמוק מי ימצאנו.

יאיר, איך וואלט עס גזאגט אין אן נדערער שפראך. מיט דעם אליין וואס די תורה איז נישט דער ערך עליון איז שוין די תורה נישט דער ערך עליון.
ביסטו מסכים מיט דעם? דו מיזט, ווייל ע"פ הלכות לאגיקה קען אפילו כביכול נישט אפפרעגן דעם פראז. עס איז סעלף-עווידענט.
איצט, דאס מיינט נישט אז דער קונטרס אחרון קען נישט איבערשטייגן דעם באור הלכה.
דער גר"א'ס יצירת הגולם וכו' איז נישט דער טיפיקל קוק אויפן גאון אין די ליטווישע וועלט. נישט דאס האבן זיינע תלמידים און דורות אחריו גלעבט מיט און גגלויגבט מיט. מסכים ר' חיים וואלוזינער שרייבט עס (די קינדער פון גאון נישט...), אבער איך רעד פון דעם איבערוויגענדיגער אטמוספערה אין ארצות ליטא.
ר' יוסף ענגל ווייס יך נישט צו ער איז גווען א חסיד צו נישט. די אישו איז נאר אז זיין דרך הלימוד איז נישט ליטוויש (אע"פ וואס ער האט זיכער א גרויסער חלק פון ליטווישן דרך הלימוד, די סברות וכו'). טראכט למשל, וואלט ר' שמעון אין שערי ישר גשריבן 70 תירוצים אוף איין קושיא...
(מיט אנטשולדיגונג צו ל פון ב, איך האב ערשט באמערק אז כבר קדמתני מיט א חלק פון וואס איך שרייב דא)
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

היימישער - דער חידוש פון ליטא איז א קליינער לעומת דער חילוק צווישען ר' משה פיינשטיין און דער דברי יואל. נישט ליטוואק איז דער חילוק, נאר חסידיש איז דער חילוק, נישט קיין חילוק וועלכע מדינה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

היימישער, איך האב געמיינט אז אונז צוויי זענען איין מענטש? ט'וואס באדאנקסטו מיר? דו קוקסט אין שפיגעל יעצט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

יאיר איך קען מיט אייך נישט מסכים זיין. נאר א נער וועט זאגן אז עס זענען נישט געווען חסידים וואס האבן געקענט לערנען. ביי חסידים איז לערנען אבער נישט קובע. דער רוזינער ובניו זענען געווען ווייט פון לערנען, דער בעל שם אליין שעמט נישט איבער זיין לומדות, די טשערנאבלער זענען געווען (און נאך ביז היינט?) שוואכע לומדים, די וויזניצער רביס זענען אויך נישט געווען די גרעסטע תלמידי חכמים אאז"וו. ביי חסידים איז דאס נישט א סתירה ווייל צו זאגן שיינע תורות, פירן טישן און טיילן שיריים דארף מען אפשר קענען פארענטפערן א מדרש פליאה און א תנחומא און נישט צופיל מער. אעפ"כ מאכן די חסידים פון זייערע רביס אז זיי זענען בקי בנגלה ובנסתר און זיי פסקנען זיך שאלות און לערנען תורה מפי הגבורה און דעם רבינס עם הארצות שטייגט איבער א תלמוד חכם'ס לערנען און ידיעה.

משא"כ א ליטווישע גדול מוז זיין באזירט אויף תורה אז ער האט נישט תורה האט ער גארנישט. ער קען זיין א מגיד מישרים, א בעל מוסר און נאך א סאך זאכן אבער זיי וועלן אים נישט פארקויפן ווי א בקי בנגלה ובנסתר. קען ער לערנען און רעדט ער צום זאך הרי טוב און אז נישט איז נישט.

כדי זאלסט מיך נישט אפווענדן מיט פונקטלעכע אפשטאמען, מיין איך מיט ליטוואק עולם הישיבות און נישט חסידישע קרייזן.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היימישער - דער חידוש פון ליטא איז א קליינער לעומת דער חילוק צווישען ר' משה פיינשטיין און דער דברי יואל. נישט ליטוואק איז דער חילוק, נאר חסידיש איז דער חילוק, נישט קיין חילוק וועלכע מדינה.

