געדאנקען: זענען די דייטשען טאקע אזוי שרעקליך גילטי?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יאיר ,נו ענדיג שוין צו אז זיכער זענען זיך די אידן אליינס שולדיג אין אלעם. וכבר אמר החכם אין קיץ לדברי הבל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שרייבער האט געשריבן:די זעלבע קשיא פרעגט מען ביי פרעה, ער האט נישט אליין געוארפן קינדער אין ים, אלע ספרי דרוש רעדן ארום דערפון, סוף פסוק זעסטו אז ער האט מיטגעליטן מיט זיי
ס'איז דא שיטות אז ביי א מוחזק איז אין שליח לדבר עבירה, נו לפי זה גייט מען שוין אריין, אויב די דייטשע פאלק איז בעצם א שלעכט פאלק זענען זיי מוחזק, ממילא איז דער פירער ימ"ש יא חייב
דאס איז פשט אין פסוק וכו'....
======אליצפן האט געשריבן: אונז האמי'ר דאך א הלכה אז 'אין שליח לדבר עבירה'. און אזוי ווייט ווי איך ווייס האט היטלער במו ידיו קיינמאל נישט גע'הרג'עט קיין מענטש, ער האט נאר באפוילן פאר אנדערע אזוי צו טון. אויב אזוי על סמך מה קומט זיך אים אן עונש?
אגב אין שליח לדבר עבירה מיינט אז דער משלח איז חייב, און יש שליח לדבר עבירה מיינט אז דער משלח איז פטור
שרייבער: די אנדערע זייט פון די מטבע (צו יש אדער אין שליח לדבר עבירה) איז אז דער וואס איז עובר די עבירה אלס שליח איז חייב אדער פטור. אויב לערן איך אין שליח לדבר עבירה קען ער נישט טענה'ן אז ער האט נאר אויסגעפאלגט אדער געטון א שליחות. אויב ער טוט די עבירה איז ער דער שגץ.
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
לגבי די עצם פערסאנאליטעט פין דעם דייטשען פאלק, קוקט מיר אויס אז ס'פעלט זיי א היבשע פאר שראפלעך,ס'קוקט מיר אויס ווי זיי האבען אזא סארט ראבאטישען נאטור, זיי ווייסען נישט וויזוי עכט צי ענזשויען די לעבען ווי די פראנצויזען למשל, זיי האבען אזא סארט טריקענקייט,
יא זיי מאכען גוטע אוטומאבילען, אין מאשינען, אבער קוקט אויס אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל אלעס פארט מיט אזא סארט "אוי סי די" פינקטליכקייט, אויסגערעכענט צי די האר,
די אידען האבען דארט אריינגעברענגט אביסעל געשמאקייט אין די יארען פאר די וועלט מלחמה, די אידען זענען געווען זינגער מיט אקטיורען, זיי האבען אביסעל אויסגעלערענט די טרוקענע דייטשען וויזוי צי לעבען,
אזוי ווי יאיר האט שוין פריער געשריבען, די דייטשען זענען א אינטערדרוקט פאלק, יארען ענען זיי געווען אינטערדרוקט אונטער די מאנארכיעס די פירשטען אין די פריצים, אין ס'קוקט אויס ס'זייאריין אין די ביינער, אין דייטשלאנד איז נישט געווען אזא רעוואלוציע אזוי ווי אין פראנקרייך אין אין אמעריקא, אין ביז היינט האט נאך דייטשלאנד אזא סארט מענטאליטעט,
אין די אידען האבען געמאכט א לעבען דארט, זיי זענען געווען די גרעסטע דאקטורים, לויערס און סייענטיסטען, און באנקירען, און די דייטשען האבען געברענט פאר קנאה, זיי האבען זיך געווינדערט פארוואס די אידען זענען אזוי מצליח אין זיי קענען זיך עפעס נישט אזוי ארויף דראפענען דעם לייטער, ווייל אידען בטבע האבען א פרייע גייסט אין ווען זיי האבען לופט צי אטעמען וואקסען זיי שנעל,
אין די שטן ווייסט דאס אויך אין ער האט מורא פין דעם אז אידען זאלען געניסען פין פרייהייט, פארדעם האט ער אנגעברענגט די פארשאלטענע רבי'ס (כ'מיין נישט די וואוילע, וועלכע רבי ס'טראכט אז איך מיין עים, עים מיין איך טאקע...) צי אונטערדריקען דאס ביסעל אידען וואס האבען איבערגעלעבט די קריג,

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
יאיר האט געשריבן:יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
דאכט זיך מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב, ווען א גוי זעט א איד און טוט אים נישט גארנישט איז דא 3 סיבות
אדער איז ער פויל
אדער איז דא מוראה של מלכות
אדער איז ער משוגע
די דייטשן פרובירן אראפצווישן זייער פלעק איז דאס נישט גענוג מוראה של מלכות?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
גאנצל האט געשריבן:צו קענען אויספירן אזעלכע משונהדיגע רציחות אזוי הארצלאז דארף מען צו זיין גאר רשעותדיג איך ווייס נישט צו גילטי אבער חיות זענען זיי זיכער געווען
זאג דו מיר, צו זאגן פאר א אידיש קינד "ביטע שעהן, אין אויוון אריין", דאס האט מיט מענטשליכקייט?
איך האב אסאך געהערט דעם ברך משה ז"ל רעדן פון זייערע רציחות, איך געדענק ווי ער האט אזוי אראפגעלייגט וואס מיינט אז די תורה איידלט אויס א מענטש, די דייטשן האבן געהייסן די אינטיליגענטעסטע פאלק און די גרעסע אריסטראקראטן, ועכ"ז אין די מלחמה יארן האבן זיי ארויסגעוויזן זייער חי'שקייט במלא מובן המלה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חזקיהו המלך: מיט די לעצטע שורה פון דיין מאמר ביניך נישט מסכים. כ'בין זיכער אז דו זאגסט נאר א ווערטל. ווייל סוכ"ס די רעבעס זענען די פארקערפערונג פון גוטסקייט און אהבת ישראל. אויף דעים איז דאך געבויעט די תורת החסידות. נאכמער. אין די גמרא'ס צייטן איז עס שוין געווען א מנהג. ווי די גמ' זאגט "מי שיש לו חולה בתוך ביתו, ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים." נאר אפילו די מועט פון די רעבעס וועלכע זעען אויס אביסל סעלפיש און נאריש, ביניך זיכער אז זיי זענען זיך משתדל דאס בעסטע צו העלפן און טרייסטן אנדערע אידן. נאר ווען ס'קומט צו פאליטיק האנדלען זיי אמאל קליינקעפיג און נאריש. ווייל זיי זענען שוין געבוירן מזרע המלוכה. און זיי האבן (ליידער) : נישט געארבעט אויף זייערע מידות. איך ווייס פון א רבי'ן (פונקט איז ער מיין רבי זז"ג) וועלכער האט צוזאמגעשטעלט גרויסע סכומים געלט, אפילו פאר מענטשן וועלכע האבן איהם בארעדט.
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
zurich האט געשריבן:חזקיה זעה איך גיט? אזוי שרייבסטו אויף די רביס פון פריעדיגער דור? איך וויל דיר זייער שטארק לייקן אבער איך קען נישט לייקן אזאלכע ווערטער !!
פארדעם האב איך ציגעלייגט "מסתם נישט אלע",
כ'מיין נישט דוקא די רבי'ס פין פריערדיגען דור, כ'האב זיי נישט עכט געקענט, כ'מיין די רביס פינעם היינטיגען דור,
אין ניין כ'מיין נישט סאטמארע רב זי"ע, ער האט אויך געהאלטען אזוי ווי איך, אין ער איז אויך געווען קעגען היינטיגע רביסטווע, וואס איז גארנישט מער ווי עבודה זרא ביהרג ועל יעבור,
אין אויך ס'מיז נישט זיין אלע, אבער בדרך כלל די מצב וויזוי רביסטווע פארט היינט איז א מצב פין ציקוועטשען די מענטשהייט, פין איינרעדען פאר די יונגווארג אז ווען די "הייליגע רבי" דרייט דעם שטריימעל שאקלען זיך אלע עולמות, אין אז זייער הקפדה איז גאר שרעקליך, וכו' וכו' ...
אין דאס פארגעטערען א מענטש דאס איז א סתירה מיט תורת משה אין א סתירה מיט נארמאלקייט, אין שאפט א אפמאסטפער פין דערשטיקעניש, ווי אלע שטייען אין קוקען ווי די האזעלעך ממיט ארויס געשטארצטע אויגען ווי די "הייליגע רבי" פרעסט קוגעל, לויטער עבודה זרא, אין נישט איך זאג עס ס'שטייט שוין אין אונדזער הייליגע תורה, איטס זשאסט טו בעד, מען טאר נישט דינען עבודה זרא,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
יאיר האט געשריבן:יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
פון מיין עקפיריענס איז לאו דווקא אזוי אין דייטשלאנד, דייטשלאנד לעבט נאך היינט אין שאטן פון די האלאקאוסט די וואונד איז נאך פריש, זייענדיג א פאלק וואס איז זייער סענסעטיוו צו זייער אימעדש און האלטן זיך פאר מער מאראליש ווי אנדערע פעלקער איז געפערליך שווער פאר זיי אראפצושלינגען די שולד געפיהלן פון די קריג.
אבער דאס איז מער ווייניגער נאר די עסטעבלישמענט, די פראסטע המון איז נאך אלץ גרויליגע ראסיסטן, עס איז פשוט א מיסקאנסעפציע אז די גאנצע קאלעקטיוו האט תשובה געטוהן, און נאך א טעות איז דא כאילו זיי זענען עפעס א פאלק פון בעסערע מענטשן, די פאקט איז אז אין דייטשלאנד [בעיקר אין מזרח] איז א גרויסע חלק פון די באפעלקערונג בעיקר די דארפסלייט זייער נידריגע מענטשן און זיי האבן נאך אלץ פיינט אידן.
דאס שרייבט איינער וואס האט געכאפט א שפיי אין פנים פון א באאמטער אין די פראנקפורטע באן סטאנציע....
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איש עברי האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
פון מיין עקפיריענס איז לאו דווקא אזוי אין דייטשלאנד, דייטשלאנד לעבט נאך היינט אין שאטן פון די האלאקאוסט די וואונד איז נאך פריש, זייענדיג א פאלק וואס איז זייער סענסעטיוו צו זייער אימעדש און האלטן זיך פאר מער מאראליש ווי אנדערע פעלקער איז געפערליך שווער פאר זיי אראפצושלינגען די שולד געפיהלן פון די קריג.
אבער דאס איז מער ווייניגער נאר די עסטעבלישמענט, די פראסטע המון איז נאך אלץ גרויליגע ראסיסטן, עס איז פשוט א מיסקאנסעפציע אז די גאנצע קאלעקטיוו האט תשובה געטוהן, און נאך א טעות איז דא כאילו זיי זענען עפעס א פאלק פון בעסערע מענטשן, די פאקט איז אז אין דייטשלאנד [בעיקר אין מזרח] איז א גרויסע חלק פון די באפעלקערונג בעיקר די דארפסלייט זייער נידריגע מענטשן און זיי האבן נאך אלץ פיינט אידן.
דאס שרייבט איינער וואס האט געכאפט א שפיי אין פנים פון א באאמטער אין די פראנקפורטע באן סטאנציע....
עס איז ריכטיג אז עס הערשט דארט היבשע אנטיסעמיטיזם, אזוי ווי אין אסאך לענדער אין דער גוטער אלטער היים. אבער מיין עיקר שאלה איז, אויב די דייטשן זענען אין נאטור שלעכטע און אכזריות'דיגע מענטשן, וואלטן זיי זייער אייגענע לאנד אויך נישט געקענט צוזאמהאלטן', אזוי ווי למשל סאמאליע. פון דעם וואס זייער אכזריות און פיינטשאפט איז געווענדט בעיקר צו די אידן, זעט מען אז אפילו א נארמאלער מענטש וואס ווערט געברעינוואשד דורכאויס הונדערטער צו טויזנטער יארן אז אידן זענען א שלעכט פאלק קענען נאכדעם באגיין די ערגסטע מעשים. דאס בארעכטיג אודאי נישט זייערע מעשים, עס ברענגט נאר ארויס אז מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א "חברה שטארבערס" וואס זיי זענען עלול צו באגיין מעשים אכזריים. ניין, יעדער מענטש וואס ווערט פארקויפט בלינדערהייט פאר אן איינציגע אידעאלאגיע אדער פארטיי אדער מענטש זענען דא שאנסן אז ער וועט צום סוף באגיין שרעקליכע מעשים אין איר נאמען.
אויב איר האט אפאר מינוט, הערט אויס פון איינעם פון די חכמי ישראל המפורסמים, אליין א האלאקאוסט איבערלעבער, פארוואס די האלאוקאסט איז צושטאנד געקומען:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=p5Umbn6ZBuE[/youtube]
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
יאיר: כדאמרן. אזוי ווי כ'האב געשריבן אין א פריערדיגע הודעה. אז די דייטשן האבן עפעס א מין טבע אין זייער כאראקטער אז זיי קענען זייער שנעל טוישן פון גוט צו שלעכט און פארקערט אויך. כ'האב געברענג עטליכע דוגמאות פון אוישוויץ און נאכ'ן מלחמה אין דייטשלאנד. אזויפיל דארף מען געיבן קרעדיט פאר די היינטיגע דייטשע רעגירונגס פיהרערס אז זיי האבן איינגעפיהרט געזעצן וועלכע פארבאטן סיי וועלכע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע אדער האלאקאוסט לייקענונג. פאר וועלכע מ'קען גיין זיצן יארן אין דזשעיל. א חוץ זיי און עסטרייך איז נישט דא קיין שום אנדערע מדינה וואו ס'דא אזעלכע געזעצן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
איך האב אמאל געליינט אין א ביך איבער דעם האלאקאסט, איבער א סטאדי וואס מען האט געמאכט מיט סטודענטן אין א קאלעזש, ווי מען האט געשפילט אזא סארט פאליס גנבים שפיל. מען האט צוטיילט א גרופע, א חלק האבן געהאט די רעכט צו האלטן די אנדערע חלק איינגעשפארט, און געמעגט טוען מיט די ארעסטאנטען וואס זיי האבן געוואלט. נאך א גאר קורצע צייט. האט מען געמיזט אפהאקן די סטאדי, פשוט ווייל די מצב פון די ארעסטאנטען איז געווארן אזוי אומדערטרעגליך, אז עס איז שוין ממש צוגיקומען צו א סכנה.
דער סטאדי האט געוויזן, אז איינמאל מען געט די רעכטן פאר א מענטש, צו אינטערדריקן א צווייטן, דארף מען אים שוין אפילו גארנישט זאגן, זיינע אריינגעבויטע חיה'שע אינסטינקטן וועקן זיך פון זיך אליין אויף, און ער פארגעסט פון אלע מאראלען וואס מען האט אים געלערנט.
א כל שכן ביי די נאציס, וואס מען האט זיי קלאר באפוילן צו טוען רשעות, איז אודאי נישט קיין שום קשיא.
למעשה פארשטיי איך נישט די גאנצע שאלה, יחזקיה המלך האט שוין פארגעסן אז די דייטשן זענען געווען די וואס האבן אויסגעטראפן פלארייד צו פארטעמען די מאסן?
דער סטאדי האט געוויזן, אז איינמאל מען געט די רעכטן פאר א מענטש, צו אינטערדריקן א צווייטן, דארף מען אים שוין אפילו גארנישט זאגן, זיינע אריינגעבויטע חיה'שע אינסטינקטן וועקן זיך פון זיך אליין אויף, און ער פארגעסט פון אלע מאראלען וואס מען האט אים געלערנט.
א כל שכן ביי די נאציס, וואס מען האט זיי קלאר באפוילן צו טוען רשעות, איז אודאי נישט קיין שום קשיא.
למעשה פארשטיי איך נישט די גאנצע שאלה, יחזקיה המלך האט שוין פארגעסן אז די דייטשן זענען געווען די וואס האבן אויסגעטראפן פלארייד צו פארטעמען די מאסן?
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
שמערל האט געשריבן:למעשה פארשטיי איך נישט די גאנצע שאלה, יחזקיה המלך האט שוין פארגעסן אז די דייטשן זענען געווען די וואס האבן אויסגעטראפן פלארייד צו פארטעמען די מאסן?
נאופס, כ'מיין אז ס'נישט געווען די דייטשען ערשט, ס'געווען סטאלין ימח שמו וואס האט עס געניצט ערשט, אין זיינע גולאג'ס, אין די נאציס האבען זיך אויסגעלערענט פין זיי,
אבער ווייטער דאס קומט פין די אפיציעלע עסטאבלישמענט נישט פין די המון עם,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דאס אז זיי זענען געווארען ברעין וואשד, איז נישט קיין תירוץ צו זיין א רשע, מען האט קיינעם נישט געצווינגען אין דייטשלאנד צו גיין הרג'נן אידען, און אפילו די וואס זענען געוועהן סאלדאטן, האט מען נאך די מלחמה ווען מען האט דן געוועהן אין די געריכטען, טאמער איינער האט נאר געהרג'ט ווען זיין אויבערהאר האט אים געהייסען, האט מען אים אויף דעם נישט דן געוועהן. די וואס מען האט מרשיע געוועהן, זענען אזעלכע וואס האבען געהייסען, אדער וואס האבען מוסיף געוועהן נופך משל עצמם.
די אוקריינא גוים זענען געוועהן פיל ערגער פין די דייטשען, אזוי אז די דייטשען האבען אפילו באוואנדערט די רשעות פין די אוקריינא גוים, פלענטי מאל וואס די דייטשען איז געוועהן שווער ביז א סאלדאט האט זיך צוגעוויינט צו שיסען אידען, אבער זיי זענען געוועהן כאילו מתחילה געוויירט אויף דעם. די שנאה פין די אוקריינא גוים גייט שוין הונדרעטער יאר, מחמת די פרומע קירכעס און גלחים וואס האבען אייביג געפרעדיגט קעגען די אידען אז זיי האבען געהרג'ט יאשקע.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
די פסיכאלאגישע שטודיע וואס האבען געוויזען ווי גרינג עס איז צו מאכען פשוטע סטודענטען פאר סאדיסטען אין אפאר טעג, עיין שם
http://en.wikipedia.org/wiki/Stanford_prison_experiment
די שטודיע וואס האט געוויזען ווי בערך האלב פון מענטשען זענען גרייט זיך מתאכזר זיין צו א צווייטער בלויז ווייל מען הייסט זיי
http://en.wikipedia.org/wiki/Milgram_experiment

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לייג שוין אויך צו די באקאנטע עקספערימענט ווי גרינג ס'איז צו איבערצייגן א מענטש צו ווערן א ראסיסט על לא דבר
http://en.wikipedia.org/wiki/Jane_Elliott
http://en.wikipedia.org/wiki/Jane_Elliott
האדם לא נברא אלא להתענג