מאראל אהן רעליגיע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יאנקל האט געשריבן:דאס הייסט אז איינמאל מיר קענען אויפווייזן אז א העכערער כח איז וויכטיג פאר דער מענטשהייט, איז דאס שוין א ראיה אז עס עקזיסטירט?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

איז רעליגיע בהכרח מאראליש? מחיית עמלק איז א מאראלישע זאך? ווען א חשדנות'דיגע מאן זאל זיך אנקלערן אז זיין ווייב איז עם נישט גענוק געטריי און ער כאפט זי אמאל בטעות אין א צימער מיט א צווייטן מאן, נישט קיין חילוק די אומשטענדן, און דער מאן קלערט זיך אן צו פארשעמען זיין ווייב קבל עם ועדה, איז דען דא איינער וואס זעט עפעס מאראלישקייט דערין? אבער ס'איז א חלק פון אונזער הייליגער תורה! אויב וויל מען אנקוקן מאראלישקייט מיט א החלט, איז רעליגיע נישט אדורך די בחינה!
שטעלט זיך די פראגע, איז רעליגיע די קובע פון דאס מאראלישקייט פונ'ם פאלק, אדער איז די מאראלישקייט פונ'ם פאלק א זאך וואס רעליגיע נעמט אין באטראכט און שטעלט זיך צו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דבילה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

בכלל שטעלט זיך דא אהער אן אינטערעסאנטע נידון פארוואס א מענטש זאל יא אדער נישט טון א געוויסע פעולה, און די שאלה איז וועלכע וועט עם ברענגען צו א בעסערע החלטה, רעליגיע אדער מאראל.

לדעתי איז די גאנצע שאלה געבויט אויף בלאף. די אמת'ער סיבה פארוואס א מענטש טוט דאס אדער יענץ האט געווענליך נישט מיט רעליגיע און נישט מיט מאראל. ס'דא דערין אסאך פערזענליכע חשבונות און סיבות, און פארשטייט זיך אסאך געוואוינהייטן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: מאראל אהן רעליגיע

שליחה דורך איחוד פעלד »

מען פילט זיך גוט ווען מען טוט א גוטע זאך.
און מען דינט די אייגענע געפילען.
א מענטש וואס פארלירט די אייגינע געפיל פין זיין א גוטע מענטש איז לויט דער רמב"ם א געשטראפטע.
לויט אנדערע קען זיין אז דאס איז דער תכלית, ווייל דעמאלס טוט מען עס לשמה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

בכלל איז די שאלה וואס איז מאראל. די וואס גלייבט נישט וועט זאגען אז דער וואס טיט עפעס ווייל ער ווארט אויף א שכר (עס לוינט זיך עם) איז עס נישט מאראליש. און דער גלייביגער האלט אז די נישט גלייביגע גאנצע lifestile איז נישט מאראליש.
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

בן תמליון האט געשריבן:אוןצווועלכע רעליגיע געהערט דער טיגער וואס צופליקט דעם אומשילדיקן שעפעלע לעבעדיקערהייט? דוכט זיך דער בן אדם וועטזיך אפט פירן ווי דעם טיגער פונקט ווי ער פארמאגט אאלטרואיסטישעשטריכן אויך.

און צו וועלכע רעליגיע געהערט דער שוחט עיו"כ פארטאגס?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כ'פארשטיי נישט, ווען א מענטש פירט זיך אויף מאראליש וועגן גאט האט געהייסן, איז עס די זעלבע ווי דער נישט ריליגיזער פירט זיך אויף מאראליש ווייל ער פארשטייט אז סאיז בעסער פאר עם אז די וועלט פירט זיך אינטער מאראליש אפמאך.
ווען גאט זאגט פיר דיך אויף מאראליש, קען א מענטש אויך פרעגן 'ני האט ער גזאגט אשר על כן,מיר קימט אויס בעסר יעצט צי גנבענען?
מוז מען דאך ציקומען נא די וועסט גיין אין געהענים אויב די גנבסט אדער גן עדן אויב די פאלגסט.
קימט אויס אז מטוט עס נאר ווייל עס לוינט זיך פאר זיך אליין.
יעצט אונז מאך מיר אלע אפ אז עס לוינט זיך פאר אינדז עטליסט פאר רוב מענטשן אז יעדער פירט זיך אויף מאראליש , וואס איז אן אמת.
איז די זעלבע זאך ווי מען פארשטייט אז מיט ריליגיע קען מען זיין מאראליש קען מען אן ריליגיע אויך.