איך דיססעגרי שטארק מיט דאס. דער חילוק איז צווישן א קלארער שארפער נו-נאנסענס צוגאנג, צו א בויגזאמער רמז-גשטיקלטע תורה און אמונה.
קען זיין אז דאס איז גאר די סיבה פ"וו חסידות האט נישט ג'סטיקט' אין די ליטא - עס האט פשוט נישט גרעדט צו זייערע (צלם-בהאלטענע) הערצער.
איך וואלט גזאגט אז ליטא איז צו די "אנדרע" דאס וואס אשכזי'שע איז צו ספרד'ישע.
עס איז נישט איין פערטיקולער זאך, עס איז א גאנצער צוזאמשטעל פון קולטור, גניטקה (ב"ה איך האב דאס פון מיין זיידן ע"ה), און השקפה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היימישער, איך האב געמיינט אז אונז צוויי זענען איין מענטש? ט'וואס באדאנקסטו מיר? דו קוקסט אין שפיגעל יעצט?

זעסט דאך אז מיר זענן מחולק.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק: אין דיין לעצטע תגובה זאגסטו זאכן וועלכע זעען אויס תרתי-דסתרי'דיג. לשיטתך געסטו א נותן טעם פארוואס חסידות האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען אין די ליטא. ווייל ליטוויש איז לאגיש (מח) און חסידות איז לב?) אבער די אנטיטהעסיס פון מח , מחשבה און לאגיק. איז וואס טוט זיך מיט קוידענאוו?! דאס איז דאך א ליטוויש חסידות?. און קארלין און ליובאוויטש, וואס איז מקוריות'דיג א ליטוויש חסידות?! לויט ווי איך בין אינפארמירט איז געווען אין די ליטא גאנץ קאלטע ברואים (אין אידישקייט) וועלכע האבן געקענט רעדן דעם חסיד'ישן שפראך. לפענ"ד פארוואס חסידות האט ניט געהאט א קיום דארטן איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין מיטל-קלאס (פון רעליגיעזן שטאנדפונקט.) אדער איז געווען גאר שטארקע פרומאקעס וועלכע האבן געפייניגט זיך און די ארומיגע מיט אומנויטיגע סיגופים, ווי פאסטן למשל א יעדן ערב ראש חודש און זאגן יו"כ קטן. און נישט עסן פלייש פון שבעה עשר בתמוז. נגד השו"ע. אדער איז געווען אפיקורסים וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גאט און נישט מקיים געווען קיין מצוות. :roll: :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[justify]איך וויל נישט אריינגיין אין אויסרעכענען ליסטעס יעצט פון ווער ס'האט מער און ווער ווייניגער,
אבער אז דער ליטאי רעדט שוין פון דרך הרעק''א ועוד וועל איך אים בלויז אנצייגען א קליינער דוגמא פון א מענטש (אז ער מיינט'ס אמת'דיג זאל ער אנפרעגן אין אישי די אדרעס ווי ער קען זיך גיין איבערצייגען) וואס איז כל כולו אויסגעקאכט אין די הייליגע ספרים און אין די קבלה תורה'ס פון די הייליגע שרפי מעלה מתלמידי בעש'ט און ער פאקט איין מיט זיין גאונות און אפלערנען א תוס' א הו''א א מסקנא א מהרש''א א ברוך טעם קצות נתיבות רעק''א וכו' וכו' סך סך מער פון די הייליגע גאון עולם דער בעל אג''מ זצ''ל ולהבחל''ח דער גאון ר''ח קאניעווסקי שליט''א אדרבה נעם דיר די מיה און גיי אריבער צו דעם יוד גראדע א שטארקע שלש סעודות תורה זאגער און א מוכיח בשער, גיי צייג דיר אביסעל איבער דיין ריין אפיקורסות מיט'ן מבטל זיין די וואס קערן זיך ניש אהן צום גזע הליטאי, נאכאמאל אז די מיינסט'ס פרעג אהן באישי.
איין זאך קען מען נישט מבטל זיין אין דיינע תגובות די נקודה פינעם גרויסער שיעור שמיני שבשמיני בשיעור חזו''א וואס פילע פון אייערע געמיינדע האבען אז ווען ס'דא אביסעל אנגעלייגטע סברות כרסיות קיש קיש קריא ווי ס'מב' בגמ' אויף די שוואכערע אפשטאמיגע אז ס'הערט זיך א גרויסער רעש ווען זיי האבען אביסעל אין זיך
נאכאמאל ליטאים טייערע איר העט משוגע ווערן פאר התפעלות זעהנדיג א מבהיל'דיגע גאונות פון א גאר באשיידענער יודעל וואס ביי אייך וואלט ער שוין געווען דער גאנצער מרן הדור
......................
ליטוואק מען זעהט אויף דיר אז ביז משה רבינו האסטו טאקע נישט קיין שייכות צו קיין קיבל ומסרה קיבל ומסרה כמב' באבות איר זענט א כמו גר וואס האט זיך נאר יעצט אריינגעריקט אינעם עם ישראל און נעמט זיך טיילען דעות דער יא און דער נישט, האלט'ר רואיג מ'ברויך נאך מברר זיין ביים בי''ד וואס האט זיך אפגעגעבן מיט'ן גיור
שוין.. ס'גייט שוין אריין אין א שאלה פון טשעפענען א גר[/justify]
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

berlbalaguleh האט געשריבן:היימישער ליטוואק: אין דיין לעצטע תגובה זאגסטו זאכן וועלכע זעען אויס תרתי-דסתרי'דיג. לשיטתך געסטו א נותן טעם פארוואס חסידות האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען אין די ליטא. ווייל ליטוויש איז לאגיש (מח) און חסידות איז לב?) אבער די אנטיטהעסיס פון מח , מחשבה און לאגיק. איז וואס טוט זיך מיט קוידענאוו?! דאס איז דאך א ליטוויש חסידות?. און קארלין און ליובאוויטש, וואס איז מקוריות'דיג א ליטוויש חסידות?! לויט ווי איך בין אינפארמירט איז געווען אין די ליטא גאנץ קאלטע ברואים (אין אידישקייט) וועלכע האבן געקענט רעדן דעם חסיד'ישן שפראך. לפענ"ד פארוואס חסידות האט ניט געהאט א קיום דארטן איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין מיטל-קלאס (פון רעליגיעזן שטאנדפונקט.) אדער איז געווען גאר שטארקע פרומאקעס וועלכע האבן געפייניגט זיך און די ארומיגע מיט אומנויטיגע סיגופים, ווי פאסטן למשל א יעדן ערב ראש חודש און זאגן יו"כ קטן. און נישט עסן פלייש פון שבעה עשר בתמוז. נגד השו"ע. אדער איז געווען אפיקורסים וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גאט און נישט מקיים געווען קיין מצוות. :roll: :x :P :oops: :cry: :o


קען זיין דו ביסט גרעכט, קען זיין אז נישט.
פ.ד.א. (=פאר דיין אינפארמאציע) עטליכע קאממענטס. ליובאוויטש איז רוססלאנד, נישט ליטא. די חומרות פון ליטא איז לפי ערך א נייע ערשיינונג, דער ליטווישער קולטור איז נישט מער מחמיר ווי דער גווענטליכער אשכזישער ייד. דער גאון זצ"ל פארזענליך איז גווען מחמיר אין כמה ענינים און תלמידיו אחריו אויף ספעציפישע זאכן (שקיעה, חדש, שינה בסוכה, היתר עיסקא ועוד כמה) אבער איך מיין אז דו מישט אריין בריסק מיסודם של ר' יושוע לייב ור' יושע בער הבית הלוי וועלכע זענען גווען מחמירים אין אלעם, ומשם התחילה התופעה.
לגבי דיין שאלה איבער קאיידענוו. איך רעד פון דעם רוב, פארשטייט זיך אז אין יעדער קולטור זענען פאראן פרינדשעס און יושבי על הגדר וועלכע האבן ספעציעלי גברויכן וואס חסידות האט זיי דאס צוגעשטעלט. איך רעד נאר היתכן חסידות האט נישט איינגעשלונגען ליטא ווי עס האט גטוהן צו פוילן און גליציה און רוססלאנד. ווי עס האט באוואוזן אפילו אין אונגערן אויך איינצונעמן וואו עס האט אראפגשטעלט א פוס.
און קוק אין אונזערע מאדערנע היסטוריה, ווער האט זייט די וועלטס מלחמה זיך גשטעלט אלס קאנטר-כח צו חסידות און חסידים, נאר די ליטווישע. אלעס אנדערע, זענען גפאלן צו די חסידים. חוץ די וועלכע האבן זיך פאראייניגט מיט דעם ליטווישן קולטור און קהילה.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' היימישער ליטוואק: ייש"כ פאר אויפמערקזאם מכן מיר אז ליובאוויטש איז א רוסיש, נישט א ליטוויש חסידות. נאר איין נקודה וויל איך אויפמערקזאם מאכן. אין די ליטא איז אויך געווען עפעס העכערע מושגים ווי די אזוי גערופענע טרוקענע לאגיק פון די לומדים, וועלכע האבן געדרייט מיט'ן גראבן פינגער און געזאגט סברות לכאן או לכאן און אלץ איינגעטיילט אין סיווג פון "גברא און חפצא". דאס איז די תורת המוסר פון ר' ישראל סלנטר ותלמידיו זצ"ל. אני הקטן האב א ביסל מעיין געווען אין די ביאגראפיע און עצם תורת המוסר פון די בעלי המוסר. דאס איז געווען א מין קאנטער באלאנס אדער א סאבסטיטוט פאר תורת החסידות. אריינקוקנדיג אין די ספרים זעט מען אז זיי האבן געהאט זייער אן ענליכן דרך אין א סאך עניינים צו תורת החסידות. אבער אט דאס האט זיך אויך נישט אריינגעכאפט צווישן דעם המון עם, אזוי ווי חסידות האטציך פארשפרייט אין פוילן, גאליציע, בוקאווינע און אונגארן. :roll: :x :P :oops: :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב הפרייליכער - עליך אמר קרא, אויף דיר גייט דער וועלטס ווערטעל "א נער (נאר) ווייזט מען נישט קיין האלב ארבעט". וואס האט משה רבינו מקבל געווען אויף בארג סיני? וואס האט ער געטוהן דערמיט? וואס איז ווייטער געשען? קוק אין רבינו יונה אויפ'ן ארט און אין הקדמה לספר היד פונ'ם רמב"ם, וועסטו זעהן אז דער מסורה האט זיך אגעשטעלט ווען רבינא און רב אשי האבען אראפגעשריבען וואס זיי האבען מקבל געווען. פון דעמאלס איז הפך בה והפך בה דכולה בה, מ'דארף לערנען תורה פון אינעווייניג און פארשטייען. דער מושג פון קבלה אין פסק איז געבאקען דורך בעלי גאוה וואס פוילען זיך צו לערנען, און ווילען נאך אלס זיין מענטשען צום טיש, האבען זיי זיך געבאקט א שטרודעל און תמימות'דיגער מענטשען האבען עס אפגעקויפט.
אינטרעסאנט, האסט געטראפען א רבי משה פיינשטיין פון אונזערע צייט, וואס זאגט שלעשידעס תורה'ס, אבער דו האלט'ס נישט ביים ארויסגעבען זיין נאמען. :lol:
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וויל דא מאכן א קליינע הערה: לויט ווי דער אשכול גייט האט ער גאר גוטע אויסזיכטן (טשענסעס) אז ער (אדער זי) זאל אי"ה איבערשטייגן דעם אשכול פון די וועבערמאן סומאטוכע. הן בכמות והן באיכות. :roll: 8-) :lol: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת. איך בין טאקע נייגעריג ארומצורעדען און זיך צו דערוויסען פון אלטע פאשקעווילען. מ'קען זען א שטארקע שינוי וויאזוי מ'גייט צו דו די מערכות אין די פאשקעווילען, וועמען וויל מען איינרעדען, מיט וואס וויל מען זיגען וכדו'. ס'איז דא אסאך צו רעדען, און ס'איז א שאד אז ס'האט סיך פארוואנדעלט אין א זייטיגע שמועס, ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דא האסטו
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת. איך בין טאקע נייגעריג ארומצורעדען און זיך צו דערוויסען פון אלטע פאשקעווילען. מ'קען זען א שטארקע שינוי וויאזוי מ'גייט צו דו די מערכות אין די פאשקעווילען, וועמען וויל מען איינרעדען, מיט וואס וויל מען זיגען וכדו'. ס'איז דא אסאך צו רעדען, און ס'איז א שאד אז ס'האט סיך פארוואנדעלט אין א זייטיגע שמועס, ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.

ר' ליטוואק פון...: נאך גוט אז דו האסט דיך דערמאנט די אריגינאלע מטרה פון דעים אשכול. ס'דא אזא מעשה. (און אויב נישט גיימיר עס יעצט אפבאקן.) צוויי אידן, סוחרים (וואו שטייט געשריבן אז אלע מעשיות מוזן זיך אנהייבן מיט א פריץ און אן ארענדאר און א קרעיטשמע.?!) האבן זיך באגעיגנט אויפ'ן באן, פארנדיג צום יריד קיין לייפציג. נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער משפחה. שטעלט זיך אויס אז זיי זענען גאר דריטע קאזינס פון די מאמע'ס זייט. אזוי שמועסנדיג ווייטער איבער די משפחה פארציילט איינער פון זיי אזוי כבדרך אגב אז זיין טאכטער זאל זיין געזונט , זייער א געלונגען מיידל, א מלומדת און א קלוגע ווערט אי"ה קומענדיגן אדר א' אכצן יאר ביז 120. רופטצעך אן דער צווייטער. איך האב א זון, ב"ה א געלונגענער בחור א מתמיד און א יר"ש, מיט אלע מעלות, וועלכער איז יעצט דעם פארגאנגענעם ר"ח טבת געווארן אכצן יאר. אזוי שמועסנדיג ווייטער געט דער ערשטער מחותן א שפרונג אויף. "איך האב א וואונדערליכן געדאנק. אפשר ווער מיר מחותנים. דיין זון פאר מיין טאכטער" זאגט דער אבי החתן. "אזוי ווי אינז פארן דאך קיין לייפציג מאכן געשעפטן. לאמיר ענדיגן די ביזנעס קודם. און נאכדעים עמיר ארבעטן אויפ'ן שידוך." מסכים". זאגט דער צווייטער מחותן. די באן איז ווייטער געפארן א דורך פעלדער און וועלדער וואו מ'האט געזעען בהמות פאשען זיך רואיג. ס'איז נאך פארבליבן מער פון צוויי שעה אין די נסיעה. די צוויי אידן האבן ווייטער געשמועסט, און איינער פרעיגט אויס דעם צווייטן אלע פרטים פון זיין לעיבן. בתוך הדברים איז אויסגעקומען א שמועס צו וועלכן רעבין א יעדער פארט. האבן זיי זיך גענומען קריגן וועימענ'ס רעבע איז גרעסער. ביז ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקת צווישן זיי. און זיי זענען געגאנגען זיצן א יעדער אין אן אנדערע זייט פון די באן. ענדליך איז די באן אנגעקומען קיין לייפציג און א יעדער פון זיי האט ב"ה שטארק מצליח געווען. נאך צוויי וואכן זענען זיי געפארן אהיים. ממש השגחה פרטית אז זיי האבן זיך ווידעראמאל געטראפן אויפ'ן באן. צוערשט זענען זיי געזיצן אין א שטילשווייגעניש. (שתיקין באדישתא). נאך א האלבע שעה רופציך אן איינער פון זיי. נו. לאמיר צוריקגיין צו אינזער ערשטן שמועס. ווי האמיר געהאלטן?.... :roll: 8-) :lol: :P :x :o
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' היימישער ליטוואק: ייש"כ פאר אויפמערקזאם מכן מיר אז ליובאוויטש איז א רוסיש, נישט א ליטוויש חסידות. נאר איין נקודה וויל איך אויפמערקזאם מאכן. אין די ליטא איז אויך געווען עפעס העכערע מושגים ווי די אזוי גערופענע טרוקענע לאגיק פון די לומדים, וועלכע האבן געדרייט מיט'ן גראבן פינגער און געזאגט סברות לכאן או לכאן און אלץ איינגעטיילט אין סיווג פון "גברא און חפצא". דאס איז די תורת המוסר פון ר' ישראל סלנטר ותלמידיו זצ"ל. אני הקטן האב א ביסל מעיין געווען אין די ביאגראפיע און עצם תורת המוסר פון די בעלי המוסר. דאס איז געווען א מין קאנטער באלאנס אדער א סאבסטיטוט פאר תורת החסידות. אריינקוקנדיג אין די ספרים זעט מען אז זיי האבן געהאט זייער אן ענליכן דרך אין א סאך עניינים צו תורת החסידות. אבער אט דאס האט זיך אויך נישט אריינגעכאפט צווישן דעם המון עם, אזוי ווי חסידות האטציך פארשפרייט אין פוילן, גאליציע, בוקאווינע און אונגארן. :roll: :x :P :oops: :o

בערלע, האב איך אמאל גשריבן אז אין די ליטא איז נישט דא העכרע מושגים? דער גאנצער נפש החיים איז נישט העכערס? די קבלת הגר"א וכו' וכו'. איין זאך, דאס וואס מען זאגט דארף "קלאפן", איז דאס א פשט אין א גמרא זאל דאס זיין אין גמרא, איז דאס א גוויסע מדה טובה דאן לערנט מען דאס יסודותדיג אפ אן מען ארבייט דאראויף.
קאמפעיר תנועת המוסר מיט תנועת החסידות און זע פאר זיך, וויפיהל זאכן האט מוסר גדארפט צו פארדרייען אדער זאגן קרומע תורות און גוזמאות. ואידך פירושא.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' היימישער ליטוואק: ס'קומט דיר א האלבער לייק. דער משמעות, די איפשוטא פון דיין מאמר געפעלט מיר נישט. :roll: :lol: :x :P :oops: :o
פארפאלן. ליטוואק בלייבט ליטוואק!! :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

PLEASE EXPLAINE
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:PLEASE EXPLAINE

אויב איך פארשטיי גוט איז דיין שאלה אין פארגלייכן תורת המוסר צו חסידות א רעטארישע שאלה. "וויפיל זאכן האט מוסר געדארפט פארקרומען און זאגן גוזמאות?! :roll: :? :roll: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

still x understand, please try to explain again.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:still x understand, please try to explain again.

ר' היימישער ליטוואק: דו וואלסט שוין גמעגט הייסן אונגערישער ליטוואק. דו זאגסט אין דיין לעצטן מאמר ווי ס'ווערט פארגלייכט תורת המוסר צו תורת החסידות (זאל זיין אן "תורת") אין די פארם פון א רעטארישע שאלה ווי פאלגנד. "וויפיל האט (דען) תורת המוסר פארקרומט און געזאגט גזומאות?! איז די משמעות אז תורת החסידות האט יא פארקרומט און געזאגט גוזמאות כדי ס'זאל שטימען מיט'ן מציאות און נתקבל ווערן.
נ.ב.: כ'האב מעירע אז מיר האבן געטוישט ראלעס דא. איך בין דער ליטוואק און איהר זייט דער אונגערישער.... :lol: :lol: :lol: :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס וואס מיין לאנד'סמאן זאגט וועגן די מוסרניק'עס, נעם איך נישט קיין אחריות. דער מוסר באוועגונג, וואס איז קלאר נישט אוועקגעשטעלעט נאכצומאכען חסידים, איז אויך נישט קיין סאך בעסער ווי די חסידיש'ער באוועגונג. פון די גאנצע חדר איז שווער צו טרעפען אן עכטע תלמיד חכם. אחוץ ר' נפתלי טראפ איז אפילו קיין איין ראש ישיבה ארויסגעקומען, און איך גלויב נישט אז קוקענדיג ר' נפתלי'ס תורה וואלט מען געמיינט אז ער איז א רשכבה"ג. ר' ישראל סאלאנטער האט געהאט א תלמיד וואס איז נישט אזוי באקאנט, און אלע זיין מוסר תורה'ס זענען פארברענט געווארען אין א פייער, און ס'איז נאר געבליבען פון איהם זיין תורה'ס אויף הלכה, איז מעגליך אז ער איז דער אויסנאם פון דער עולם המוסר, אבער בכל אופן רוב די מוסר תורה'ס זענען אויך בויך תורה'ס געבויט אויף אייגענער געדאנקען און געפילען און נישט עפ"י תורה. רוב גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען פון דער תנועת המוסר, אדער האבען זיי נישט געזאגט קיין מיינונג, און ב"ה ס'איז גענצליך בטל געווארען היינטיגע צייטען, מער ווייניגער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט