מיט א טיפערן בליק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

מיט א טיפערן בליק

שליחה דורך פרישער »

[center]מיט א טיפערן בליק[/center][center]פרשת ויצא

צא וּלמד מה בקש לבן הארמי..![/center]
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר געזעהן וואס יעקב אבינו לערנט אונז אז ווען עס קומט צו דער חלק פון 'סור מרע' ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיטן יצר, מיר האבן געזעהן ווי דער מענטש דארף כסדר אויסשפילן דעם יצר הרע און אים גוט אויספאפן עם עקש תתפתל, די וואך אין די פרשה זעהן מיר די צווייטע זייט פון יעקב'ס עבודת ה' די 'עשה טוב', יעקב אבינו אפילו ער איז געווען א געוואלדיגער חכם און גוט פארשטאנען וויאזוי זיך אומצוגיין מיטן חלק הרע און כסדר מיט א טיפערע קלוגשאפט זיך א עצה געגעבן דאך אבער ווען עס קומט צו טוען גוטס, צו טוען דעם רצון השם איז ער א איש תם יושב אוהלים און לעבט דאס וואס די תוה"ק באפעלט אונז תמים תהיה עם ה' אלוקיך התהלך עמו בתמימות ס'איז נישט דא קיין שום חשבונות און קרומקייטן, דאס וואס השי"ת היייסט טוט מען און נישט סתם געטוען, נאר בשמחה רבה אָן קיין ספיקות ווי מיר זעהן אין די וואכעדיגע פרשה.

אונזער טאטע יעקב האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן, דא דארף ער אנטלויפן פון אינדערהיים ווייל זיין ברידער וויל אים הרגנ'ענען, דערנאך ווערט ער בארויבט דורך אליפז און בלייבט איבער נאר מיטן שטעקן, כי במקלי עברתי את הירדן, דערנאך איז ער אריבער 20 שווערע יאר ביים שווער לבן וואס האט אים אונטערגעשטעלט פיסלעך אויף טריט און שריט, אים חתונה געמאכט מיט לאה ווען ער האט געוואלט חתונה האבן מיט רחל, יעקב האט אריינגעארבעט אין היצן און אין קעלט בייטאג און ביי נאכט, דערנאך קומט זיין ברודער עשו נקמה נעמען אין אים, א שטיק צייט שפעטער האט מען פארכאפט דינה אין שכם, יוסף ווערט פארלוירן וכו' וכו', פונדעסטוועגן ביי די אלע שוועריקייטן און נסיונות האט ער זיך קיינמאל נישט פארלוירן, נאר אייביג זיך געפירט מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט, חוץ ביי צוויי פלעצער ווי עס קוקט אויס ווי יעקב האט זיך ח"ו פארלוירן און זיך אויפגערעגט: איינס ווען רחל האט אים געבעטן פאר קינדער: וַתֵּרֶא רָחֵל כִּי לֹא יָלְדָה לְיַעֲקֹב וַתְּקַנֵּא רָחֵל בַּאֲחֹתָהּ וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי, וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל וַיֹּאמֶר הֲתַחַת אֱלֹקִים אָנֹכִי אֲשֶׁר מָנַע מִמֵּךְ פְּרִי בָטֶן - און רחל האט געזעהן אז זי האט נישט געבוירן קיין קינדער צו יעקב, און רחל האט מקנא געווען איר שוועסטער און געזאגט (פאר יעקב) געב מיר קינדער ווייל אויב נישט בין איך א טויטער, יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל און געזאגט, בין איך דען אנשטאט השי"ת וואס האלט דיר צוריק פון האבן קינדער?!

און די צווייטע געפינען מיר שפעטער אין די פרשה ווען לבן האט צו אים טענות פארוואס ער איז אוועקגעלאפן זאגט די פסוק: וַיִּחַר לְיַעֲקֹב וַיָּרֶב בְּלָבָן וַיַּעַן יַעֲקֹב וַיֹּאמֶר לְלָבָן מַה פִּשְׁעִי מַה חַטָּאתִי כִּי דָלַקְתָּ אַחֲרָי - יעקב האט זיך אויפגערעגט און האט זיך געקריגט מיט לבן, יעקב האט צוריק געענטפערט און געזאגט, וואס איז מיין זינד אז דו לויפסט מיך אזוי נאך? דארפן מיר פארשטיין וואס איז דא געווען אזוי אויסטערליש ביי די צוויי מעשיות פון רחל און לבן וואס מיר טרעפן אז יעקב האט זיך אויפגערעגט?

אין די נוסח פון די הגדה של פסח געפינען מיר צֵא וּלְמַד מַה בִּקֵּשׁ לָבָן הָאֲרַמִּי לַעֲשֹוֹת לְיַעֲקֹב אָבִינוּ... וְלָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקוֹר אֶת הַכֹּל שֶׁנֶּאֱמַר אֲרַמִּי אֹבֵד אָבִי - גיי געב א קוק וואס דער לבן הארמי האט געוואלט טוען צו יעקב אבינו, ווי ער האט אים געוואלט אויסרייסן. אזוי אויך געפינען מיר אין פרשת כי תבוא ווי די תוה"ק זאגט אונז אז ווען א איד ברענגט ביכורים דארף ער דאנקן און לויבן השי"ת אויף די אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים, דער איד דארף ארויסברענגען מיט לויב ווערטער און פארציילן די גאנצע השתלשלות וויאזוי מיר אידישע קינדער זענען אנגעקומען צום הייליג לאנד און צום בית המקדש אנגעפאנגען מיט די פאסירונג פון יעקב אבינו מיט לבן, און ווייטער ווי מיר האבן אראפגענידערט קיין לאנד מצרים און השי"ת האט אונז אויסגעלייזט פון דארט ביד חזקה און אונז געברענגט קיין ארץ ישראל... פרעגט זיך, מילא דאס אז מיר דארפן ארויסברענגן און דאנקען השי"ת מיטן סיפור יציאת מצרים פארשטייט זיך ווייל דארט ברענגט א איד ארויס אז מיר זענען געווען קנעכט צו פרעה הרשע און השי"ת האט אונז ארויס גענומען פון דארט כדי מיר זאלן זיין צו אים פאר א פאלק, צו קענען טוען און לעבן תורה ומצוות וכו', אבער ווי קומט צו פארציילן איבער דעם ארמי אובד אבי?

*

ווער געדענקט נישט לייבעלע ווי פון אלץ קליין קינד פלעגט ער שטענדיג רעדן טראכטן און חלומ'ען פון דרייווען א באס, יעצט זייענדיג שוין עטליכע יאר נאכן חתונה האט ער בחסדי ה' באקומען זיין לייסענס, און יא, ס'גלייבט זיך נישט אבער ער קען שוין ווירקליך דרייוון א באס, זיין חלום איז מקוים געווארן, און דא שטייט ער היינט ביים אריינגאנג צום הויפט-קווארטיר פון די שטאטישע באס פירמע, אט גייט ער אריין גיין זיך איינשרייבן פאר א פאסטן, מיט א הייסע תפילה אז ער זאל נושא חן זיין קלאפט ער אויפן טיר.

אריין קומענדיג באגעגנט ער זיך מיטן הויפט מענעדזשער, נאכן אויספילן עטליכע פאפירן זאגט ער אים, מיר נויטיגן זיך יעצט וויכטיג אין עטליכע דרייווערס און אויב ביסטו גרייט ביזטו שוין געהייערט... לייבעלע טאנצט פאר פרייד, ער ווייסט נישט וואס צו טוען מיט זיך, ווער האט געגלייבט?! זיי גייען אראפ צום פארקינג לאט, דער מענעדזשער מאכט אים אויף די טירן פון איינע פון די גרויסע שיינע באסעס און געבט אים א מאפע וועלכע גאסן ער דארף פארן און זאגט אים אָן אלע פונקטליכע אנווייזונגען און וואונטשט אים אָן הצלחה.

נאך א קורצע טרענירונג פארט לייבעלע ארויס מיטן גרויסן שיינעם באס, זיין פנים שיינט פאר שמחה, אבער אזוי ווי ער קומט אָן צום דריטן באס סטאַפ זעהט ער אז ס'איז ליידיג, ער ווערט אביסל נערוועז וואס גייט דא פאר?! נישט פון דעם האב איך גערעדט, איך וויל דרייווען א באס געפאַקט מיט מענטשן און זיי טראגן צו זייער באשטימטע דעסטינאציע, נישט אזעלכע ליידיגע באסעס. אזוי פארט ער ווייטער און ווייטער און גארנישט, קיינער קומט נישט ארויף. ענדליך ביי איין סטאנציע ווארטן צוויי עלטערע מענטשן, אבער זיי פארן אויך נאר איין סטאפ, אזוי ווערט ער מער און מער צובראכן, נישט דאס האב איך געמיינט, און בכלל איך וועל צוריק קומען ביים סוף טאג און די געלט באקס האט נישט מער ווי א פאָר פרוטות, איך פיל ווי איך ארבעט פאר גארנישט..?!

