דער היימישער עקאנאמיע ווערט געשאצט אויף אסטראנאמישע נומערן. איך שרייב נישט קיין פונקטליכע ציפערן, ווייל מיר טוען נישט נאכגיין די סייענטיפישער וועלט וואס האט דורכאויס די יארן אויסגעטראפן און פארבעסערט די מהלכים ווי אזוי אויסצורעכענען סטאטיסטישע נומערן, אבער דאך קען זיין אינטערעסאנט עס אויסצושמועסן.
דער אידישער טאג הייבט זיך אן מיט מודה אני אויף די לעפצן, דערנאך גייט מען אין ביהמ"ד אריין, און די ערשטע זאך איז דער קאווע וואס מען שטעלן אן. אמאל איז געווען אין די בתי מדרשים בלויז איין סארט ביליגער אומגעשמאקער קאווע וואס איז געווען זייער זיס פשוט ווייל מען האט נישט געוויסט פון בעסערס, אבער צייטן האבן זיך געביטן און מען קען היינט טרעפן אלעס סארט קאווע בונדלעך, אנגעהויבן פון "טעיסטערס טשויס" און פארשידענע פלעיווארד סארטן (פארשטייט זיך מיטן בעסטן הכשר...) ביז ריינע פרישע בונדלעך וואס ווערט צוקנאקט און אויסגעמישט פאר דיינע אויגן נאכן אריינשטעלן דאס געלט אינעם מאשין.
דאס איז דער ערשטער באגעגעניש מיט געלט און האנדלעריי, ווייל סיי וואס דאס איז אן אינקאם פארן ביהמ"ד אדער פריוואטער מענטש וואס נעמט דערפון קעיר, איז די נדרים ונדבות און לעילו נשמת'ן א וועלט פאר זיך. אין כמה בתי מדרשים ווערט קאלעקטירט "קאווע געלט" אום ראש חודש למען לא יחסר המזג, און ווער רעדט נאך ווען עס איז דא א שמחה, דאן מוז דער בעל שמחה מנדב זיין קאווע פארן ברייטן ציבור אז אויך זיי זאלן עפעס האבן פון דעם וואס ביי אים אין שטוב איז צוגעוואקסן א קינד.
ווען עס קומט די ימי שמחה סוכות, מוז יעדער וואס האט אן אושפיזא אריינלייגן דעם צוואנציגער אדער מער אז אויך זיין נאמען זאל פיגורירן צווישן די נעמען פון אלע נדבנים ווייל אנדערש איז עס ווי ער זאל זיך אפשאקלען פון זיין אייגענער נאמען חלילה, אבער לאמיר נישט פארקריכן אין סוכות אריין.
שפעטער שטעלט מען זיך דאווענען און מען קען שווער ארויסרעדן א ווארט אן וואס איינער זאל קלאפן מיט די מטבעות אדער שלעפן דעם טלית, און "נישט האבן" איז זייער א שוואכער וועג פון זיך ארויסדרייען פון געבן, אבער ישראל קדושים און מען פרובירט יעדן צופרידן צו שטעלן, ווער מיט א קוואדער און ווער מיט א דאלער אדער מער.
דערנאך זענען דא די אפיעלס וואס קומען כסדר פאר די וויכטיגע מוסדות'ער, ווער על טהרות הקודש, און ווער על טהרות די טעשער פון די עסקנים אבער אלע זענען וויכטיג ווייל עס קומט געווענליך צוריק צום היימישן ציבור.
האט איינער אמאל געמאכט דעם חשבון וויפיל מיליאנען עס דרייען זיך אריבער בלויז אין די בתי מדרשים אליינס?
וויפיל אידן זענען דארט אויפגעראכטן געווארן?
דערנאך זענען דא די מוסדות הק' וואו אונזערע קינדער לערנען און דארט הייבט זיך אן א פרישער געלט דרייעריי וואס איז ריזיג גרויס און פילע היימישע אנ"ש זענען זיך דערפון מפרנס און האבן צו געבן פאר זייערע יוצאי חלציו צו עסן אין מויל אריין.
איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל. עס איז דא פיל פיל מאריך צו זיין אבער מיין גלעזל געשמאקע הייסע קאווע האט זיך נארוואס פארענדיגט און צום ווידערזען ביים פרישן גלעזל.
אונזער היימישער עקאנאמיע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:16 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
אונזער היימישע עקאנאמיע איז איינער פון די בעסטע זאכן וואס איז גוט מיט אונזער סיסטעם. דאס אז אונז האבן זיך דערלערנט די פאך וויאזוי צו האלטן אונזער געלט צעווישן אונז, אז עס זאל זיך נאר דרייען ביי אונז אין דער אייגענע עקאנאמיע טוט אויף אז אלע געלט וואס איך מיט דיך ספענדן, וועט sooner or later צוריק קומען צו אונזער טאש.
געב א קוק מיט דיין אייגן משל. דו געבסט געלט צום גבאי פאר'ן קאווע, דער גבאי געבט עס פאר הצלחה גראסערי איינצוקויפן קאווע מיט צוקער, הצלחה קויפט מיט דעם געלט נייע בעט געוואנט ביי יו נעים איט, יו נעים איט קויפט מיט די פראפיט א שיינעם אנצוג ביי זינגער קלאדינג, זינדער איז שולדיג געלט פאר פראנקפורטער'ס און יעצט האט ער שוין געלט פון ווי צו באצאלן דעם חוב, פראנקפורטער שיקט א פאר טאלער פאר זיין זוהן אויף חנוכה געלט, זיין זוהן אינוועסט עס אין זיין מאגאזין 'דער עמי', זיין שותף חזקי קופטייל באקומט זיין חלק פון די רווחים און ער לייגט עס אריין אין זיין גראסערי 'גארמעי גלאט', האט ער צו צאלן פאר די קאווע סוחר, איז דער קאווע סוחר אין א גוטע מוד, געט ער א נדבה א פאר קעסטלעך קאווע פאר דיין בית מדרש, האסטו בחינם'דיגע קאווע פאר די נעקסטע פאר טעג.
