כחא דהתירא עדיף - בוחר את הרע במיעוטו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6636 מאל

כחא דהתירא עדיף - בוחר את הרע במיעוטו

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך בין געווען די וואך ביי א היימישע דיין אינדערהיים און איך האב מיטגעהאלטן די פאלגענדע מעשה. א יונגערמאן האט אים געברענגט א שאלה זאגנדיג דערביי מיט א צובראכענע געמיט "זי דארף היינט נאכט גיין אין מקוה". דער דיין קוקט עס איבער פון אלע זייטן פאר עטליכע מינוט, דערנאך זאגט ער פאר דעם יונגערמאן אז ער וועט אים רופן אין אפאר שעה. דער דיין זאגט מיר אז בעצם איז אים קלאר אז ער קען נישט מתיר זיין די שאלה, אבער די פארפאלק האט שוין א לאנגע היסטאריע פון פלאגענישן אין די נושא און ער ווייסט אז אויב באקומט ער א נעגאטיווע ענטפער קען עס נוגע זיין אין שלום בית, חינוך הבנים און אולי אפילו מער ווי דעם רח"ל. פאר דעם האט ער נישט געגעבן דעם יונגערמאן א באלדיגע ענטפער ווייל ער מוז אויפקומען מיט עפעס אן עצה.

דער דיין איז געווארן פארטראכט פאר א פאר מינוט און פלוצלינג האט זיין פנים אויפגעשיינט. ער האט זיך דערמאנט אז אין אן אנדערע שטאט איז דא אן עלטערע רב וואס האט אמאל מתיר געווען אן ענליכע שאלה. ער הייבט אויף די טעלעפאן און רופט אן דעם רב, ער זאגט אים אז ער שיקט אים א שאלה מיט א מעסענדזשער (אויף זיינע אייגענע קאסטן), און ער לייגט צו אז עס איז גאר וויכטיג צו טרעפן א היתר דערויף יהיה מה שיהיה. וכך הוה, אפאר שעה שפעטער האט דער דיין גערופן דעם יונגערמאן און אים געגעבן די גוטע בשורה, צולייגענדיג אז די פרוי זאל בשום אופן נישט קוקן אויף קיין שום זאך וואס רירט צו יענער פלאץ כדי עס זאל נישט זיין נאך א שאלה.

עס איז מיר געווען א פליאה עצומה. קען מען דען אזוי טון מיט די תורה? אויב ער זעהט קלאר אז ס'אסור מעג ער פרעגן א צווייטע און נאך צולייגן א request פאר א היתר? מעג מען הייסן נישט קוקן? אבער בחסדי השם האט מיר דער אייבישטער מזמין געווען פונקט די וואך בתוך הלימודים אנצוטרעפן precedent פון צוויי ענליכע פעלער ביי פריערדיגע צדיקים וגאונים.

די ערשטע איז געווען א פאוסט וואס כ'האב פונקט אנגעטראפן אין די ספר הפנים. עס שטייט דארט אז ס'קומט פון א הספד על הרה"ג רבי אפרים גרינבלאט ז"ל, נדפס בעלון בסוד שיח.

פעם אחת בהיותי אצלו בביתו נאוה קודש במעמפיס, כששוחחנו בנושא אחד חמור באה"ע, בנושא אחד חמור, שאם היה אוסר היו צריכים חלילה זוג עם ילדים להתגרש. ואז אמר לי: כלל זה קיבלתי ממורי ורבי הרה"ג רבי משה פיינשטיין זצ"ל, יהא בידך - יש שאלות בהלכה שקודם כל עונים מותר, ואח"כ על הדיין לחקור ולמצוא היתר. כי אם נאסור, אז בדורנו ובפרט בארה"ב, היו צריכות מאות אלפי משפחות להתפרק. עכת"ד...


די צווייטע איז געווען א הערליכע דרוש פונעם הייליגן חתם סופר אין די דרשות אויף שבת שובה, בתוך הדברים זאגט ער דאס פאלגענדע:

חז"ל זאגן אז די אנשי כנה"ג האבן גע'שחט'ן דעם יצרא דע"ז. האבן זיי דען גענומען א מעסער און פיזיש צושניטן די האלז פון דעם יצרא דע"ז? זאגט דער חת"ס אז ווען די אידישע קינדער זענען אריינגעקומען אין א"י, די איינציגסטע שייכות וואס זיי האבן געהאט מיט די באשעפער איז געווען די שלש פעמים בשנה וואס מען האט עולה רגל געווען. זייערע שכנים די אמוריים האבן אבער געדינט זייערע ע"ז טאג טעגליך. די יודן האבן מקנא געווען די גוים און זיי האבן ליידער אויך אנגעהויבן צו דינען ע"ז.

ביז עס זענען געקומען די אידישע מלכים און האבן איין מאל פאר אלעמאל עוקר געווען אלע ע"ז פון ארץ ישראל. אבער זעהענדיג אז די אידישע קינדער לעכצן נאך א טעגליכע שייכות מיטן באשעפער האבן זיי געלאזט די אידן האבן במות, טראץ דעם וואס עס איז געווען אן איסור כרת פון קדשים בחוץ. די מלכים האבן בוחר געווען את הרע במיעוטו, ענדערש זאלן זיי עובר זיין אן איסור כרת, אבי זיי וועלן נישט דינען ע"ז. ביז עס זענען אנגעקומען די אנשי כנה"ג און זיי האבן מתקן געווען אז די אידן קענען האבן שייכות מיטן באשעפער ג' פעמים ביום דורך תפלה, און אזוי ארום האבן זיי נישט געדארפט מער די במות. עיי"ש באריכות.

גיבט א קוק, דער הייליגער חת"ס, דער לוחם מלחמות השם אז מען טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון מנהגי ישראל, האט אבער פארשטאנען אז אמאל קען זיין א פאל וואס מען מעג און מען דארף אפילו מתיר זיין איסורי כריתות פארן באשעפער'ס וועגן.

זענען דא נאך אזעלכע דוגמאות אין די היסטאריע פון כלל ישראל? כ'בין זיכער אז יא. וועלן מיר לאזן אנדערע מוסיף זיין נאך.



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר