סופפארט י. עסטרייכער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 94
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז מיט דעם הוטל זיינעם? איז דאס א באליוויער לבוש צו וואס?
האסט געזהן ד אנדערע pic./clips פון אים, א לץ שבלצים איז נישט דאס ווארט...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 576
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
- האט שוין געלייקט: 161 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Erase
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום sefish, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס באהאלט ער זיך אין LA? פארוואס קומט ער נישט אהיים?
סתם א השערה. ווייל מ'איז חושש אז די באליוויער רעגירונג, וועלכע איז זייער שטארק אויפגערעגט און פארשעמט,און זיי ווייסן זיין אדרעס קענען נאך ח"ו עפעס אנווערטשאפטן, ווי א קידנעפינג אדער ערגערס ,ח"ו.
רעכניץ'ס אדרעס קענען זיי נישט געוואר ווערן?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מ גפני האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס באהאלט ער זיך אין LA? פארוואס קומט ער נישט אהיים?
סתם א השערה. ווייל מ'איז חושש אז די באליוויער רעגירונג, וועלכע איז זייער שטארק אויפגערעגט און פארשעמט,און זיי ווייסן זיין אדרעס קענען נאך ח"ו עפעס אנווערטשאפטן, ווי א קידנעפינג אדער ערגערס ,ח"ו.
רעכניץ'ס אדרעס קענען זיי נישט געוואר ווערן?
יא. זיי קענען. אבער מסתמא האט ער אנגענומען זיכערהייט באווארענישן. אבער זיין אייגענע אדרעס איז דאך ידוע לכל. (מיין השערה.(
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל האט געשריבן:האב איך שוין רעכט צו וויסן מער פרטים?
עזריאל: דו האסט א רעכט. זיכער האסטו. אבער קיינער שרייבט נישט איבער דעם. אויסער דעם. יאנקי עסטרייכער איז יעצט א פריוואטער מענטש. און ס'אינטרעסירט קיינעם נישט איבער די פרטים פון זיין לעבן. משא"כ פריער. איז ער געווען געפאנגען ביי א קארופטירטע רעגירונג. און זיין לעבן איז געווען אין סכנה. אויב דו האסט נישט וואס צו טון מיט דיין טאג. האביך אן עצה פאר דיר. קויף אן איי-פאד. און לאוד ארויף געימס און האב א הנאה פון לעבן...!
berlbalaguleh האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:האב איך שוין רעכט צו וויסן מער פרטים?
עזריאל: דו האסט א רעכט. זיכער האסטו. אבער קיינער שרייבט נישט איבער דעם. אויסער דעם. יאנקי עסטרייכער איז יעצט א פריוואטער מענטש. און ס'אינטרעסירט קיינעם נישט איבער די פרטים פון זיין לעבן. משא"כ פריער. איז ער געווען געפאנגען ביי א קארופטירטע רעגירונג. און זיין לעבן איז געווען אין סכנה. אויב דו האסט נישט וואס צו טון מיט דיין טאג. האביך אן עצה פאר דיר. קויף אן איי-פאד. און לאוד ארויף געימס און האב א הנאה פון לעבן...!
קודם א דערגרייכונג איך האב אויפגערעגט ר' בערל, פאסירט גאר זעלטען.