דאס וואס מענטשן פרעגן, איינמאל ווען קיינער זעט נישט אפשר זאל איך ברעכן די אפמאך?
יעדער פארשטייט אליין סאיז נישט קיין גערעדאכטס. סוואלט געווען אזוי אין כעלעם מיט די וואסאר אין ברוינפען.
יעדער האט געזאגט נאר איך וועל ברענגען וואסאר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דבילה האט געשריבן:בכלל שטעלט זיך דא אהער אן אינטערעסאנטע נידון פארוואס א מענטש זאל יא אדער נישט טון א געוויסע פעולה, און די שאלה איז וועלכע וועט עם ברענגען צו א בעסערע החלטה, רעליגיע אדער מאראל.

לדעתי איז די גאנצע שאלה געבויט אויף בלאף. די אמת'ער סיבה פארוואס א מענטש טוט דאס אדער יענץ האט געווענליך נישט מיט רעליגיע און נישט מיט מאראל. ס'דא דערין אסאך פערזענליכע חשבונות און סיבות, און פארשטייט זיך אסאך געוואוינהייטן.

לויט דיין שפראך קען מען נאך אלץ פרעגן איז רעליגיע א גוטכ אויסגעהאלטנע פערזענדליך חשבון נישט צי גנבנען?
אדער איז דא א פערזענדליכע סיבה סזאל זיך מיר לוינען אויפציפירן מאראליש אן ריליגע?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יוליש דבילה לאמיר נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרטים פין די ריליגיע הארגנען עמלק אדער בגנבנען א פויער אין וואלד.
לעטס סע סאיז דא א פערפעקט ריליגיע וואס זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונדזער מיינד.
דארף מען ציקימען דערצי כדי די מענטש זאל זיך אויפירן מאראליש ?
אדער מען קען האבן א מאראליש וועלט אן ריליגיע אויך?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאנקל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:יוליש דבילה לאמיר נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרטים פין די ריליגיע הארגנען עמלק אדער בגנבנען א פויער אין וואלד.
לעטס סע סאיז דא א פערפעקט ריליגיע וואס זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונדזער מיינד.
דארף מען ציקימען דערצי כדי די מענטש זאל זיך אויפירן מאראליש ?
אדער מען קען האבן א מאראליש וועלט אן ריליגיע אויך?

אויב פאר דה סעיק אוו ארגומענט דעפינירסטו רעליגיע ווי אזא וואס ״זאגט אלעס וואס שטימט מיט אונזער מיינד״ איז דאך על כרחך אז מיר דארפן נישט רעליגיע כדי צו האבן מאראליטעט, ווייל זעסט דאך אז אזא רעליגיע איז נישט פאראן און דער געפיל פאר מאראליטעט עקזיסטירט אפילו אזוי.

סא ענטפער די שאלה איז דא אסיבה זיך אויפציפרן מאראליש אן א העכערע מצווה?
לאמיר זאגן גאט זאגט נאר פירטס ענק מאראליש אין נישט וואס מאראליש מיינט וואלסטו אליינס פארשטאנען אז גנבנען טאר מען נישט. יעצט ווען גאט זאגט גארנישט וואלסטו געגנבט?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יואליש האט געשריבן:1) אויב סיי רעליגיעזע מענטשן און סיי אומרעליגיעזע מענטשן זענען אמאל מאראליש און אמאל נישט, טא ווי איז דיין טענה אז נאר רעליגיע קען געבן מאראלן? מיזט בהכרח מודה זיין אז נישט דאס איז עס.