אזוי שטייענדיג ביי איינע פון די רויטע-לעקטערס באגעגנט ער זיך מיט א אנדערע באס וואס פארט אויפן הויפט גאס, ער זעט אז יענע באס איז א געפאקטע, מענטשן שטייען איינער אויפן צווייטן, ס'קוקט אויס ממש ווי דאס וואס ער האט זיך גע'חלומ'ט, צו קענען טרעפן אלע סארט מיני מענטשן, אויף מאכן און צומאכן טירן, אויסרופן וועלכע סטאפ איז געווען און וועלכע גייט זיין... אזוי קוקנדיג מיט קנאה בליצט אים אריין א געדאנק אין קאפ, און נישט מער און נישט ווייניגער, ווען עס ווערט גרין געבט ער זיך א דריי ארויף אויפן הויפט גאס און פאנגט אָן אויפנעמען מענטשן ביי די באס סטאנציעס, ער שטראלט פאר שמחה זיין באס ווערט פולער און פולער פון מינוט צו מינוט... נעקסט סטאפ... זייענדיג נישט געוואוינט און נישט האבנדיג קיין מאפע האט ער געזאגט וואס ער האט געטראכט, און ס'איז געווען לוסטיג און לעבעדיג!

סוף טאג קומט ער צוריק צום הויפט קווארטיר און מיט איין שמחה לויפט ער אריין צום מענעדזשער און זאגט, איך בין ארויפגעפארן אויפן הויפט גאס און קוק וויפיל געלט איך האב געמאכט... דער מענעדזשער'ס פנים פלאקערט פאר כעס און שרייט צוריק, האב איך דיר געבעטן צו מאכן געלט? איך האב דיר געהייסן פארן אויף א באשטימטען גאס, פארוואס האסטו זיך אוועקגעדרייט, לייבעלע שרייט צוריק, וואס הייסט פאר וועם, פאר די פאָר אלטע מענטשן פאר זיי דארף איך דארט פארן? פון זיי מאכט מען נישט קיין פעני?! דער מענעדזשער מאכט זיך נישט צו טוען נאר הייסט לייבעלע נעמען זיינע זאכן און זאפארט פארלאזן די פירמע.

מיר קינדער פון השי"ת לעבן א לעבן פונקט ווי דעם לייבעלע. מיר אלע האבן אונזערע חלומות און פלענער אין לעבן ווי מיר ווילן אנקומען, זאכן און פלעצער וואס ס'ציעט אונז אנצוקומען אהין, אבער השי"ת אונזער טאטע וואס ווייסט די בעסטע וואס איז גוט פאר אונז געבט אונז א וועג, ער געבט אונז א מאפע וואס דאס איז די תוה"ק מיט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי מיר דארפן זיך פירן און ווי אזוי מיר דארפן זיך לאזן פירן, אסאך מאל איז פאר אונז באשערט צופארן אויף עפעס א זייטיגע געסל א זייטיגע וועג, א וועג וואס זעט אונז אויס נישט וויכטיג, אדער גאר די נישט ריכטיגע, און מיר פאנגען אָן מאכן החלטות וואס איז גוט און וואס נישט וכדומה, און אזוי פארענדיג איז דער מענטש מחליט ניין ס'איז נישט פאר מיר, און פלוצלינג געבט ער זיך א דריי ארויף אויף עפעס א צווייטע וועג און ס'קען גאר זיין אז ער איז מצליח, אבער ביים סוף טאג וועט ער געוואר ווערן אז ניין, נישט דאס איז געווען דיין שליחות, און השי"ת וועט חלילה זאגן אז נישט אויף דעם האב איך דיר געשיקט און נישט אויף דעם האב איך דיר צוגעהאלפן.

השי"ת אונזער טאטע וויל אז מיר זאלן פארן אויפן וועג וואס ער שטעלט אונז אויס, און דאס זענען געוויסע מצבים און אויסשטעלונגען ווי השי"ת לייגט אונז אריין, און מיר קענען און טארן פון זיי נישט אנטלויפן, אין חכמה ואין תבונה לנגד ה', עס העלפט נישט קיין חכמות ווען השי"ת האט א פלאן, רבות מחשבות בלב איש אבער ועצת ה' היא תקום, מיר דארפן זעהן און שפירן וואס השי"ת ווינקט אונז און אין די וועג דארפן מיר גיין אפילו ווען ס'איז שווער, אפילו ווען ס'קוקט אויס גענצליך אנדערש ווי דער מענטש'ס ארגינאלן פלאן, דארף מען אבער פארשטיין אז אזוי וויל השי"ת דאס איז עס, דאס איז מיין שליחות און דאס איז מיין תפקיד און איך דארף נישט אלעס פארשטיין.

דאס איז געווען יעקב אבינו, דאס האט ער געלעבט און געאטעמט. ער האט געלעבט א לעבן פון התבטלות צו השי"ת, ער האט פארשטאנען אז אלעס וואס דער מענטש גייט אדורך אין לעבן איז א אויסשטעל וואס השי"ת שטעלט אים אויס, און ממילא ווען ער האט געוואנדערט פון זיין טאטענ'ס שטוב צו לבן, אדער ווען ער האט צו טוען מיט עשו, אדער שכם, צו ווען מ'קומט זאגן חיה רעה אכלתהו, רעדט ער זיך נישט אפ, נאר מיט די גרעסטע מאס אמונה גייט ער ווייטער אָן מיטן לעבן, אזוי אויך ווען דער פעטער לבן פאפט אים ביטערליך אויס פארשטייט ער אז מ'קען אויף לבן קיין טענות נישט האבן, ס'איז אלעס פון השי"ת אונזער געטרייע טאטע, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, צו אים דארף מען זיך אויסגיסן דאס הארץ, אבער זיך אויפרעגן אויף לבן דאס קומט בכלל נישט אריין. אבער ווען רחל וויינט און בעט זיך געב מיר קינדער שבטי קה וואס זאלן אויפשטעלן א כלל ישראל און זי זאגט וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי, ס'איז ממש ווי איך האב געלעבט א אומזיסטע לעבן, דארט האט ער זיך יא אויפגערעגט, ווייל ווען איינער פרעגט אויף השי"ת דאס טוט אים שוין יא זייער וויי, טאקע דאס האט ער איר געענטפערט, איך בין עפעס א גאט'ס פארטרעטער?! השי"ת אונזער באליבטע טאטע ער האט אונז געמאכט אדורך גיין דעם שווערן נסיון, זיכער איז דאס די בעסטע, לאמיר ווייטער דאווענען און טוען השתדלות, אבער ואם אין מתה אנכי ווי קענסטו דאס זאגן?! און אזוי אויך שפעטער ווען לבן לויפט אים נאך מיט טענות ווי האסטו געקענט אוועקגיין און מיך איבערלאזן, איך וואלט ווען דיך צוריקגעברענגט ווען נישט השי"ת זאגט מיך אָן, זאגט אים יעקב וואס דרייסטו א קאפ, אז דער באשעפער האט מיר געהייסן אוועקגיין איז נישט דא קיין שום אנדערע מציאות אויף דער וועלט וויאזוי דו קענסט מיך צוריקברענגען אפילו די ווילסט, ס'איז נישט אין מיינע אדער אין דיינע הענט, נאר וואס השי"ת הייסט דאס טוט מען.

צווישן רחל מיט לבן איז אבער געווען א יסודות'דיגע חילוק, רחל האט עס געזאגט פון די טיפעניש פון א אידישע מאמעס צובראכן הארץ וואס איז אדורך צער און יסורים, און טאקע דערנאך וואס זי האט געהערט די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען מעומק הלב פון איר טייערע מאן יעקב אבינו האט זי עס אנגענומען, ווי מיר געפינען אז גלייך דערנאך האט זי זיך צוזאם גענומען טוען די ריכטיגע השתדלות, אבער דער לבן ער לעבט מיט יעקב אבינו, ער פאפט אים איינמאל און נאכאמאל, און אלעס מיט כל מיני סיבות און תירוצים פון פארשטאנד, ווי דער פסוק זאגט אז נאכדעם וואס יעקב האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט פארטוישט רחל מיט לאה האט ער געזאגט ווי קען איך טוען אזא זאך געבן די יונגערע פאר די עלטערע וכו', כסדר פלעגט ער פארדרייען די פשוט'ע וועגן ווי א מענטש פירט זיך, דאס מיינט ולבן בקש לעקור את הכל ער האט געוואלט פארדרייען די יוצרות, און נאך זיין א למדן אין דער זייט ער האט געוואלט אריין ברענגען די מחשבה אז דער מענטש קען זיך אויסשטעלן דאס אייגענע לעבן און טוען דאס וואס ער טראכט און פארשטייט אָן זיך לאזן פירן פון א מלך מלכי המלכים.

און דאס ברענגט דער אידעלע ארויס ווען ער ברענגט די ביכורים, וואס כאטש דער מענטש וואלט דאך געקענט זאגן רבש"ע איך זאג צו אז איך וועל דיר געבן א גרויס חלק פון מיין פעלד, אבער וואס פעלט אויס צו געבן די ערשטע פירות וואס וואקסן? פארוואס דארף איך א יעדן טאג גיין באקוקן מיין פעלד צו די ערשטע פירות זענען שוין גרייט וכדומה? רבש"ע ווען אלעס וועט פערטיג ווערן וועל איך דיר שוין ברענגען... זאגט אבער דער אידעלע ניין, איך מאך נישט קיין חשבונות מיט אונזער טאטע ווי לבן האט געטוען, איך פארשטיי אז וואס ער הייסט און וואס ער בעט דאס טוט מען, און נישט סתם נאר מיט א אמת'דיגע שמחה פיל מיט אמונה אז דאס איז די בעסטע און דאס איז די איינציגסטע וועג פון הצלחה, און טאקע דאס ברענגען מיר ארויס פאר די קינדערלעך פסח אויף דער נאכט, אז שוין פון אנהייב האט דער ארמי אובד אבי געוואלט אריינברענגען אין אונז דער געדאנק אז דער מענטש קען זיך אויסשטעלן זיין אייגענען פלאן, מיט זיין אייגענעם פארשטאנד, און טוהן מה שלבו חפץ, און דעמאלטס האט אונזער פאטער יעקב אריינגעברענגט אין אונז דער כח וואס בלייבט מיט אונז תמים תהיה עם ה' אלוקיך, ווען עס קומט צו דינען השי"ת דארף מען גיין מיט תמימות, טוהן וואס איז ריכטיג און זיך לאזן פירן פון אונזער געטרייער פאטער, און אפילו ווען ס'איז שווער דארף מען געדענקן התהלך עמו בתמימות, געדענק אז דער טאטע האט אייביג די בעסטע פלאן פארן קינד.

לסיכום געדענק:

• ווען עס גייט דיר שווער, גייסט אדורך שוועריגקייטן פארשטיי אז דו דארפסט נישט אלעס פארשטיין.
• לאז זיך פירן פון אונזער טאטע אין הימל ער ווייסט וואס איז די בעסטע פאר דיר.
• 'תמים תהיה', גיי נאך די וועגן פון השי"ת מיט א תמימות, ווייל דארט ווי דער טאטע פירט איז אייביג דאס בעסטע פארן קינד.

געפאסט מיט רשות
מיר האבן ציגעלייגט א פייל און פי-די-עף
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

איך האב נישט קיין רשות לפרסם שמו דערווייל.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

עס איז נישט דער מחבר לכאורה נאר איינער וואס האט אויך רשות האפענטלעך פינעם מחבר, עס ווערט ג'לייקט ביי פיל אינגעלייט דעריבער האב איך געקלערט אז עס איז כדי עס זאל זיין דא באנינז
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ער הייסט הרב שלמה האפמאן ער איז אויך די מגיד שיעור דף היומי און די שטיבל און וויליאמסבורג ווי ווייט איך ווייס שעימט ער זיך נישט אז ער איז די מחבר פון דעי גליונות
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

פרשת וישלח תשע"ג

שליחה דורך פרישער »

[center]מיט א טיפערן בליק
פרשת וישלח
ויותר יעקב לבדו..!
[/center]
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר ווי די מלאכים וואס יעקב האט געשיקט צו עשו קומען צוריק מיט די נישט גוטע נייעס אז דער ברידער עשו קומט אקעגן און מיט זיך האט ער פיר הונדערט מענטשן, זאגט די פסוק: וַיִּירָא יַעֲקֹב מְאֹד, וַיֵּצֶר לוֹ, וַיַּחַץ אֶת הָעָם אֲשֶׁר אִתּוֹ וְאֶת הַצֹּאן וְאֶת הַבָּקָר וְהַגְּמַלִּים לִשְׁנֵי מַחֲנוֹת, וַיֹּאמֶר אִם יָבוֹא עֵשָׂו אֶל הַמַּחֲנֶה הָאַחַת וְהִכָּהוּ, וְהָיָה הַמַּחֲנֶה הַנִּשְׁאָר לִפְלֵיטָה - יעקב אבינו האט זיך זייער דערשראקן, און עס האט אים געשטערט, האט ער צוטיילט די מענטשן וואס זענען געווען מיט אים, די שאָף און די רינדער און די קעמלן צו צוויי גרופעס, און ער האט געזאגט אז אויב וועט עשו קומען צו איינע פון די צוויי מחנות און זיי שלאגן וועט כאטש די צווייטע איבערבלייבן. פארוואס איז יעקב אזוי דערשראקן? אין די פסוק טרעפן מיר ווייל יעקב האט מורא געהאט אז נאך די אלע ניסים און חסדים וואס השי"ת האט שוין געטוען מיט אים ביז אהער האט ער אפשר אויסגעניצט זיינע זכותים, און ממילא וועט ער נישט קענען אדורך מאכן דעם מלחמה מיטן ברידער עשו, ווי מיר געפינען יעקב אבינו בעט זיך ביי השי"ת אין זיין הייסע תפילה קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת.

פרעגט זיך די פראגע: ווי קומט צו יעקב אבינו וואס איז אדורך די שווערסטע נסיונות מיט א תמימות און פארשטאנען אז השי"ת איז דער מנהיג העולם און אָן אים פאסירט נישט גארנישט אז ער זאל מורא האבן און גאר ווערן דערשראקן? נאך דערצו ווען השי"ת אליין האט אים פריער געגעבן דעם הבטחה ווי די פסוק זאגט וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ ער האט דאך קלארע ווערטער פון השי"ת אז ער וועט אים היטן פלוצלינג האט ער מורא?
שפעטער דערנאך וואס יעקב האט זיך געגרייט מיט דורן, תפלה, און מלחמה, ווי די פסוק רעכענט אויס אין פונקטליכע דעטאלן פארציילט אונז די תוה"ק די מעשה מיטן מלאך ווי די פסוק זאגט וַיִּוָּתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ עַד עֲלוֹת הַשָּׁחַר וכו' יעקב איז געבליבן אליין און א מענטש (מלאך) האט זיך געשלאגן מיט אים ביזן עלות השחר, ווען דער מלאך האט געזעהן אז ער קען אים נישט געווינען האט ער אים געגעבן א זעץ בכף-ירכו אבער יעקב אבינו האט נישט אויף געגעבן נאר מיטן פארריקטן דיכט האט ער זיך ווייטער געשלאגן, ביז דער מלאך האט זיך געבעטן שיק מיר אוועק ווייל דער פרי מארגן איז שוין אנגעקומען, האט יעקב אבינו געזאגט איך וועל דיר נישט לאזן גיין ביז די וועסט מיר בענטשן, פרעגט אים דער מלאך וואס איז דיין נאמען? זאגט ער יעקב, זאגט דער מלאך די וועסט מער נישט גערופן ווערן יעקב נאר ישראל וכו'.
וואס מיר דארפן פארשטיין איז א) פארוואס עפעס קומט דער מלאך זיך שלאגן דוקא ווען יעקב איז אליין? ב) וואס שלאגט דער מלאך, וואס איז זיין ציעל? ג) פארוואס ווען דער עלות השחר האט אויף געשיינט געבט דער מלאך אויף און וויל אוועק גיין? ד) יעקב אבינו בעט אים א ברכה און אנשטאטס אנוואונטשן פרעגט אים דער מלאך זיין נאמען? און ענדליך ווען ער וואונטשט שוין יא זאגט ער אים די וועסט מער נישט גערופן ווערן יעקב נאר ישראל, וואס פאר א ברכה איז דאס? און אזוי פרעגן זיך פילע שאלות וואס לאזט אונז איבער פארוואונדערט וואס האט דארט פאסירט און וואס פארציילט אונז די תוה"ק, לאמיר אין איר אריין קוקן מיט א טיפערן בליק און בסייעתא דשמיא זוכה זיין איר צו פארשטיין און ארויסנעמען די ריכטיגע מוסר השכל פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

מייקעל א העכסט געלונגענע סאלדאט איז נארוואס אויפגעשטאנען פון זיין טעגליכן שלאף, איידער ער לאזט זיך ארויס אויף זיין טעגליכן נאכט-פאטראל וואס האלט אָן פון ווען עס ווערט נאכט ביז ווען דער טאג שיינט אויף, וואס דאס איז די צייט וואס די פארברעכער נוצן אויס די נאכט טונקעלקייט און טוען אריין שווערצן זייער אומלעגאלע מאטריאל... שוין באלד אכט חדשים וואס ער געפינט זיך דא ביים גרעניץ און טוט זיין ארבעט מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, אזוי ווי איעדע נאכט טוט ער מיט זיינע חבירים אנלאדענען זייער דזשיפ מיט אלע סארט כלים וואס עס פעלט זיך אויס צו זיין גרייט אויף איעדע מין פאל וואס זאל זיך נאר נישט מאכן און אזוי לאזן זיי זיך ארויס אונטערוועגנס.

ס'איז שטיל און רואיג, א נאכט ווי איעדע נאכט, מייקעל באמערקט נישט גארנישט ספעציעל וואס זאל ציען זיין פארדאכט, אבער פלוצלינג דרייט זיך מייקעל ארום און באמערקט אז דער דזשיפ איז ליידיג... זיינע חבירים זענען נישט צום געפינען ער קוקט אהער און אהין אבער כאפט גלייך אז ער איז איינער אליין, קיינער איז נישט דא, וואוסענדיג אז א סאלדאט ווערט נישט פארלאזט פון זיינע קאלעגן כאפט ער גלייך אז ס'טויג נישט, ער געבט א שטעל אפ דעם טרעקל שפרינגט אראפ און פאנגט אָן זיכן שיץ, ער זוכט א פלאץ זיך אויסצובאהאלטן ביז ער וועט קענען אביסל בעסער אנאלעזירן די סיטואציע, אבער ס'העלפט אים נישט נאר אזוי ווי ער גייט אראפ ווערט ער פלוצלינג איבער געפאלן דורך א חברה ער ווייסט נישט ווער זיי זענען, וואס זיי ווילן און וואס זייער ציעל איז, אבער איין זאך ווייסט ער אז זיי שלאגן אים ביטערליכע קלעפ.

זייענדיג אבער א געלערנטע סאלדאט שטייט ער נישט מיט צוזאם געלייגטע הענט נאר פאנגט גלייך אָן ארויס צו געבן זיינע אינערליכע כוחות און די חברה פאנגן אָן צוריק כאפן איינס נאכן צווייטן... אבער פארשטייט זיך אז זיי לאזן זיך נישט אזוי שנעל, נאר זיי נעמען זיך צוריק שלאגן און אזוי גייט עס א גאנצע נאכט ביז עס פאנגט אָן ווערן לעכטיג און ווי פארשטענדליך איז נישט אזוי באטעמט פאר די חברה צו שטיין אין מיטן העלן טאג און שלאגן א סאלדאט, שטרעגן זיי זיך אָן און געבן מיט אלע זייערע כוחות א זעץ אויף מייקלען און ס'האט געארבעט מייקל פאלט אראפ, ...אבער מייקעל איז א סאלדאט, 'א אמתדיגע סאלדאט' און מיט זיינע לעצטע כוחות אזוי הינקעדיגערהייט הייבט ער זיך אויף און נעמט זיך ווייטער צו קעמפן... ווען דער טאג איז ענדליך אנגעקומען און די זון שטראלן האבן אנגעהויבן צו שיינען ווערט מייקעל פארגליווערט, ער גלייבט נישט זיינע אויגן די אלע מיט וועם ער האט זיך ארום געשלאגן זענען גאר זיינע נאנטע חבירים און דער הויפט שלעגער איז גאר זיין געטרייע גענעראל אַמיר, אינגאנצן פארמאטערט און מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגט ער וואס גייט דא פאר וואס איז געשעהן? איך האב געמיינט אז איר זענט אויך געפאנגען און די וואס שלאגן זענען פון די אנדערע... דער גענעראל געבט אים א האק איבער און זאגט מזל טוב מייקעל פון היינט אָן ביסטו נישט סתם א סאלדאט די ווערסט געהעכערט צו זיין א קאמאנדיר!
דער גענעראל אמיר זאגט ווייטער מיט א ליבלעך טאָן: מייקעל זייט די ביסט אריין געקומען אין די ארמיי ביסטו גאר שטארק געשטיגן, איך האב כסדר אויף דיר ארויס געקוקט אז די זאלסט ווערן פון די גרעסטע גענעראלן אין די לאנד'ס ארמיי אבער איך פלעג איעדע שטיק צייט באמערקן אז כאטש דיינע געוואלטיגע כוחות און דיינע געלונגענע טאלאנטן האסטו נאך אין זיך עפעס וואס טוט דיר כסדר צומישן און טוט אין דיר אריין ברענגן אזעלכע ספיקות ווי ...אפשר וועט עס נישט געלונגען, אפשר וועל איך עס נישט אדורך מאכן, און אפשר נישט אויספירן, ...אפשר האב איך נישט גענוג געווער וכדומה, האב איך דיר געוואלט ווייזן וואסערע אינערליכע כוחות די פארמאגסט, ווי שטארק די ביסט, און ווי געלונגען די ביסט, און יעצט ווען די האסט אנערקענט דיינע אינערליכע כוחות וואס די פארמאגסט ביסטו גרייט צו גיין ווייטער אָן א אפהאלט...

יעקב אבינו האט טאקע באקומען די געוואלדיגע הבטחה פון השי"ת וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ אבער מיט דעם אלעם איז געווען אין אים מחשבות ווי קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת, אפשר וועלן מיינע זינד גורם זיין אז די ברכה זאל נישט חל זיין און איך וועל נישט מצליח זיין, ער האט זיך ארום געמוטשעט מיט ספיקות אפשר דארף מען זיין ראוי, אפשר דארף מען האבן זכותים וכדומה, האט השי"ת געשיקט דעם מלאך אין א מינוט וואס יעקב אבינו איז געווען גענצליך אליין, אומערווארטעט און ער טוט אים אטאקירן און פאנגט זיך אָן ארום שלאגן מיט יעקב, און טאקע אין דעם מצב פון וַיִּוָּתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ קומט ארויס יעקב'ס אינערליכע כוחות און יעקב פאנגט אָן קעמפן ווי א העלד, קעמפט און קעמפט אָן אויפהער, דער מלאך פרובירט מיט אלע כוחות אונטער צוהאקן יעקב אבינו, ער פרובירט איין מאל און נאכאמאל אבער יעקב לאזט זיך נישט... יעקב זעט איין וואסערע כוחות דער איד פארמאגט טיף אינעווייניג, נישט קיין חילוק וואס דער מצב איז צו ס'איז פארהאן זכותים צו נישט פארמאגט דער איד כוחות צו קעמפן מיט א מלאך פנים אל פנים.
אזוי קעמפט ער ביז עס ווערט טאג, דער צייט וואס די זון שטראלן שיינען אויף און א קלארקייט פאנגט אָן הערשן אויף די וועלט, אבער דער מלאך וואס ארבעט מיט אלע כוחות אריין צוברענגן א ספק אין יעקב אבינו, דער מלאך וואס וויל צוברעכן יעקב אבינו, שטרענגט זיך אָן און מיט זיינע לעצטע כוחות געבט ער אים א זעץ ער וויל אז יעקב אבינו זאל בלייבן אומקלאר אזוי הינקעדיג פאר אייביג, אבער יעקב אבינו לאזט זיך נישט, אפילו ער איז נישט אינגאנצן קלאר ווייסט ער שוין יעצט אז ער פארמאגט גאר הויעכע און שטארקע כוחות און ער קלאפט צוריק, ווען דער מלאך זעט אז יעקב לאזט זיך נישט, וויל ער אוועק גיין ווייל ער האט שוין פארענדיגט זיין שליחות, יעקב אבינו זעהנדיג אז עס האנדעלט זיך פון א מלאך ה' וואס איז געקומען מיטן ציעל אים צו ווייזן און לערנען אז דער מענטש דארף נישט האבן קיין זכותים דער מענטש דארף נישט זיין ראוי, נאר דער מענטש דארף קעמפן העלדיש מיט אמונה און בטחון זאגט אים יעקב איך וועל דיר נישט אוועקלאזן ביז די וועסט מיר געבן א ברכה, פרעגט אים דער מלאך וואס איז דיין נאמען? און ווען יעקב אבינו ענטפערט יעקב, זאגט אים די מלאך דיין נאמען איז "ישראל" לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל דיין נאמען וועט מער נישט זיין יעקב נאר ישראל, ווייל יעצט ווייסטו שוין די טיפקייט פון א איד דער אפטייטש פון די ווארט ישראל וואס דאס איז די געוואלדיגע כוחות וואס די האסט, און דאס אליינס איז דיין ברכה, דאס אליין איז די גרעסטע ברכה, און ווילאנג די ווייסט דאס וועסטו בייקומען דעם עשו עד סוף כל הדורות, די קעמף נאר ווי א העלד, ווייס אז די ביסט א "ישראל" וואס פארמאגט אויסטערלישע אינערליכע כוחות, קעמף נאר נאך אביסל ביז די זון שטראלן וועלן אויף שיינען און דעמאלטס וועט שוין אלעס קלאר ווערן.

