היימישער ליטוואק האט געשריבן:still x understand, please try to explain again.
ר' היימישער ליטוואק: דו וואלסט שוין גמעגט הייסן אונגערישער ליטוואק. דו זאגסט אין דיין לעצטן מאמר ווי ס'ווערט פארגלייכט תורת המוסר צו תורת החסידות (זאל זיין אן "תורת") אין די פארם פון א רעטארישע שאלה ווי פאלגנד. "וויפיל האט (דען) תורת המוסר פארקרומט און געזאגט גזומאות?! איז די משמעות אז תורת החסידות האט יא פארקרומט און געזאגט גוזמאות כדי ס'זאל שטימען מיט'ן מציאות און נתקבל ווערן. נ.ב.: כ'האב מעירע אז מיר האבן געטוישט ראלעס דא. איך בין דער ליטוואק און איהר זייט דער אונגערישער....
דאס וואס מיין לאנד'סמאן זאגט וועגן די מוסרניק'עס, נעם איך נישט קיין אחריות. דער מוסר באוועגונג, וואס איז קלאר נישט אוועקגעשטעלעט נאכצומאכען חסידים, איז אויך נישט קיין סאך בעסער ווי די חסידיש'ער באוועגונג. פון די גאנצע חדר איז שווער צו טרעפען אן עכטע תלמיד חכם. אחוץ ר' נפתלי טראפ איז אפילו קיין איין ראש ישיבה ארויסגעקומען, און איך גלויב נישט אז קוקענדיג ר' נפתלי'ס תורה וואלט מען געמיינט אז ער איז א רשכבה"ג. ר' ישראל סאלאנטער האט געהאט א תלמיד וואס איז נישט אזוי באקאנט, און אלע זיין מוסר תורה'ס זענען פארברענט געווארען אין א פייער, און ס'איז נאר געבליבען פון איהם זיין תורה'ס אויף הלכה, איז מעגליך אז ער איז דער אויסנאם פון דער עולם המוסר, אבער בכל אופן רוב די מוסר תורה'ס זענען אויך בויך תורה'ס געבויט אויף אייגענער געדאנקען און געפילען און נישט עפ"י תורה. רוב גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען פון דער תנועת המוסר, אדער האבען זיי נישט געזאגט קיין מיינונג, און ב"ה ס'איז גענצליך בטל געווארען היינטיגע צייטען, מער ווייניגער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איך בין נישט קיין "חסיד" פון תנועת המוסר, אבער דו ביסט רונג אויף עטליכע נקודות. ערשט, ר' זונדל און ר' ישראל זענען גווען נישט סתם ת"ח נאר וועלט גאונים, כידוע. מתלמידי ר' ישראל רבי נפתלי אמסטרדאמער, רבי לייב בלוך, רבי איצל בלאזער אטו קטלי קניא באגמא הוו? מוסר'ניקס זענן מטבעם גווען באהאלטן און נישט ארויסגוויזן זייער גדלות (כידוע הסיפר עם ר' איצל והביה"ל). ואם תאמר זאגן דאך די חסידים דאס זעלבע? וי"ל, אז חסידים האבן גפירט טישן און גזאגט אז באמת איז דא מדרגות נאר עס איז באהלטן, משא"כ די בעלי מוסר זענן גזעסן א גאנצן טאג ביים שטענדר, נאר נישט גבלאזן פון זייער תורה. און איך בין מודה אז די גרעסטע און שארפסטע לומדים זענן נישט גווען קיין מוסרניקס. רוב מוסר שמועסן זענן מיוסד אויף התפשטות פון מאמרי חז"ל, כנלע"ד. עס איז נישט בטל גווארן, עס איז סינטיסייזד גווארן אין די ישיבות. כמעט אלע ישיבות האבן סדרים אויף מוסר, מוסר שמועסן, און משגיחים. סו, ר' ישראל'ס חלום איז נישט אינגאנצן מקויים גווארן, אבער האט איבערגלאזט א שטארקן רושם.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
איך וועל מיט איין שאס שיסן צוויי פיגל (פויגלעך/ן). מיין תגובה איז געווענדעט צו ביידע טייערע אידן די ליטוואקעס. דער היימישער און דער בודאפעסטער שליט"א. לפענ"ד (אלס אזוי-גערופענער חאסיד.) איז דא צוויי תקופות (און אפשר מער) פון די תנועת המוסר. די אריגינאלע. פון דעם דור המייסדים. הרהגה"צ ר' ישראל סלנטר ותלמידיו, ה"ה ר' זונדל וחבריו. און די שפעטערדיגע משגיחים און תופשי ישיבות ווי ר' ברוך בער לייבאוויטש, דער חפץ חיים ותלמידו ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד. און די נאך שפעטעריגע ווי ר' אליהו לאפיאן, ר' אליהו אליעזר דעססלער און דער בארימטער (אונגארישער?) משגיח ר' יחזקאל לעווינשטיין זכר צדיקים לברכה. כמעט פארגעסן. ר' שרגא פייוול מנדלוביץ, מנהל פון תורה ודעת. די ערשטע דור האט געשריבן א תורת המוסר. און באותו זמן געארבעט אויף מדות. ביי די שפעטערדיגע בעלי מוסר איז נישט געווען ספעציעלע ספרים, חוץ פון פארשריבענע מכתבים און זייטיגע הוראות. נאר זייער טאג-טעגליכער לעבן און התנהגות. דאס איז געווען דער מוסר ספר. ר' ברוך בער לייבאוויטש האט געפיהרט חסיד'ישע טישן פאר זיינע תלמידים. געזונגען זמירות און פארטיילט מאכלי שבת פאר די תלמידים. רעדנדיג איבער די פ' השבוע און די סוגיא וואס מ'האט דאן געלערנט אין ישיבה. סוף פסוק. די תנועת המוסר. אלס שיטה אדער דרך החיים איז געווען זייער שטארק אין עולם הישיבות. אפשר נישט ביים המון עם. אבער ס'איז נישט געווען אוועקצומאכן. גייט מען צוריק צו די רישא פונ'ם שמועס וואס איך האב קובע געווען. אז אין די ליטא איז ניט געווען קיין מיטל-קלאס פון רעליגיעזן שטאנדפונקט. אדער פרומאקעס ביז גאר. אדער אפיקורסים און אידן וועלכע האבן ניט מקיים געווען קיין מצוות. לעומת ביי חסידים אין די אלע מדינות איז יא געווען.
איך וויל וויסן זייט ווען קלייבט מען אידישע מנהיגים לויט זייער עילוי׳שאפט און בקיאות אדער גאונות? אין מיין תורה שטייט: יִפְקֹד ה' אֱ-לֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה. ״אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם״ וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה. יהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל. יא ס׳געווען א כהן גדול אן אורים ותומים א סנהדרין וואס האט גע׳פסק׳נט שאלות. אבער צו זיין א מנהיג, א לידער, בלויז ווייל מ׳קען תורה כמונח בקופסא, און דעריבער זענען אלע מנהיגים וואס האבן ווייניגער געקענט לערנען, אבער צוליב דעם פארשטאנען צו מענטשן, זייערע תכונות הנפש פסיכיאלאגן, און געקענט משפיע זיין (נישט השפעת פון צינורות נאר) טוישן א אידס שלעכטע געוואוינהייטן מקרב זיין צום אמת. זיי רופט ער ׳׳טאמעיטא דיפ עסערס״ . איך רוף דוד המלך; אהארפ שפילער, און שמשון הגבור א בלעק בעלט פרא. זיין אפשאצונג אויף מנהיגים איז פונקט אזא געפילישער תורה חדשה ווי זאגן אז רביים וואס פארענטפערן רבבח״ה מעשיות זענען מנהיגים. ״ליטוואק פון ווער אווער הי איז קאמינג פראם״ , שפילט זיך מיטן געפיל: אז גאון, בעל זכרון עילוי = מנהיג ישראל, און עימיצער וואס קען אפשר זיין אסאך א גרעסערער כלי מוכשר להשפיע, איז אבער כקליפת השום צו דער וואס זיצט אין קלויז. פארוואס?
בד״וו ליטוואק פון ב האלט אז שבת איז געמאכט פאר קורצע סעודות כדי צו קענען לערנען אפאהר שעה (מקור?) אין מיין שו״ע שטייט אז שבת זאל מען מענג זיין מיט וואס מ׳האט ליב, כולל טאמעטא דיפ, דזשעלאפינאו דיפ, פאסטן (ט״ז) לערנען, יעדער וואס ס׳שמעקט אים. ס׳שטייט נישט אין ערגעץ אז שבת איז געמאכט בלויז צו לערנען, ווייטער געפיל...
מאטי האט געשריבן:יהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!). דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך. איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
לכאורה לויט דיין זיכערע טאון ביסטו לכאורה גערעכט, זאגסט אבער נישט פארוואס, א שאד. אויב דו וואלסט מעיין געווען אין די סגנון פון מיינע ווערטער וואלסטו געכאפט אז כ'האב געמיינט סארקאסטיש דאס פארקערטע. און מיר חושד זיין אלס א חסיד שוטה דעם איז פשוט אבסורד. זאג מיר אין וועלכען חסידישער. הויף כ'וואלט געקענט אזוי רעדן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
מאטי האט געשריבן:יהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!). דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך. איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
ר' היימישער ליטוואק: במחכת"ה. איך זעה נישט וואו ס'דא דברי כפירה אין מאטי'ס ענטפער. ער האט קיינעם נישט אוועקגעמאכט א יעדער פון די גדולי ישראל אין היסטאריע בלייבט מיט זיינע מעלות און חשיבות. ער האט נאר אנגעצייכנט אז די אנדערע גדולים וחשובים האבן זיך ניט אויסגעצייכנט מיט די מעלה פון מנהיגות. שמשון הגיבור האט זיך געהאט זיינע מעלות. אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז ר'איז געווען א גאון עולם. די זעלבע אויף שאול המלך. געווען א גיבור און א צדיק. אבער א גאון עולם?! ער קען אפשר זיין ראנג פון אן היסטארישן שטאנדפונקט. אבער קיין כפירה איז עס נישט.