געב א קוק מיט דיין אייגן משל. דו געבסט געלט צום גבאי פאר'ן קאווע, דער גבאי געבט עס פאר הצלחה גראסערי איינצוקויפן קאווע מיט צוקער, הצלחה קויפט מיט דעם געלט נייע בעט געוואנט ביי יו נעים איט, יו נעים איט קויפט מיט די פראפיט א שיינעם אנצוג ביי זינגער קלאדינג, זינדער איז שולדיג געלט פאר פראנקפורטער'ס און יעצט האט ער שוין געלט פון ווי צו באצאלן דעם חוב, פראנקפורטער שיקט א פאר טאלער פאר זיין זוהן אויף חנוכה געלט, זיין זוהן אינוועסט עס אין זיין מאגאזין 'דער עמי', זיין שותף חזקי קופטייל באקומט זיין חלק פון די רווחים און ער לייגט עס אריין אין זיין גראסערי 'גארמעי גלאט', האט ער צו צאלן פאר די קאווע סוחר, איז דער קאווע סוחר אין א גוטע מוד, געט ער א נדבה א פאר קעסטלעך קאווע פאר דיין בית מדרש, האסטו בחינם'דיגע קאווע פאר די נעקסטע פאר טעג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:16 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
נח בער האט געשריבן:EEE
שיין אראפגעלייגט דער משל מיטן זונה איבערגעזעצט אויף א היינטיגער כשר אידיש שפראכע...
נאך קיינמאל יענע מעשה נישט געהערט, אבער ס'איז א גוטס און ס'איז אמת ויציב.
אומז אידעלעך וואלטן זיך געדארפט אויסלערנען אז איבערצולאזן געלט full price ביי א געשעפט אין וויליאמסבורג - מאנסי- מאנרוי- בארא פארק- לעיקוואד איז א בעסערע דיעל ווי טרעפען א bargain ערגעץ ווי אין מאנהעטן. די געלט וועט זיכער צוריק קומען in the near future.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
סדר השתלשלות:
1) מ'גייט אונטער די חופה, מטאנצט אין מ'איז פרייליך,
2) שנה ראשונה פחות או יותר שטיצען די עלטערן,
3) שנה שניה גיי ברעך דיר דעם קאפ,
4) זי גייט ארבעטן, ער איז אין כולל, - מ'איז אין פאנטאזיע לאנד
5) זיי האבן שוין עטליכע קינדער, ער זעהט ער מוז תיכף אריין ברענגען ערנסט אפאהר דוללער, ער טוט כאטש וואס עס ברענגט איהם געלט.
6) 10-15 יאר נאך דער חתונה ס'נישט קיין תכלית, ערשט יעצט קוקט מען צוריק אין מ'אנערקענט אז די גאלדע יארן האט מען שוין לאנג צוריק פארפאטשקעט, נישט מ'האט זיך געסעפט געלט, נישט מ'האט זיך אויס געלערנט א פאך, - נאך מער אין 5 יאר ארום גייט מען חתונה האבען,
7) דער תקופה וואס מ'איז שטארק מיאוש, מען מוטשעט זיך, מ'שרייט אויף די קינדער, מ'איז עכט מרא שחורה און בעצבות, זאל מען זיך יעצט אויס לערנען א פאך איז נישט צו שפעט, אוי געוואלד יעצט האט מען אפילו נישט קיין געלט אויף דעם אויך נישט.
8) מ'הייבט אן חתונה מאכען איין קינד נאך א צווייטס, מ'איז שטארק פאר דאגה'ט, מ'שטעלט נאר אןם א בלעכענעם פנים כאילו מ'איז בשמחה, אוי געוואלד פון א מורא'דיגע בעל חוב, פון ווי בארגט מען נאך, אוי פון ווי צאלט מען צוריק דעם אלטן חוב.
תיכף נאך די חתונה טרעף א דזשאב, לערן דיך א פאך,
עס דארט ערשט יארן ביז דער נייע יונגערמאן ווייסט אפילו צו וואס ער איז געאייניגט, אין וואס ער וויל בכלל טוהן פאר פרנסה
אלס בחור השמר והזהר פון זיך אויס שארפען זיינע טאלאנטען
מהיכן ירק זעה חי, דער ווייב וויל דאך א "תורה'דיגע יונגערמאן",
איינער וואס ארבעט איז שוין בכלל נישט אפילו במשהו א תורה'דיגע יונגערמאן.
זיין פרוי רעספעקט נישט אז ער ארבעט, נישט אזא איינעם האב איך געוואלט.
אדער זיצט ער אין כולל אדער ברענגט ער אריין א הונדרעט טויזענט דוללער א יאר אויב נישט מער
קרח מכאן וקרח מכאן.
אונזער היימישע עקאנאמיע.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
אויף װעמען פונקליך דארף איך רחמנות האבן? אויף די עלטערן? די בחור/מײדל? די פרישע פארפאלק?
דאס איז די סיסטעם װאס אלע א״ד װילן און װעלן ח״ו נישט משנה זײן. קײנער פון זײ װאלטן נישט גענומען פאר זיך אדער פאר די
קינדער א בחור װאס לערנט זיך עפעס אויס בײ די 18-21. כמעט איעדער װײסט שוין פון פאראויס דער סיסטעם דער גלגל החוזר
און דאך מען װערט נישט קליגער סא נעקסט קעיס.

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות