מורינו הרב האט געשריבן:פארוואס זענען מיר אזוי אומצופרידן פון זיך, אז מען פראבירט אויף אלע קאסטן צו זאגן אז עס איז געווען א היימישע זאך (עיין ערך איחוד ומנשה לוסטיג, ועוד)? פארוואס קומען היימישע יונגעלייט און זוכן אוועקצושטעלן אן עומדנא און פראבירן אריינצוזעצן בדוחק אז עס איז יא היימישע. וואס שטיפט דעם עולם אריינצולייגן א מעסער אין די אייגענע הארץ?
אלע קאסטען
אין מיין ערך האב איך נישט פראבירט צו זאגען אויף אלע קאסטען
אז עס איז געווען א היימישע זאך
מיר גייט בכלל נישט אין לעבען צו זאגען אז אידען האבען געהאט א יד באמצע, געזאגט האב איך איין זאך, און איך צו בכלל נישט צוריק, ווען אין פאסט איז געשטאנען אז די פאליציי זענען נישט צופרידען מיט די עדות פין זיין שותף, ווייל ער זאגט ליגענט, האב איך געזאגט, און איך זאג ווייטער, אז עס איז רויטע פאן, און יש מקום לחשוש, אז ער ווייסט מער ווי אונז וואס איז פארגעקומען דארט, ומידי ספיקא לא נפקא. דאס איז עס. ועל זה יצא הקצף הלמאי אין בין א רשע (יאנקעל - אקעי, נישט איך בין א רשע, נאר זאגען אז עס איז דא א מקום לספק, איז רשעות) און ווייג זיך צו זאגען אזוי, ווען ער איז א טאטע פין קינדער, און איך צאפ אים דאס בלוט, וכו'.
אין הכי נמי, ער איז א טאטע פין קינדער, אבער דאס הייסט נישט געצאפט דאס בלוט, און קען זיין אז דא אין ק"ש דארף מען נישט שרייבען וואס יעדער שמועסט אין דער גאס, ווייל סוכ"ס ווילען אונז דאך געווינען די ליינערס פין א"וו זאלען זיך דא באזעצען, און טאמער וועט מען שרייבען עפעס וואס מען שמועסט אין ביסמעדריש, וועלען די יושבי חושך מער נישט וועלען קומען דא ליינען און שרייבען, ממילא איז דאך בעסער דא צו שרייבען וואס אונז ווילען זאל זיין אמת, ווי איידער די פשוטע פאקטען הנראין לעין כל.
ווי צ.ב.ש. יעצט שמועסט מען אין אלע גאסען אין קופקעס, אז עפעס א שייכות האט דא
[...], איך ווייס נישט קיין פרטים וואס מען שמועסט, ווייל כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו שמועסען דערוועגען, און עס אינטרעסירט מיך נישט צו וויסען אזוי ווייט. אבער האט איינער דאס געשריבען דערווייל דא? ניין. פארוואס? ווייל ק"ש וואקסט צוביסלעך אריין אין א"וו, און היות מען טאר נישט "שרייבען" מער ווי מען וויל עס זאל זיין אמת, האט מען דאך מורא אז די יושבי חושך וועלען זיך צולאזען, און די אנדערע וועלען זיך נישט אהננעמען ווייל מען וויל דאך חלילה נישט אפענדען די וואס רעגען זיך, זיי וועלען דאך גיין, ממילא האט מען מורא צו זאגען א הויך ווארט.