שפאצירט זיך א יונגערמאן, צו א בחור אין די גאס, זיין קאפ ווירבלט מיט אלע מיני קטנתי געדאנקן ..ווער זאגט אז איך בין ראוי ..וויאזוי וועל איך קענען מצליח זיין, וואס טויג איך דען, וויפיל איך פרוביר פאל איך דורך, ס'גייט נישט, ס'פארט נישט, און דערווייל לויפן די טעג און די יארן, וואס וועט זיין??? קומט אונז די תוה"ק פארציילן און מחזק זיין, די תוה"ק ווייזט אונז אז איעדער איד האט אין זיך גאר שטארקע כוחות און ענערגיע צו קענען בייקומען אלע שטיינער אין וועג, ס'פעלט נאר אויס אז דער איד זאל וויסן אז יא! איך קען, איך בין א אייניקל פון די אבות אברהם יצחק יעקב און איך האב כוחות צו ריקן א וועלט, איי איך זעה עס נישט, איי זאכן ריקן זיך נישט פאראויס, דאס איז מסתמא ווייל דער איד כאפט נישט אז ער איז פון נאטור אויס א קעמפער, ער פארגעסט אז דאס פינטעלע איד וואס ליגט אין אים איז שטערקער פון אלע כוחות אין די וועלט, מלאכים און שרפים ציטערן פון אים, און נישט נאר דארף דער איד וויסן אז ער האט די כוחות נאר ער טאר אויך נישט זיין מסופק דערין, ער דארף גלייבן אין זיך, ער דארף זיך אליינס קלאפן אין די פלייצע און זאגן יא טייערע איד איך קען אבער נאך ווי, ער דארף זיין שטאלץ און מיט א קלארקייט וויסן אז ער קען געוואונען סיי וועלכע מלחמה עס קומט זיין וועג, נאר נישט מורא האבן, אוודאי דארף מען נוצן שכל, תפלה און סייעתא דשמיא, אבער אין פאטענציעל שלאפט דארטן א גבור עצום, א איד דארף האלטן שטענדיג פאר די אויגן ישראל אני! איך בין א איד אין איך האב אלע כלים צו גיין פאראויס מיט א זיכערקייט... ובשם ה' נעשה ונצליח!

לסיכום געדענק:

מעק אויס די אלע ספיקות און מחשבות גלייב אין זיך געדענק ווער די ביסט.

ישראל אני! איך בין א אידיש קינד וואס פארמאגט אין זיך העלדישע כוחות.

די כאפסט איין זעץ נאכן צווייטן, געדענק דער געווינער איז דער וואס געבט די לעצטע.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

פרשת משפטים

שליחה דורך לעמיל »

מיט א טיפערן בליק פרשת משפטים דרך ארץ קדמה לתורה

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

דערנאך וואס מיר האבן איבערגעלעבט דעם היסטארישן מעמד הר סיני, ווי מיר זענען געשטאנען פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד, ווען השי"ת האט זיך בכבודו ובעצמו צו אונז באוויזן און אונז איבערגעגעבן זיין טייערן אוצר די תוה"ק, ווי מיר האבן געהערט די עשרת הדברות, אלע צוזאמען האבן געזעהן מיט א קלארקייט אז ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו ווי די פסוק פארציילט אונז באריכות אלע דעטאלן, יעצט שטייענדיג נאך דער גרויסע מעמד דרייען זיך די אידישע קינדער ארום צוקאכט גרייט צו טוען דער רצון ה' מקיים צו זיין אונזער הבטחה פון נעשה ונשמע, די הרגשה פון זיין נאנט צו השי"ת, דער וַיֵּרֶד ה' עַל הַר סִינַי דער הייליגער און געשמאקע טעם לאזט אונז איבער בענקן פאר נאך, צום ערשטן מאל האבן מיר זוכה געווען צו שפירן דער השראת השכינה צווישן אונז, ווי פארשטענדליך קומט איעדן אויפן געדאנק אז ס'איז צייט צו בויען עפעס אזא סארט פלאץ ווי א משכן, ווי מיר זאלן זיך קענען מיחד זיין מיט השי"ת כסדר, און דער סברא זאגט אז ביים ערשטן שיעור פון אונזער הייליגע רבי משה וועט ער אונז לערנען דעם פרשת תרומה דער גאנצע קאפיטל פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אבער דערווייל ניין אונזער רבי לערענט אונז גאר פרשת משפטים די דינים פון עבדים, רוצח-ערי מקלט, מזיקים, גנבים, ד' שומרים און פיל נאך, וואס דאס לאזט אונז איבער אביסל פארטראכט מיט די פראגע פארוואס עפעס דווקא די הלכות מער פון אלע אנדערע אין די תורה?

ווי נאר מיר מאכן אויף דעם חומש אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט די פסוק אָן: וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם, כִּי תִקְנֶה עֶבֶד עִבְרִי וכו' צום אלעם ערשט פרעגט זיך וואס פאר א שייכות האט די פרשה דא גלייך נאך קבלת התורה? נאך פרעגט זיך סוף פרשה געפינען מיר די אלע הכנות צו קבלת התורה און דערנאך דער ענין ווי משה רבינו איז ארויף געגאנגען מקבל זיין די לוחות וכו' וואס מיר דארפן פארשטיין פארוואס ווערט נישט דערמאנט די צוגרייטונגען צו קבלת התורה און דאס נעמען די לוחות אין פרשת יתרו נאר ערשט ביי די ענדע פון פרשת משפטים נאך אלע פארשידענע הלכות, פארוואס איז עס אפגעטיילט?

ווי באקאנט איז אונזער סדרה די יסוד פון סדר נזיקין וואס נעמט אריין אין זיך באקאנטע ריזן מסכתות ווי בבא קמא, בבא מציעא, בבא בתרא, סנהדרין וכו' וואס דאס אלעס זענען די דינים בין אדם לחברו, די גמרא אין מסכת בבא קמא (דף ל.) ברענגט אויף דעם א מימרא פון די הייליגע אמורא רב יהודה: "האי מאן דבעי למהוי חסידא לקיים מילי דנזיקין" - רב יהודה לערנט אונז אז אויב וויל דער מענטש זיין א חסיד זאל ער ערפילן און לעבן הלכות נזיקין, וואס מיר זעהן פון דעם איז אז הלכות נזיקין איז נישט סתם הלכות כדי מענטשן זאלן זיך אויפפירן מיט רעספעקט און אכטונג צו א צווייטן, נאר עפעס רעדט מען דא אסאך טיפער, מ'רעדט פון חסידות, לאמיר פארשטיין וואס האט מקיים זיין נזיקין צוטוען מיט חסידות? מיר ווייסן נאך אפשר גאר פארקערט אז 'חסידות' מיינט צו טוען זאכן לפנים משורת הדין מער ווי דער דין פאדערט, דאס הייסט ווען א איד גייט ווייטער און טוט מער, ווען זיין עבודת ה' פארשטערקערט זיך, נו אויב אזוי וואס איז שוין אויב איך היט גוט מיין קיה אדער אקס, אדער לאמיר זאגן אז איך גראב נישט קיין גרוב ברשות הרבים, ווער איך שוין דערפאר א גאנצער חסיד א צדיק און א עובד ה'?

הלל קומט אהיים פונעם דרשה און ס'שטורעמט אים אין הארצן, למה??!! פארוואס ער פארברענט זיין לעבן, נאכדעם וואס ער האט גוט אויסגעהערט דעם בעל דרשן און פארשטאנען די זיסקייט פון א לעבן זייענדיג א עובד ה', ווי מען איז באהאפטן צום בורא כל עולמים אויף טריט און שריט, "הלל הלל איך ווייס אז די ביזט נישט עפעס אזא תלמיד חכם אדער אפשר גאר פארקערט" זאגט ער זיך, אבער גענוג איז גענוג פון מארגן צופרי אנגעפאנגען איז דא א נייער הלל, קיינער וועט אים נישט דערקענען, דער נייער הלל איז פון יעצט און ווייטער א עובד, א פלאם פייער, און קורצן גאטס-א-מענטש.