2) אויב אפי' נאר איין חיה האט די מידה פון רחמנות (באמת האבן אלע, נאר טייל האבן אלטוריזים, דאס הייסט אפי' נישט פאר די אייגענע גרופע), מיזטו דאס מסביר זיין. אויב קען דיין הייפאטאסיס דאס נישט עקספלענען, איז עס פעלערהאפטיג.

3) מערב איירופע איז א גאט-לאזע שטח, און זיי האבן די זעלבע, אויב נישט מער, הומען רחמנות פון די אמעריקאנע.

5) וויאזוי ביסטו מסביר ווען א גאט-לאזע גוי פון סאן פראנציסקא איז מנדב זיין לעצטע פינעף דאלער פאר די רעד קראס?

4) א ריזן טייל פון 90% אמעריקאנע וואס גלייבן אין עפעס א סארט גאט, גלייבן נישט אין שכר ועונש, און גלייבן נישט אין די בוך, און גלייבן נישט אז גאט איז א באגריף וואס פאדערט עפעס פונעם מענטש. טא פון ווי נעמען זיי די מאראלן?

5) אויב זאכן וואס שטייען אין דיין בוך וואס דו ריפסט אן מאראלן, ווערן פארעכענט ביי 90% אמעריקאנע אלס אגרעסיווע אכזריות, דאן וויאזוי קענסטו זאגן אז די אמעריקאנע ווירדן קומען פון די בוך. אפשר איז א פערצופאל אז טייל פון זייערע ווירדן, ווי למשל גנב'נען, שטייט פערצופאל אויך אין די בוך?

6) אויב די בוך זאגט א פאל וואס מ'מעג איינעם אויספאפען, למשל א עלענדע גוי'ישע פויער אין וואלד וואס גייט קיינמאל נישט וויסן אז דו ביסט א איד און אז דו האסט אים אפגעפאפט, איז עס מאראליש עס צו טוהן? אויב נישט, וויאזוי קען זיין אז די בוך זאגט אז מ'מעג יא? און איז עס נישט א ראיה אז די בוך איז לאו דוקא עפעס וואס די וואלסט באצייכענט אלס ווירדיג?

7) קענסט נישט טראכטן פון רעליגיעזע מענטשן וואס האבן געניצט רעליגיע צו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן? טראכט קריסטן אין דער מיטל אלטער. סאו מ'קען ניצן רעליגיע פאר גיטס און פאר שלעכטס. וויאזוי שטימט דאס מיט רעליגיע גיבט א מענטש מאראלן?

8) וויאזוי אידענטפיצירט מען געמאכטע מאראלן אדער אמת'ע מאראלן? אויב איז עס א גיטע מדה איז עס גיט, אז נישט, נישט.


אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בן תמליון האט געשריבן:אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.


דו הערסט אויף מיט די "ספליט די דיפרענס" קאפ אוט! רעדט נישט אין מיין נאמען, קענסט רעדן פאר דיר.

ביז אהער איז די שמועס געגאנגען לשטתך, און די קשיות זענען געווען לשטתך. יעצט אז דו מודה אז דו פארמאגסט קיין ענטפער מיינט דאס אז די האסט אויפגעגעבן אויף די טענה אז רעליגיע איז דאס איינצוגסטע סיבה אדער הסבר פארוואס איימיצער זאל זיך פירן מאראליש. אבער אנשטאט צו זיכען דעם ענטפער, ביסטו גלייך געלאפן צום צווייטן עקסטרעם אז "ס'איז נישט דא קיין ענטפער" אלעס ווייל אין א וועלט ווי ס'איז נישט דא קיין ענטפער, קען דאך דין (אפגעפרעגטע) ענטפער פון רעליגיע זיין פונקט אזוי לעגיטים. אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא אנדערע בעסערע ענטפערס, און אויב זיי זענען נאכנישט נישט געניג קלאר, טוהן זיי אבער מסביר זיין סך א ברייטערע סקאפ פון וואס רעליגיע קען מסביר זיין, און ועל כולם, די ענטפערס זיכן זיך צו דערגרינטעווען צום אמת, און נישט צו שטופן א דאגמע.

וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן


לעת עתה איז דער שליסל, און דער וועג וויאזוי מיר האבן זיך די לעצטע פינעף הונדערט יאר געריקט פאראויס פונעם לעת עתה'דיגן נישט באגרייפן איז געווען דורך זיכן מיט אן אמת, זיכן מיט ראיות, באטראכטן אלע אבזערוואציעס, טעסטן און טעסטן און טעסטן און ערלויבן יעדע מעגליכע ענטפער צו מאכן זיין קעיס און ווערן אפגעפרעגט לאגיש. סאו די לעת עתה פון היינט שטעלט זיך נישט אפ, ס'פארט ווייטער עז ווי ספיעק.

(דרך אגב, כ'האב דיר אינזין געהאט צו פרעגן פון ווי נעמסטו דאס אז סייענס וויל הרג'נען אינוואלידן? האסט עס געהערט דירעקט פון ר' אביגדור מילער, אדער נאר נאכגעהערט בשמו?)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יואליש האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.


דו הערסט אויף מיט די "ספליט די דיפרענס" קאפ אוט! רעדט נישט אין מיין נאמען, קענסט רעדן פאר דיר.

ביז אהער איז די שמועס געגאנגען לשטתך, און די קשיות זענען געווען לשטתך. יעצט אז דו מודה אז דו פארמאגסט קיין ענטפער מיינט דאס אז די האסט אויפגעגעבן אויף די טענה אז רעליגיע איז דאס איינצוגסטע סיבה אדער הסבר פארוואס איימיצער זאל זיך פירן מאראליש. אבער אנשטאט צו זיכען דעם ענטפער, ביסטו גלייך געלאפן צום צווייטן עקסטרעם אז "ס'איז נישט דא קיין ענטפער" אלעס ווייל אין א וועלט ווי ס'איז נישט דא קיין ענטפער, קען דאך דין (אפגעפרעגטע) ענטפער פון רעליגיע זיין פונקט אזוי לעגיטים. אבער דער אמת איז, אז ס'איז דא אנדערע בעסערע ענטפערס, און אויב זיי זענען נאכנישט נישט געניג קלאר, טוהן זיי אבער מסביר זיין סך א ברייטערע סקאפ פון וואס רעליגיע קען מסביר זיין, און ועל כולם, די ענטפערס זיכן זיך צו דערגרינטעווען צום אמת, און נישט צו שטופן א דאגמע.

וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן


לעת עתה איז דער שליסל, און דער וועג וויאזוי מיר האבן זיך די לעצטע פינעף הונדערט יאר געריקט פאראויס פונעם לעת עתה'דיגן נישט באגרייפן איז געווען דורך זיכן מיט אן אמת, זיכן מיט ראיות, באטראכטן אלע אבזערוואציעס, טעסטן און טעסטן און טעסטן און ערלויבן יעדע מעגליכע ענטפער צו מאכן זיין קעיס און ווערן אפגעפרעגט לאגיש. סאו די לעת עתה פון היינט שטעלט זיך נישט אפ, ס'פארט ווייטער עז ווי ספיעק.

(דרך אגב, כ'האב דיר אינזין געהאט צו פרעגן פון ווי נעמסטו דאס אז סייענס וויל הרג'נען אינוואלידן? האסט עס געהערט דירעקט פון ר' אביגדור מילער, אדער נאר נאכגעהערט בשמו?)