לאמיר דאס קלאר שטעלן, מ'קען נישט מעשיגע מאכן א וועלט, רופן צו ראליס, הייסן שיקן בריוו צום קאנגרעס אנשמאלצן מיין גאנצע לעבן מיט אדווערטייזמענט וועגן דער נושא אין יעדער צייטונג אדער בלעטעל וואס איך ליין, אין בית מדרש, אויף דער גאס, און ווער רעדט נאך פון ארום שיקן ריקארדינגס, און ווען די פרשה איז ענדליך מסודר זאל מען מיר זאגן גיי דיר פון דאנעט ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אז מ'האט אינוואלווד מענטשן רעכן דיר מיט זיי, איך האב די זעלבע קשיא אויף נאך א נושא נאר ווען איך האב עס דארט אויפגעברענגט האט מען מיר באשטיינערט, דאס איז נישט קיין יושר, מ'לאזט נישט מענטשן מיט א פאטעיטא און מויל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' עזריאל: ראשית כל. איך האב מיך נישט אויפגערעגט. איך האב אפשר גערעדט (אדער געשריבן) א ביסל חוצפה'דיג צו א איד א גרויסער ת""ח, בעל צדקה און (כמעט) סגן ראש הקהל. נאר איך האב געמיינט ארויסצוברענגען א נקודה. אז ווילאנג ר' יאנקי עסטרייכער'ס לעבן איז געווען אין א סכנה (כפי המדובר) האטציך א יעדער געזארגט איבער זיין וואוילזיין. מ'האט געמאכט דעמאנסטראציעס, געשריבן אין צייטונגען און ארומגעטומל'ט. איינמאל ער איז ב"ה באפרייט געווארן איז עס שוין מער נישט אונזער ביזנעס צו ער טוט אן א גרינע נעקטיי אדער א בלויע. צו ער עסט סיריעל פאר פרישטיג אדער טונא אויף א (מזונות) ראלל. ס'איז נישט דא קיין שום פרטים פון זיין טאג טעגליך לעבן וואס זאלל אינטרעסירן דעם ברייטן ציבור. יא. ווען ס'וועט אי"ה ארויסקומען די מאווי אדער דער סי. די. וואס וועט אויסשפילן זיינע איבערלעבענישן, וועל איך (בלי"נ) זיין איינער פון די ערשטע דאס צו קויפן.
צווייטנס. איך האב א כלל אז פון א יעדן טומל וואס ס'טוט זיך און ס'קערט זיך איבער א וועלט מיט שרייענדיגע דעמאנסטראציעס און פאבליק פאליטישנס אדער רבנים וואס האלטן פייער'דיגע דרשות כדי אנצוהיצן דעם עולם, רעכן איך אראפ 20%. אזוי אז ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז דער מצב איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס, ווער איך נישט אזוי שטארק דיסאפוינטעד (אנטוישט, בלע"ז(....!
צווייטנס. איך האב א כלל אז פון א יעדן טומל וואס ס'טוט זיך און ס'קערט זיך איבער א וועלט מיט שרייענדיגע דעמאנסטראציעס און פאבליק פאליטישנס אדער רבנים וואס האלטן פייער'דיגע דרשות כדי אנצוהיצן דעם עולם, רעכן איך אראפ 20%. אזוי אז ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז דער מצב איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס, ווער איך נישט אזוי שטארק דיסאפוינטעד (אנטוישט, בלע"ז(....!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אה, אנטשולדיגט. כ'האב אפשר נישט גוט פארשטאנען די שאלה. נאר דער ענטפער אויף דעם איז אז ס'איז א שטיקל סוד. פונקטליך וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען זיין ארויסשמוגלען פון די אפארטמענט וואו ער איז איינגעשטאנען אונטער וואך. נאר בכלליות איז עס אזוי. אז מ'האט אונטערגעשמירט א פאר גרויסע פריצים אין באליוויע אז זיי זאללן צו מאכן די אויגן און נישט זעהן וואס מ'דארף נישט. און דער אקטיאר מר. שאן פען האט געברענגט זיין פרייוועט פלעין צו דעם עירפארט אין באליוויע .און יאנקי עסטרייכער האט זיך פארשטעלט אז מ'זאלל איהם נישט דערקענען. און אויף דעם עראפלאן האט זיך אויכעט געפונען א גרויסער מאכער פון די באליוויער פאליציי. מסתמא צו פארהיטן פון אן עינא בישא. און אפילו נאכדעם וואס ער האט געלאנדעט אין ל.א. עירפארט האבן זיי נאכאלץ געהאלטן די זאכן בסוד. ווייל די רעגירונג אין באליוויע איז געווען זייער שטארק אויפגערעגט אז מ'האט זיי אויסגעשפיעלט...מהאי טעמא איז ער נישט געגאנגען גלייך צו זיין הויז אין ברוקלין...!