מודה אני.... 5:30 צוקלינגט זיך דער וועקער זייגער אויפן העכסטן, זאלן מיינע קינדער זעהן אביסל מסירת נפש ווי דער טאטע שטייט אויף אזוי פרי פאר עבודת השם– טראכט זיך אונזער הלל, ער כאפט דעם טעפל און גיסט זיך אפ מיט א ברייטע האנט, אזש ס'גיסט זיך אויף אלע זייטן, שוין זי וועט שוין אויפווישן... מ'דארף דאך לויפן דינען דעם בורא, ער כאפט א בליק אויפן זייגער און ער באמערקט אז ...אפפפסס דער מנין ותיקין שטעלט זיך אין 10 מינוט און דא דארף ער נאך לויפן אין מקוה וואס טוט מען, נא טראכט ער גלייך ס'איז דאך א ענין וואס פארלאנגט מסירות נפש איז געגאנגען ער נעמט זיך לויפן, אבער ווי נאר ער קומט אן צום מקוה כאפט ער זיך אז ער האט איבערגעלאזט זיין האנטוך אינדערהיים ..רבש"ע מאין יבא עזרי איך דארף דאך גיין אין מקוה דער זייגער ריקט זיך, וואס טוט מען דא, בחסדי ה' זעט ער אינעם ווינקל הענגט א האנטעך, ער לויפט גלייך אהין און געבט עס א כאפ אבער ווי נאר ער הייבט עס אויף זעט ער א לעבל מיט א קלארע נאמען משפחת גאלדמאן 718-658-658... איך בין זיכער אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם אז איך ניץ עס, ווי נישט איז עס נאר איין מאל פאר א מצוה, חוץ דעם ביז גאלדמאן קומט אָן וועט עס שוין זיין טריקן ער קומט דאך אלץ שפעט, ער געבט א כאפ און געלאפן אין מקוה אריין, ביים טיר כאפט ער זיך אז ער האט נישט קיין געלט פארן מקוה, שוין ס'איז דאך א קהלה זאך וועם שטערט דען אז א איד וועט זיך א טובל טאן פארן אויבערשטנס וועגן.

אויפן וועג ארויס פון מקוה זעט ער זיין חבר שמעלקא, גיט מארגן הלל אייביג האסטו מזל אפשר קען איך ניצן דיין האנטעך? .... הלל טראכט נישט קיין צוויי אוודאי פארוואס נישט, ס'איז נישט מיינס נעם עס שמעלקא, אזוי לויפט ער ארויף כאפן דעם מנין ותיקין, א שחרית אן א קאווע גייט דאך נישט, שפרינגט ער אריין אין קאווע ציממער, מאכט זיך א גלעזל קאווע ס'גיסט זיך פון אלע זייטן נו ס'איז נישט געפערליך דער שמש וועט שוין ווישן, א שטיקל חסידות קען מען אויך נישט מוותר זיין לויפט ער צו צום שאפע און נעמט ארויס א הויפען ספרים, בשעת'ן דאווענען קען מען דאך כאפן א בליק.

אזוי לויפט ער צום ותיקין שטיבעל מאכט אויף דעם טיר ווען אונטער אים קומט ר' זלמן צושפאצירן מיט זיין טעגליכן רואיגן שמייכל, אבער הלל האט נישט קיין רגע צו האלטן די טיר ווייל דער מנין האלט שוין ביי ברוך שאמר וכך הוה דער טיר האט זיך מיט א שטארקייט פארקלאפט אויף ר' זלמן... וואס טוט מען נישט פאר א שחרית?! ער שפרינגט אריין אין שטיבל נעמט ארויס דעם טלית און פאנגט אָן מאכן א עטיפת טלית אז ס'איז עפעס מורעדיג אלע זיינע שכינים שפירן דעם עטיפה... ווי נאר דער בעל תפילה פאנגט אן הויעך שמונה עשרה פאנגט זיך אָן א גאנצע געשעפט ..נו חזרת הש"ץ, וגוערין בו!! יאגסט זיך לאז מיך צו, אויפמאכן דעם פענסטער איז א איסור גמור ס'שטערט די כוונת התפילה וכו', שחרית האט זיך שוין געענדיגט ער לייגט צוזאם די טלית ותפילין די הויפען ספרים האט ער שוין פון לאנג פארגעסן, ס'איז דאך דא א פאקער פאר א סיבה! ער שפירט גאר נאנט צום טאטן אין הימל אה רבש"ע הלואי זאל אזוי אויסזעהן איעדן צופרי א מקוה, א קאווע, א שחרית ותיקין ס'איז מורע'דיג! אזוי פאנגט מען אָן דעם טאג!

מ'פארט אין די ארבעט אריין – אויפן וועג געבט ער זיך א שטעל אפ דאובל פארק פארענט פינעם גראסערי סטאר מען מיז דאך כאפן עפעס צו צובייסן, שטייענדיג ביים קעשיער פרעגט ער הויעך אויפן קול זאג נאר וועמענס הכשר האט עס? ... ווער דער..? אויכמער א בעל מכשיר ווי קען א איד אריין נעמען אין מויל עפעס מיט זיין הכשר?! ווי ער קומט ארויס אינדרויסן זעהט ער א טומל גייט פאר אונטער זיין קאר, אלע קארס פייפן און די חדר באס קען בכלל נישט אדורך פארן "אנטשולדיגט געב א מינוט רואיג וואס די פרעשור, ווילאנג בין איך שוין געווען אין גראסערי, איך זאג דיר דע נערוועזע ניו יארקערס, זיי קענען נישט אויסהאלטן א מינוט, גיי פארשטיי זיי"?! ער זעצט זיך אריין אין זיין טרעקל און פארט צו צום אפיס און ווי איעדן טאג איז נישט דא קיין פלאץ צו פארקן די קאר, נא איך האב דאך א הענדי-קעפ פלעיט ער געבט זיך א שטעל אריין אין א ספאט וואס איז מיוחד פאר מענטשן מיט ספעציעלע געברויכן, למעשה איז עס דאך א אמת וויפיל מאל טראג איך די באבע צום טעראפיסט, און אזוי ווייטער גייט דער טאג פול מיט דביקות בה'.

ס'ליינט זיך מיט א שמייכל און דער מח זאגט ווי פארשטענדליך מיינט מען נישט מיר איך בין אינגאנצן נישט דאס, איך בין א קארעקטער מסודר'דיגע ארענטליכע מענטש, טייערע חבירים לאמיר זיין אמת'דיג און זיך אביסל באטראכטן צו איז נישט דא כאטש אביסל וואס שפיגלט אפ אונזער לעבן, לייגן מיר נישט פון צייט צו צייט אונזער בין אדם למקום, עבודת ה' פאר דעם בין אדם לחברו פאר עבודת המידות, און אויב שפירסטו אז יא איך לייג מיין עבודת המידות פאר אלעם און איך בין בכלל נישט פון די טיפ מענטשען פון וואס מיר שמועסן, דעמאלטס פרעג איך דיר א פראגע ווען די גייסט אריין אין בית המדרש מאכסטו זיכער צו האלטן די טיר פאר דעם איד וואס קומט אונטער דיר? ווען די ביסט שוין אין בית המדרש און דער עלטערע איד קומט אריין וועסטו זיך אויפשטעלן און אים געבן א סידור, אים מכבד זיין מיט א פלאץ? ווען די זעסט א פאפירל אויף דער ערד און ס'דאכט זיך דיר אז ס'איז שמות און די הייבסט עס אויף, וואס טוסטו נאכן באמערקן אז ס'איז נישט קיין שמות, גייט עס אין מיסט-קאסטן אדער וועט עס פלוצלינג צוריק אראפ פאלן? ווען א צווייטער דרייווער האט זיך אריינגעריקט פאר דיר וועסטו אים לאזן ווייטער פארן אדער אראפדריקן דעם פייפער אז יענער זאל האבן צום געדענקן? און אזוי ווייטער, ברידער ס'איז צייט צו זיין אמת'דיג.

אז מיר וועלן באטראכטן די אלע געזעצן וואס זענען פארהאן איבער די וועלט קען זיך דאכטן פארן מענטש אז עס איז נישט קיין סאך אנדערש ווי די דינים וואס די תורה שטעלט אונז פאר אין פרשת משפטים, ווי למשל מען טאר נישט מזיק זיין א צווייטן, מען טאר נישט גנבענען, מען טאר נישט הרגענען וכדומה, אבער אז מען קוקט אביסל טיפער שטעלט זיך ארויס גאנץ א צווייטע בילד, די אלע געזעצן וואס זענען פארהאן אויף די וועלט זענען געמאכט געווארן פאר איין סיבה אז די וועלט זאל קענען אנגיין ס'זאל זיין ארדענונג, אז דער גרויסע בילד זאל נישט צושטערט ווערן וזה הוא, ס'איז בכלל נישט געמאכט געווארן אז דער יחיד דער מענטש זאל זיך לערנען און פארשטיין ווי אזוי מען פירט זיך וכדומה, אנדערש זענען די משפטי התורה וואס איז געשטעלט געווארן מחנך צו זיין איעדן יחיד איעדן מענטש צו ווערן בעסער, מער אפגעהיטן, ערליכער, מיט געפיל און מחשבה פאר א צווייטן, ס'איז געשטעלט געווארן ארויס צוברענגן פון דעם מענטש דאס בעסטע וואס ער קען זיין, זיינע שיינע הערליכע מידות טובות, ס'איז א דרך החינוך, א לעבנס-שטייגער פון גוטסקייט און געטריישאפט פון איינעם פארן צווייטן, זיך אריינצולייגן אין יענעמ'ס שיך און טראכטן וויאזוי וואלט איך געפילט אין זיין פאזיציע? וויאזוי וואלט איך געוואלט יענער זאל זיך באגיין מיט מיר אין אזא פאל? אזוי מער און מער טראכטן און נעמען יענעם און באטראכט, ביז דער איד קומט אן צו די מדריגה פון א חסיד שלך שלך ושלי שלך, דיינס איז דיינס און מיינס איז אויך דיינס.

לאמיר זיך אביסל ארומקוקן אין די פילע מצוות פון די סדרה ארויסצולערנען אביסל מדות טובות:

עבד עברי – א איד האט גע'גנב'ט, ביי די אומות העולם וואלט מען אים געלייגט אין א ציממער און אים געמאכט קוקן אויף די פיר ווענט פאר עטליכע לאנגע יאר... די תוה"ק זאגט אונז ניין, מיר זאלן אים פארקויפן פאר א קנעכט כדי ער זאל ווערן מחונך צו א ערליך אידיש לעבן, כידוע ווער קען קויפן א קנעכט, נאר דער פארמעגליכער איד, און דארט דארף מען זיך מיט אים פירן מיט די גרעסטע מאס כבוד און דרך ארץ, ווי חז"ל לערנען אונז: מי שקנה עבד לעצמו קנה אדון "דער וואס קויפט א קנעכט קויפט א הער" למשל ווען דער בעל הבית האט נאר איין גלעזל וויין דארף ער עס געבן פארן עבד, ער טאר אים נישט מאכן שווער ארבעטן, דער גאנצער תכלית איז א מדת צדקה פונעם עושר צו העלפן א ברודער אין נויט, אים צו ווייזן ווי שיין און זיס עס איז צו פירן א ערליך אפגעהיטענע לעבן ווי שיין ס'איז צו זיין גוט צו א צווייטן וכו', דאס וועט אים מחנך זיין אפצולאזן פון גניבה וגזילה און אים צוריק פירן צום ריכטיגן וועג.

שאר-כסות-ועונה – א איד איז מחוייב צוצושטעלן אלע געברויכן פאר זיין ווייב, וויבאלד ער איז דער וואס גייט ארויס אויף די גאס צו ארבעטן, דארף ער זיין איר באזארגער און קען נישט זאגן אז זי וועט זיך שוין ווי נישט מסדר זיין, ניין עס איז זיין כבוד און פארגעניגען איר צו העלפן מיט אלעם אין די וועלט.

עיר מקלט – א איד איז נעבעך ביטער דורכגעפאלן און בשוגג געהרגעט א צווייטן איד, די קרובים פונעם הרוג זענען מלא כעס אויפן רוצח, זיי ווילן נקמה נעמען פאר די פארגאסענע בלוט, זאגט הקב"ה פאר כלל ישראל אז זיי זאלן צושטעלן ספעציעלע שטעט ווי דער רוצח קען אנטלויפן און זיך ראטעווען, ווי אויך איז עס די כהנים'ס עבודה צו ברענגן דעם איד צו א דרך התשובה ווילאנג ער וויילט דארטן.

מכה/מקלל אביו ואמו – די תוה"ק איז גאר שטארק מקפיד ווען עס קומט צו טאטע מאמע ווי מיר געפינען אויף דעם ענין צוויי מצות עשה א) כיבוד אב ואם, ב) איש אמו ואביו תיראו, און צוויי מצות לא תעשה א) ומכה אביו ואמו מות יומת, ב) ומקלל אביו ואמו מות יומת. ביי די אומות העולם ווען א קינד שעלט זיין טאטע 'וואס איז שוין אזוי געפערליך אביסל פרידאם אוו ספיטש', אבער די תוה"ק איז נישט סתם א מהלך פון האלטן ארדענונג אין שטאט, די תוה"ק איז אונז מחנך און לערענט אונז אז וואס ס'זאל נאר זיין זענען אונזערע עלטערן די וואס האבן אונז געברענט אויף די וועלט, און בלויז פאר דעם אליין זענען מיר זיי שולדיג די גרעסטע מאס דרך ארץ און הכרת הטוב, וואס דאס איז איינע פון די יסודות פון אידישקייט.

נזקי אדם, עין תחת עין, נזקי בהמה, נזקי בור והמבעה – דא לערענט אונז די תורה ווי ווייט א איד דארף אכט געבן מיט אלע זיבן אויגן צו נעמען אין באטראכט איעדע מעשה וואס ער אדער זיין בהמה גייט טוען, וואס גייט פון דעם ארויסקומען, צו קען זיין אז איינער גייט ח"ו געשעדיגט ווערן, ס'איז נישט פארהאן אזא זאך כ'האב נישט געוואוסט, ס'איז מיר בכלל נישט איינגעפאלען וכדומה, אדם מועד לעולם, אז דיינע הענט אדער דיינע פארמעגנס האט צוגעברענגט א שאדן פאר א צווייטן, נעמסטו די פולע אחריות, יא די דארפסט זיין סענסיטיוו און שטענדיג טראכטן ווי די גייסט קומטסט אדער שטייסט.

גניבה, תשלומי ד' וה' וד' שומרים – מיט א אויסטערלישע פונקטליכקייט לערענט אונז די תוה"ק איבער זיין אפגעהיטען מיט יענעם'ס א זאך, יענעם'ס א חפץ, גאנצעטע סוגיות ווערן געלערנט אויף דער ענין וואס דאס מיינט יענעם'ס א פרוטה, און חלילה אויב האבן מיר יא מזיק געווען ווי אזוי מען צאלט צוריק מיט די גרעסטע מאס פונקטליכקייט ווייל וואס געהערט פאר ראובן איז ראובן'ס און שמעון איז שמעון'ס און אזוי ווייטער.

גר – יתום ואלמנה – מען דארף זיין אפגעהיטען מיטן גר, און געדענקען אז אין מצרים זענען מיר אויך געווען גרים, און אזוי אויך ווארענט אונז די תוה"ק ספעציעל שארף ווען עס קומט צו דער אלמנה און יתום אז מען טאר זיי חלילה נישט טשעפענען אדער פייניגן, די תוה"ק לערנט אונז צו זיין ספעציעל פארזיכטיג ווען עס קומט צו די געקלאפטע און צובראכענע, און השי"ת זאגט אז זיין געשריי וועט געהערט ווערן.

הלואה-משכון – אוודאי ביסטו גאר א פיינער מענטש דו האסט געבארגט פאר לוי 5,000 דאללאר, דיין חסד איז געוואלדיג, אבער ווען דו נעמסט זיין דאכענע פאר א משכון זאלסטו געדענקען א יעדע נאכט ווען די זון גייט אונטער עס צוריקצוגעבן, דיין הארץ קען זיך נישט אפשטעלן מיט איין טובה, דו דארפסט העלפן יענעם אויפן גאנצן וועג ביז ער שטעלט זיך אויף די אייגענע פיס.

עזב תעזוב – א מצוה פון העלפן א צווייטן, וואס איך בין עפעס יענעם'ס משרת?! יא, אין א תורה'דיגע לעבנסשטייגער זענען מיר אלע ברידער און ערבים איינער פארן צווייטן און ווען יענער דארף הילף איז פארהאן א מצוה אים צו העלפן, דאס איז דער רצון ה'. ווי אויך לערנען מיר ארויס פון דא די מצוה פון צער בעלי חיים דאורייתא אז מען טאר ח"ו נישט ברענגן קיין איבריגע צער פאר א בעל חי, און אויב גייסטו אויפן גאס און זעהסט א בעל חי וואס איז אין צער דארפסטו עס העלפן מיט וואס נאר מעגליך.

דיני משפט-רוב, שוחד – דער חיוב ליגט אויף בית דין אויסצוהערן אלע זייטן מיט א אויסטערלישע קלארקייט, צו זוכן יענעמ'ס זכות, אלע זענען אייניג פארן בית דין, ארעם-רייך, שטארק-שוואך, נאר דער יושר און גערעכטיגקייט הערשט אין א תורה'דיגע קאורט, וואס רוב דיינים זעהן איין אלץ דער אמת דאס ווערט אנגענומען, שוחד שמירן און פאלשקייט פארנעמט דארט בכלל נישט קיין ארט.

אזוי זעהען מיר נאך און נאך פארשידענע מצות אין די פרשה משפטים וואס דאס אלץ קומט אונז לערנען וויאזוי א איד דארף זיך באגיין מיט די וועלט ארום אונז.