איך האב ר' מיללערן קיינמאל געהערט איך האב געהערט סעם העריס (ער'ז שטארק ווי אייזן גראדע) גענוג סאו איך קום שוין פון דארט ווי דו גייסט מעגליך. אמת אז סייענס מאכט פראגרעס אין די לענג און ברייט נאך אלץ אויף אזאלכע ערנסטע פראגעס ווי סיבה ראשונה האלטן זיי נאך פארן אלף אזוי אויך צו עס איז דא בחירה וואס פון א סיינעטיפישן קוק איז עס נישט פארהאן ווייל וואס א מענטש טוט זענען גענעטיקס און ענווייראמענט זיינע משלחים ווי אויך אונזער שמועס דא צו מאראל איז א חפצא אן רעליגיע. אלזא אז מיר האבן קיין ענטפערס אויף די וויכטיקסטע פונדאמענטן פון אונזער עקזיסטענס קענען מיר נישט שרייען צו הויך אז דער אמת איז נישט דארט נאר דא. אבסאלוט אמת עקזיסטירט נישט דערווייל ביז ס'וועט ווערן מקוים ומלאה הארץ דעה כמים לים. כנלע"ד והבוחר יבחר.
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

בן תמליון האט געשריבן:
אלע שטארקע פראגעס נישט איך און נישט דו האבן גרינגע ענטפערס אויף די און אנדערע פראגעס איבערן אוניווערס. אולטימאטלי מוז א מענטש אביסל בייגן דעם קאפ מודה זיין ער פארשטייט נישט און אויפהייבן די אויגן צום הושענא אדם ובהמה הושענא עס מוז זיין העכערס וואס מיר קענען נישט לעת עתה באגרייפן.


אז רעליגיע איז די גריגסטע תשובה מאכט עס נאכנישט פאר אן אמת. עס איז גאר מסבר וויאזוי סהאט זיך אזוי שטארק אריין געריסן די לעצטע פאר טויזנט יאר.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בן תמליון האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:.

(דרך אגב, כ'האב דיר אינזין געהאט צו פרעגן פון ווי נעמסטו דאס אז סייענס וויל הרג'נען אינוואלידן? האסט עס געהערט דירעקט פון ר' אביגדור מילער, אדער נאר נאכגעהערט בשמו?)


איך האב ר' מיללערן קיינמאל געהערט איך האב געהערט סעם העריס (ער'ז שטארק ווי אייזן גראדע) גענוג סאו איך קום שוין פון דארט ווי דו גייסט מעגליך. אמת אז סייענס מאכט פראגרעס אין די לענג און ברייט נאך אלץ אויף אזאלכע ערנסטע פראגעס ווי סיבה ראשונה האלטן זיי נאך פארן אלף אזוי אויך צו עס איז דא בחירה וואס פון א סיינעטיפישן קוק איז עס נישט פארהאן ווייל וואס א מענטש טוט זענען גענעטיקס און ענווייראמענט זיינע משלחים ווי אויך אונזער שמועס דא צו מאראל איז א חפצא אן רעליגיע. אלזא אז מיר האבן קיין ענטפערס אויף די וויכטיקסטע פונדאמענטן פון אונזער עקזיסטענס קענען מיר נישט שרייען צו הויך אז דער אמת איז נישט דארט נאר דא. אבסאלוט אמת עקזיסטירט נישט דערווייל ביז ס'וועט ווערן מקוים ומלאה הארץ דעה כמים לים. כנלע"ד והבוחר יבחר.


כ'ווייס נישט אויב די מאכט בכוונה א קיגל מיט כוח הראשון און פרי וויל, אבער לאמיך ריפן דיין אטענשאן אז דא באהאנדעלט מען די רילעשאנשיפ צווישן רעליגיע און מאראל. די ארגומענט אז מאראל קומט אך ורק פון רעליגיע איז מופרך משני צדדים, סיי אז ס'איז דא מאראל אן רעליגיע און סיי אז ס'איז דא רעליגיע אן מאראל. ממילא מיש נישט ארום אלע רעליגיעזע טאלקינג פאונטס איבער די גרעניצען פון וויסענשאפט, לאמיר זיך האלטן צום ענין און כ'מיין ס'איז קלאר אז דו האסט אויפגעגעבן די קלעים לטובת רעליגיע און יעצט פרובירסטו צו ראטעווען אז רעליגיע איז עכ"פ א מעגליכע עלעמענט אין מאראל, וואס כ'מיין ווי שוין אויסגעשמועסט האט עס פונקט אזוי נישט קיין באזיס. אבער כ'וועל עס לאזן ביי דעם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ר' יואליש איז נישט ריליגיע א טאל tool וואס מען קען ניצן אויף גיטס אין אויף שלעכטס?
אזוי ווי אסאך האבן געטענהט דא אויף די אינטרנעט.
למעשה היינט קען איך ניצן ריליגע פאר מייינע קינדער אין זיי זאגן די הייליגעבאשפר האט געזאגט מען טאר נישט טשעפנען אין נישט אריינבאקן אין עם עז ווען ער טרעפט אן עמליקי זאל ער עם הרגנן.
וואס איך מיין ציפרעגן איז, איז ניץט א ריליגיע א ווירקזאמער מעטאד צי מחנך מענטשן? פארשטייט זיך אויב מען ניצט ווי ס'ברויך צי זיין.
כ'פארשטיי די טענהסט סאיז א סכנה.
די תיריץ איז, אויב איז עס א ווירקזאמער tool ווען מניצט עס ווי סברויך צי זיין, אין נישט סתם ווירקזאם נאר מער ווירקזאם ווי די אנדרע אפציעא, ווי ציזאגן פארן קינד שלאג נישט סנישט שיין אדער סנישט ריכטיג. דעמאלטס דארף מען ניצן די tool אזוי ווי אלע אנדרע tools וואס האבן סכנה ריסקס אינוואלווד.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

נולד מאוחר האט געשריבן:ר' יואליש איז נישט ריליגיע א טאל tool וואס מען קען ניצן אויף גיטס אין אויף שלעכטס?
אזוי ווי אסאך האבן געטענהט דא אויף די אינטרנעט.
למעשה היינט קען איך ניצן ריליגע פאר מייינע קינדער אין זיי זאגן די הייליגעבאשפר האט געזאגט מען טאר נישט טשעפנען אין נישט אריינבאקן אין עם עז ווען ער טרעפט אן עמליקי זאל ער עם הרגנן.
וואס איך מיין ציפרעגן איז, איז ניץט א ריליגיע א ווירקזאמער מעטאד צי מחנך מענטשן? פארשטייט זיך אויב מען ניצט ווי ס'ברויך צי זיין.
כ'פארשטיי די טענהסט סאיז א סכנה.
די תיריץ איז, אויב איז עס א ווירקזאמער tool ווען מניצט עס ווי סברויך צי זיין, אין נישט סתם ווירקזאם נאר מער ווירקזאם ווי די אנדרע אפציעא, ווי ציזאגן פארן קינד שלאג נישט סנישט שיין אדער סנישט ריכטיג. דעמאלטס דארף מען ניצן די tool אזוי ווי אלע אנדרע tools וואס האבן סכנה ריסקס אינוואלווד.


אודאי קען רעליגיע גענוצט ווערן ווי א טאל! ס'דאך מעשים בכל יום! וואס דען איז די פאלטשע פראפאגאנדע פון מופתים צו משפיע זיין אויף מענטשן צו געבן צדקה? אבער אויב די באנוצער פון דעם טאל האבן נישט קיין מאראלישקייט, אם אין דעת הבדלה מנין! קום מען ווייטער צוריק צום זעלבן צד אז מאראלישקייט עקזיסטירט אומאפהענגיק פון רעליגיע!
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

מאראל אהן רעליגיע

שליחה דורך קלוג און יונג »

נולד מאוחר האט געשריבן:סא ענטפער די שאלה איז דא אסיבה זיך אויפציפרן מאראליש אן א העכערע מצווה?
לאמיר זאגן גאט זאגט נאר פירטס ענק מאראליש אין נישט וואס מאראליש מיינט וואלסטו אליינס פארשטאנען אז גנבנען טאר מען נישט. יעצט ווען גאט זאגט גארנישט וואלסטו געגנבט?

איך מיין אז די טרוקענעענטפער איז 'ניין'.
אויב עס איז נישט דא א וועג אז איך זאל ווערן עפעקטיד לרע דורך מיין אקט,
עס קען נאר ארויס קומען פאר מיר פאזיטיב תוצאות, וואס זאל מיך צוריקהאלטן?

However, the devil is in the details.

די קעטש דא ליגט גלייך אין די ערשטע תגובה. "למשל גנבענען. פארוואס זאל איך נישט בארויבן א צווייטן ווען נישט רעליגיע? פארשטייט זיךאיך רעד ווען מע איז זיכער אז קיינער זעהט נישט"

עקזעקטלי ווען איז דעס? קיינמאל נישט! אין אנדערע ווערטער, קיינער עקט נישט מאראליש אדער אומאראליש לשם מאראל אדער רעליגיע. ס'איז אלעס פערסאנעל חשבונות.

סא די מעין קוועסטשען "איז דא מאראל אן רעליגיע" ווערט בלויז טיארעטיש, און עס העלפט נישט שטופען רעליגיע פאראויס.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

היות יעדער מענטש ווערט געבוירען מיט א אינטערעסן און א אדשענדא וואס מען רופט עס בלשוננו "נגיעות" ווערט אלעס וואס מען טוט געפירט לויט די נגיעות, דער וואס איז וואויל איז ווייל זיינע נגיעות שרייבען אזוי פאר, ממילא איז די גאנצע שאלה דא נישט רעלעווענט,י


Quote:
why are people FRUM ? because it tastes good, the problem is that sometimes the potato kugel tastes even better.
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

אן אינטערסאנטע TED איבער אריינגעבויטע מאראלען און וויאזוי עס ציטייטלט זיך ציווישן רעכטע אין לינקע.
און אז מאראל קומט נישט פין רעליגע אבער רעליגיע העלפט עס צי.
(ווארענינג נישט איידל בילד אנהייב פאר געוויסע)
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

איך וואלט געוואלט פארשטיין די חילוק פון אמלעדיגיעז און עיטיעסט
ווי אויך שרייבט דער ספר העיקרים אז עס איז דא מאראל פון בין אדם לחבירו וואס האט גארנישט מיטן אייבערשטן צוטוהן
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נס קאווע האט געשריבן:איך וואלט געוואלט פארשטיין די חילוק פון אמלעדיגיעז און עיטיעסט
ווי אויך שרייבט דער ספר העיקרים אז עס איז דא מאראל פון בין אדם לחבירו וואס האט גארנישט מיטן אייבערשטן צוטוהן

אמלעדיגיעז? מיינסט אומרעליגיעז? אומריליגיעז איז אן הנהגה, עטיאסיט איז אין מחשבה. מקען זיין א מאמין אין זיין אומריליגעז.

קענסט געבן א מראה מקום צי די עיקרים?
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

א דאנק איך האב געמיינט אז יעדער גוי וואס איז מודה אין א ג-ט הייסט אוטאמאטיש רעליגיעז

לגבי דעם עיקרים עס איז גאנץ אין אנהייב ווי ער הייבט אהן מיט די יסודי הדת און ער'ז מסביר אז ס' דא א חילוק פון דת נימוסית און דת אלוקית אדי ווילסט קען איך דיר נאכקוקן ווי עס שטייט
פארשפארט