תקנת ראוטער בעיסד פילטער

באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

תקנת ראוטער בעיסד פילטער

שליחה דורך יואליש »

די נייע טרענד ביי קהלות איז צו לאזן זשעי-נעט דעוועלעפען א ראוטער בעיסט פילטער פאר יעדע קהלה באזונדער, וואס די קהלה וועט באצווינגן אירע מיטגלידער צו נעמען נישט בלויז א פילטער נאר טאקע די קהלה'ס פילטער. אזוי ארום וועט די קהלה זיין פולקאם בעה"ב וואס אירע מיטגלידער ליינען אדער קויפן. ווי אויך וועלן אפאר אינגעלייט האבן צוטריט צו יעדן גוגל סורטש וואס מיר מאכן, וועלכע היידפארק פארום ס'זאל זיין אפען, זיכער מאכן אז קאווע שטיבל איז בלאקירט, און א גאנצע רייע פון פרייוועסי פארלעצונגן און פרעצעדענטלאזע מיינד קאנטראל. די קהלות גלייכן זייער דעם געדאנק, אזש זיי דאנקן ווער ס'האט ערפינדן די אינטערנעט.

זשעי נעט'ס ראוטער בעיסט פילטער (ווי אויך א פילטער פאר יעדן סמארט פאן) מיינט אז מ'וועט נישט האבן קיין תירוץ אז כ'האב קעיבעל וכדומה, ווי זשעי נעט האט ביז יעצט נישט געהאט קיין אחיזה. די נייע פילטער פון זשעי נעיט פארשפרעכט צו זיין עוועליבעל ביז עטליכע וואכן. ביי ר"ה וועלן מיר שוין קענען זאגן עבדי אחשורוש אנן.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

דאס אלעס זיינען מיר שולדיג, ווען עס וואלט געווען א ווידערשטאנד מצד די עלטערן, ווען מען הייסט אונטערשרייבן און מען נעמט זיך צוזאמען אז מען שרייבט נישט אונטער וואלט מען געוואונען, ווייל זיי קענען נישט ארויסווארפן אסאך קינדער, איך גלייב אפילו נישט אז זיי האלטן ביים ארויסווארפן אפילו איינעם, זיי קענען האבען לעגאלע פראבלעמען, אבער היות מיר זיינען אלע פחדנים, וועלן זיי גיין אל די וועי.

און דאס איז נאך נישט סוף פסוק, דער אפעטיט וואקסט זיי.

לאמיר נישט פארגעסן אז די מוסדות לעבן אויף רעגירונגס געלט, ביי יעדע פראגראם שרייבן זיי אונטער אז זיי זאגן צו נישט צו דיסקרימינירן, וואלטען זיי מוותר געווען אויף איין פראגראם?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יואליש האט געשריבן:די נייע טרענד ביי קהלות איז צו לאזן זשעי-נעט דעוועלעפען א ראוטער בעיסט פילטער פאר יעדע קהלה באזונדער, וואס די קהלה וועט באצווינגן אירע מיטגלידער צו נעמען נישט בלויז א פילטער נאר טאקע די קהלה'ס פילטער. אזוי ארום וועט די קהלה זיין פולקאם בעה"ב וואס אירע מיטגלידער ליינען אדער קויפן. ווי אויך וועלן אפאר אינגעלייט האבן צוטריט צו יעדן גוגל סורטש וואס מיר מאכן, וועלכע היידפארק פארום ס'זאל זיין אפען, זיכער מאכן אז קאווע שטיבל איז בלאקירט, און א גאנצע רייע פון פרייוועסי פארלעצונגן און פרעצעדענטלאזע מיינד קאנטראל. די קהלות גלייכן זייער דעם געדאנק, אזש זיי דאנקן ווער ס'האט ערפינדן די אינטערנעט.

זשעי נעט'ס ראוטער בעיסט פילטער (ווי אויך א פילטער פאר יעדן סמארט פאן) מיינט אז מ'וועט נישט האבן קיין תירוץ אז כ'האב קעיבעל וכדומה, ווי זשעי נעט האט ביז יעצט נישט געהאט קיין אחיזה. די נייע פילטער פון זשעי נעיט פארשפרעכט צו זיין עוועליבעל ביז עטליכע וואכן. ביי ר"ה וועלן מיר שוין קענען זאגן עבדי אחשורוש אנן.


ורוח הקודש אומרת: חלמא טבא חזיתא טבא הוא וטבא ליהוי. אייערע חלומות צו פארשקלאפן אידישע קינדער וועט האבן א סוף ווי פרעה. פרייע צוטריט צו אינפארמאציע איז אונזער גאט באשאנקענער מתנה ומינה לא נזוע עד ביאת גואלינו.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

משכיל האט געשריבן:דאס אלעס זיינען מיר שולדיג, ווען עס וואלט געווען א ווידערשטאנד מצד די עלטערען, ווען מען הייסט אונטערשרייבען און מען נעמט זיך צוזאמען אז מען שרייבט נישט אונטער וואלט מען געוונען, ווייל זיי קענען נישט ארויסווארפען א סאך קינדער איך גלייב אפילו נישט אז זיי האלטען ביים ארוסווראפען אפילו איינעם, זיי קענען האבען ליגאלע פראבלעמען, אבער היות מיר זיינען אלע פחדנים, וועלען זיי גיין אל די וועי,

און דאס איז נאך נישט סוף פסוק, דער אפעטיט וואקסט זיי

לאמיר נישט פארגעסען אז די מוסדות לעבען אויף רעגירונגס געלט, ביי יעדע פראגראם שרייבען זיי אונטער אז זיי זאגען צו נישט צו דיסקרימינירען, וואלטען זיי מוותר געווען אויף איין פראגראם ?י


ריכטיק. שטעלט אייך פאר א פראנט פעזש אין ניו יארק טיימס חרדישע מוסדות ווארפן ארויס קינדער פאר זיך נישט אינטערווארפן א סטאליניסטישער פילטער סיסטעם, דערנאך זאלן זיי גיין וויינען בלומבערג שנייט זיי די וואוטשערס.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: כינוס ״תקנה לדורות״ פון מהרז״ל מאטמאר

שליחה דורך איחוד פעלד »

דאס איז א חלום.
מען קען וועלען אסאך זאכען, די מענטשהייט וועט נישט מסכים זיין צו אזעלכע פילטערס.
בליץ שנעל וועלען זיך פארשפרייטען אלע אומוועגען ווי אזוי דורך צו ברעכען אזא סיסטעם.
ווייסט אמאהל דען איינער וויפיל קאמפיוטערס איינער האט?


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דאס איינטיילן אנדרע מענעשנס פרייוואטע לעבן איז א גיטע א גיטע עקסעמפעל ווי רליגיע איז ממש מאראליש.
ווי דיסקאסט אין אנדרע אשכול. 
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: תקנת ראוטער בעיסד פילטער

שליחה דורך איחוד פעלד »

מסתבר איז אז אין די לויף פין נאך אפאר יאר וועט מען נאך אלץ רעדען וואס מען גייט טוהן

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

אז א יעדע קהלה זאל האבן א עקסטרע פילטער האט מען - ווי ווייט איך פארשטיי - נישט געדארפט מאכן א כינוס און סיטי פיעלד.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'זעה די מנהלים האבן א נאמען געגעבן די אשכול "תקנת" ראוטער בעיסד פילטער. איז נישט גזירות ראוטער בעיסד פילטער מער פאסיג?

כל מה שתיקנו, לא תיקנו אלא לצורך עצמן!
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

קען איינער ערלעדיגן עפעס א פרישע הייסע מחלוקה צווישן די ארונים און זאלונים? אז זיי זאלן זיך קריגן צווישן זיך, און אונז אפלאזן.
נישט אומזינסט האבן אונזערע חכמים געזאגט ״פירוד לרשעים נאה להם ונאה לעולם״.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

איך זעה נישט פארוואס ווען די סאטמארע אדמורי"ם מאכן תקנות פאר זייערע קהילות שטייט עס דיר אין וועג,
אז דו קענסט אנרופן אזוי פיל טויזענטער אידן 'רשעים' פארשטיי איך עס אביסל.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גדעון האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס ווען די סאטמארע אדמורי"ם מאכן תקנות פאר זייערע קהילות שטייט עס דיר אין וועג,
אז דו קענסט אנרופן אזוי פיל טויזענטער אידן 'רשעים' פארשטיי איך עס אביסל.


כ'מיין אז 'איינער' האט זיך נישט באצויגן צו די "טויזענטער" שאף פון די קהלות, וועלכע זענען פונקט אזוי קרבנות, ביודעים ובלא יודעים. 'איינער' באציט זיך מסתם צו די עסקנים וועלכע האבן געמאכט א רשעות'דיגע חשבון צו אביוזן די אויפוואכונג איבער 'שמוץ' אויף די אינטערנעט, וועלכע איז צושטאנד געקומען דורך פרעדיגן 'האראר' סטאריס, און געוועבט א פלאן וויאזוי דאס צו אויסצוניצן פאר א פראנט אריינצוכאפן בפה רך טויזענטער גיט-מיינענדיגע מענטשן איינמאל פאר אלעמאל אין זייער פרעצעדענטלאזע קאמויניטי קאנטראל.

און ס'איז אמת אז פאר צען יאר, ווילאנג די אדמורי"ם האבן זיך גע'רצח'ט צווישן זיך פאר כבוד שמים, האט דער עמך איד עטוואס אפגעאטעמט.
פארשפארט