טייערע חברים! דאס אלעס איז נאר א טיפה מן הים ארויסצוברענגען די נקודה אז די תוה"ק איז נישט סתם א וועג ווי אזוי מען האלט ארדענונג אויך איז עס נישט סתם עפעס א סיסטעם פון האלטן זאכן אונטער קאנטראל, די תוה"ק לערענט אונז א מהלך החיים, א לעבנסשטייגער, ס'איז דער וועג ווייזער פאר אונז און פאר אונזערע דורות ווי אזוי דער מענטש פירט זיך, ווי אזוי דער מענטש ווערט בעסער, שענער, ערליכער און מער אפגעהיטן.

דערפאר האט די תורה אריינגעשטעלט די הלכות פון נזיקין אינמיטן די סיפור פון קבלת התורה, און פריער ווי אלע אנדערע מצות צו ווייזן טאקע דעם ענין פון דרך ארץ קדמה לתורה, אז ווילאנג א מענטש לעבט נישט כסדר מיטן טראכטן וויאזוי גייען מיינע מעשים עפעקטירן מיין שכן, חבר, משפחה אדער גוי צו אפילו חיה, ווילאנג דער איד איז נישט אויסגעארבעט און דעם ענין איז ער זייער ווייט פון זיין א ממלכת כהנים וגוי קדוש, אזוי ווי חז"ל זאגן אונז ולא עם הארץ חסיד אז איינער וואס איז נישט אויסגעארבעט און די "ארץ"דיגע (עם הארץ) זאכן פון דרך ארץ קען ער קיין חסיד נישט זיין, מען קען נישט זיין א העכערע איד ווילאנג מען האט נאכנישט געמאכט פלאץ אין הארץ פאר אנדערע, דאס זאגט רבי יהודה "האי מאן דבעי למהוי חסידא" ווילסט שטייגן ווילסט ווערן א פלאם-פייערדיגער עובד ה' א חסיד, לערן דיך קודם אויס "לקיים מילי דנזיקין" וויאזוי מען לעבט צווישן מענטשן ווייל אן דעם גייט עס נישט.

דערמיט פארשטייען מיר פארוואס די פרשה קומט פאר פרשת תרומה ווייל איידער מיר קענען זוכה זיין צו השראת השכינה, איידער מיר זענען זוכה אז השי"ת קומט וואוינען צווישן אונז, פאר דער מענטש קען בכלל טראכטן פון זיין אדער ווערן א חסיד פארלאנגט זיך לקיים מילי דנזיקין, וואס דאס מיינט אפגעהיטנקייט מיט אלעס וואס געהערט צו מיין חבר אדער צו א צווייטן, לעבן מיט די פארשטאנד אז עס איז פארהאן נאך איינער און איך דארף כסדר טראכטן אויף א יעדע קלייניגקייט ווי אזוי וועט מיין פעולה עפעקטירן מיין חבר, וועט עס אים העלפן אדער גאר שאדן מאכן, וועט ער נהנה זיין דערפון אדער וועל איך אים וויי-טוען, וועל איך אים פרייליך מאכן אדער אים באדערן און שטערן, דאס איז דער ענין פון "דרך ארץ קדמה לתורה" דאס איז די אלף בית פון אידישקייט, די הקדמה פון זיין א עובד ה'.

אז מיר קוקן צוריק אין סדר בראשית געפינען מיר אז נאך פאר כלל ישראל האט בכלל געטראכט פון באקומען די תוה"ק ווען די אייציגסטע זאך וואס מיר האבן געהאט איז געווען אונזערע אבות אברהם יצחק ויעקב, זעהן מיר אט דעם זעלבן יסוד 'מדות טובות', אונזערע אבות הקדושים אלעס וואס זיי זענען געווען איז געווען מידות מידות און נאכמאל מידות, חסד גבורה תפארת און אזוי ווייטער, די תוה"ק פארציילט אונז מיט אלע דעטאלן ווי אונזער פאטער אברהם האט זיך מוסר נפש געווען מכבד צו זיין מיט כבוד און רעספעקט אפילו דריי אראבער וכו', וויאזוי ער האט מתפלל געווען און זיך מוסר נפש געווען פאר די שטאט סדום, ווייל מדות טובות איז אונזער יסוד היסודות און אן דעם יסוד בויעט זיך גארנישט, א איד איז מדות טובות, די תוה"ק איז מדות טובות.

יעצט ווען מיר שטייען נאך קבלת התורה ווען אין אונז איז דא א תשוקה צו ווערן גרויסע עובדי ה', מיר האבן א תשוקה אז השי"ת זאל קומען זיין צווישן אונז, זאגט אונז דער פסוק ואלה המשפטים, צום אלעם ערשט פארלאנגט זיך מדות טובות, א איד דארף לעבן א לעבן וואס ברענגט כבוד שמים פאר זיך, פאר זיין משפחה און פאר די וועלט, ונברכו בך כל משפחות האדמה, אלע פעלקער דארפן אויף אונז ארויף קוקן און זאגן געב א קוק א איד ווי ער פירט זיך, ווי אפגעהיטן און ריין און ערליך ער איז, ער פירט א לעבן וואס נעמט אלעמען אין באטראכט, א לעבעדיגע קידוש ה', און ערשט דערנאך ווען מיר פירן זיך ווי די תוה"ק לערנט אונז, ווערט דער איד א חסיד און איז גרייט פאר השראת השכינה, און דאס איז וואס רב יהודה לערנט אונז אז אויב וויל דער מענטש זיין א חסיד זאל ער ערפילן און לעבן הלכות נזיקין ווייל דאס ברענגט אים צו מדות טובות דער שליסל צו עבודת ה', אזוי אויך טרעפן מיר אין די משנה אבות (פרק ב' משנה י') חמשה תלמידים היו לרבי יוחנן בן זכאי... ר' יוסי הכהן חסיד, ר' יוסי איז געווען דער חסיד, נו לאמיר געבן א קוק וואס לערענט אונז ר' יוסי, זאגט די משנה "ר' יוסי אומר יהי ממון חברך חביב עליך כשלך", אז דיין חבר'ס געלט זאל זיין ביי דיר אזוי חשוב ווי דיין אייגן, לעבן מיטן געדאנק אז איך האב א חבר און ער איז פונקט אזוי חשוב ווי איך, זיין געלט איז פונקט אזוי וויכטיג ווי מיינס, ואהבת לרעך כמוך!

טייערע חברים, ס'איז צייט מיר זאלן זיך אויפוועקן פון אונזער שלאף און טוישן אונזער מהלך החיים, אנפאנגען צוריק ברענגן דער אידישע זהירות דאס אפגעהיטנקייט, געדענקן אז איך בין א קינד פון בורא עולם אלע קוקן ארויף אויף מיר, איך דארף מקדש זיין שם שמים, און א יעדע טריט וואס איך געב קען זיין א קידוש ה' אדער חלילה דאס פארקערטע, די וועג ווי אזוי איך פיר זיך אויף, די וועג ווי אזוי איך האנדל מיט אנדערע, דאס שפראך וואס איך ניץ, די ריינקייט פון מיינע קליידער און אלעס ארום, מיר דארפן זיך אליין פרעגן: איז מיין ווארט א ווארט? איז מיין אונטערשריפט עפעס ווערט? האלט איך איין וואס איך זאג? טו איך באצאלן הלוואות אדער גיי איך אריבער די גאס? איז מיין חבר'ס געלט אזוי טייער ביי מיר ווי מיין אייגענע? און דערנאך גייט עס צום נעקסטן שטאפל זיין סענסעטיוו צו א צווייטן, באגריסן, זאגן א גוט ווארט, האלטן דעם טיר, ס'ליגט א צווייג אין די לענג פונעם גאס ריקט מען עס אוועק - באלד קומט דאך א צווייטער, עזוב תעזוב העלפן א צווייטן און די ליסטע גייט ווייטער אן א שיעור... לאמיר ארויסברענגן אונזער בעסטע און שענסטע לאמיר ווייזן פאר אונזערע קינדער וואס דאס איז דרך ארץ און ווי אזוי א איד פירט זיך אויף, און ועל כולם ווייזן פאר זיך אליין וואס א איד איז, ווי חז"ל לערנען אונז אמר ר' פנחס בן יאיר: תורה מביאה לידי זהירות, און דערנאך קומט זריזות, נקיות, פרישות, טהרה, חסידות, ענוה, יראת חטא, קדושה און אזוי ווייטער, פון די תורה גייען מיר צו זהירות-אפגעהיטענקייט דערנאך קומען אלע אנדערע מדות, און ערשט נאך די אלע מידות טובות קומט דער מענטש צו פרישות טהרה חסידות יראת חטא וכו', מידות טובות איז די יסוד און דערנאך בויעט מען.

לסיכום געדענק:
• דרך ארץ – מדות טובות איז די יסוד פון אידישקייט.
• ווילסט שטייגן אין עבודת ה' זיי נזהר אין מילי דנזיקין.
• ווען דער מענטש שטייגט אין בין אדם לחברו קען ער ממשיך זיין צו בין אדם למקום.


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעזרת השם
tiferenblik@gmail.com
פארשפארט