שמעקעדיג איז זיך מגלה צו I'm back

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שמעקעדיג איז זיך מגלה צו I'm back

שליחה דורך I'm back »

ווער איז דער גראבע וואס זיצט דארט? איך זע עם ביי יעדער חתונה אין וויליאמסבורג. ער קומט און זעצט זיך אראפ, און עסט אויף א פארציע צוויי...

דאס זענען געווען די ווערטער פון מיין וויליאמסבורגער שותף, ווען אונז האבן אריינשפאצירט צו די חתונה פון א קאלעגע'ס קינד.

איך, זייענדיג א בארא פארקער, האב איך נישט געזען צופיל באקאנטע פענימ'ער. האב איך באשלאסן צו צוגיין צו דער פעשער סאטמארער אינגערמאן, און כאפן א שמועס מיט עם.

איך גיי צו צו זיין טיש, און איך זעץ מיר אוועק נעבן עם. אזוי ווי ער דרייט זיך ארום צו מיר, איז מיר אקענגנגעקומען א שמעק פון שטארקע פערפיום, אבער איך האב געקענט זען אויף עם אז דאס איז פשוט ווייל זיין ווייב'ס באטל פערפיום האט זיך אויסגעגאסן אויף זיין העמד עטליכע טעג צוריק.

איך געב עם שלום און איך זאג עם 'I'm back'. זאגט ער מיר 'איך בין שמעקעדיג'. זאג איך עם, יא יא, מען שמעקט עס, אבער וואס איז דיין נאמען? זאגט ער, איך בין [tag]שמעקעדיג[/tag] פון קאווע שטיבל.

איך בין געווארן פארגליווערט פאר עטליכע מינוט. איז דאס די בא'חנטע שמעקעדיג? איז דאס דער איידעלע שמעקעדיג? ווי קומט צו עם צו זיין אזוי גראב, און נאך עסן מיט די הענט ווי א בן עשו?

אויף דעם שטייט קאווע שטיבל???

שמעקעדיג, קום צו מיר אין אישי, איך וועל דיר געבן א דיעטע...
.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פראקסט עם אויס ברבים און פאר די דייעט זאל ער קומען באישי? נישט פעיר ,עס וואלט געדארפט זיין פארקערט.

חוץ מזה איז שמעקי צו ביזי צו גיין אויף יעדע חתונה אין ווילי ,אויך איז נישט מסתבר אז ער האט גראבע פינגערס וויזוי טייפט ער אפ אלע זיינע זיסע שרייבעכצער? ביסט סתם מוציא לעז אוף זיינע יאמי תגובות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי זאגט מיר אז אלעס איז אמת נאר די חלק פון די פערפיום איז שקר ווייל ער נוצט נישט זיין ווייבס נאר אייגענס אבער ער וויל מיך נישט זאגן וועלכע מחשש גילוי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ער געבט א גוטע איינדרוק ווען מען רעדט צו עם.
ער שיסט סיפורי צדיקים איינס נאכן אנדערע.

ער זאגט אז סאטמאר איז זיין בעיס, אבער אלע רבי'ס פון די נדבורנא גזע זענען זיין צווייטע רבי'ס.
.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דמיונות חלומות שוא ידברו
איך האב א בעסערע עצה
זענט עטץ אזוי נייגעריג ווער איז שמעקעדיג קאווע טרינקער טאבמל סאוס וכו' וכו' וכו' ביז אני הצעיר טיטאניק?
איך טראכט אולי, אויב מען קען אויסארבעטען אזא מין "גילוי" אסיפה צווישען אפאר ניקס ווי זיי וועלען זיך מגלה זיין איינער פארען צווייטען
פארשטייצעך מיט די שטרענגע ציזאג אז מען האלט עס "בתוכינו" וואס מען זעט דארט
איך גלייב אז די פאר ניקס וואס וועלען דארט אנגעקימען וועלען משוגע ווערען פון די גילויים
:lol: :lol: :lol:
פארשפארט