מאטי האט געשריבן:יהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!). דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך. איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
ר' היימישער ליטוואק: במחכת"ה. איך זעה נישט וואו ס'דא דברי כפירה אין מאטי'ס ענטפער. ער האט קיינעם נישט אוועקגעמאכט א יעדער פון די גדולי ישראל אין היסטאריע בלייבט מיט זיינע מעלות און חשיבות. ער האט נאר אנגעצייכנט אז די אנדערע גדולים וחשובים האבן זיך ניט אויסגעצייכנט מיט די מעלה פון מנהיגות. שמשון הגיבור האט זיך געהאט זיינע מעלות. אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז ר'איז געווען א גאון עולם. די זעלבע אויף שאול המלך. געווען א גיבור און א צדיק. אבער א גאון עולם?! ער קען אפשר זיין ראנג פון אן היסטארישן שטאנדפונקט. אבער קיין כפירה איז עס נישט.
יהושע איז לאו דווקא גווען א למדן, ווען אין פסוק שטייט אז לא ימיש מתוך האוהל. יע, איך ווייס אויך אז חז"ל זאגן אז עס זענען גווען גרעסרע פון אים, אבער די זעלבע חז"ל זאגן אז זיין מעלה איז גווען פון מסדר זיין די ספספלים אין בית המדרש (נישט ווייל "ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע" ), און די זעלבע חז"ל נוצן יהושע אלס דער משל פון דעם גרעסטן ת"ח נאך משה רבינו ("אלמלא אמרה יהושה בן נון לא צייתנא..."). יפתח שמשון שאול דוד, זענן נישט גווען מנהיגי ישראל כאטש זיי זענן גווען "א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער", זיי זענן גווען גדולי ישראל און נביאים. איינער וואס פארשטייט נישט דאס פעלט אין זיין פונדאמענטל יידישקייט. און, פארשטייטזיך, איז קעגן צאללאזע מאמרי חז"ל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
און טאקע דאס באדערט מיר! אז לויט דער לאגיק פון ליטוואק פון ב. הייבט זיך מנהיגות אן ביי גאונות און ענדיגט זיך דארט. אלע מעלות א חוץ תורה איז פשוט ווערט אזויפיל ווי איך האב געזאגט אויבן (כפירה לפי דעת היימישע ליטוואק). אודאי דארף א מנהיג זיין ערליך און נישט פארברענגען זיין צייט מיט ביטול הזמן און קענען פארשטיין תורת אלהים חיים. אבער צו האלטן האסטידש אלע אידישע מנהיגים פון אונזער היסטאריע ביז היינט בלויז צו ווי גרויס זיין לומדות, פילפול, חריפות, בקיאות איז געוועזן, איז פשוט גאוה און קיצוניות.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
און בלויז א פריינדליכע דערמאנונג : איך האב אראפגעברענגט א פסוק אין די תורה וואו משה רבינו זאגט צו גאט וואספארא קרעדענשיעלס א מנהיג ברויך פארמאגן, און ס'איז נישט די זעלבע וואס ליטוואק האט פארגעברייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
מאטי, שלום עליכם. מיר שאצען יעדער נייער וואס קומט טרינקען קאווע מיט אונז. אבער לגופו של ענין, ווייס איך נישט וואס דו האסט געזען אין מייו ווערטער. דו האסט גערעדט פאר מיר, געמאכט א גאנצע שיטה פאר מיר, און מיר מיט אלס מוציא געווען. אפשר קענט איהר דאווענען א מאל א מנחה פאר מיר אויך?
איך האב נישט גערעדט פון מנהיג הדור, נישט פון שופטים אין נ"ך, און נישט פון אינספיירע"ן און קיין אנדערע זאך נישט. איך האב געזאגט אז חסידים, וואס האבען געמאכט אן עיקר פון אנדערע זאכען אחוץ לערנען, האבען פארלוירען פון זייערע לערנען, און די אלע מעלות וואס זיי טענה'ן זיי האבען געקראגן פון זייערע עבודות האט זיי נישט געהאלפען לערנען נאר געשטערט. אלזא, ווילסט זיך דינגען? ווייז אויף אז איינער וואס טוט די אנדערע זאכען קען אויך לערנען. דאס אז סאטמארער רב האט צו אסאך געטויגט, און ס'לוינט זיך צו הערען זיין עצות ותושיות, ווייל ער איז געווען א קלוגע מנהיג, איז ריכטיג, אבער צו א וועלטס תלמיד חכם קומט עס נישט, און ביי מיר אין תורה שטייט בי מלכים ימלוכו, אז כבוד קומט א תלמיד חכם, און מ'דארף מחנך זיין קינדער צו שעצען א תלמיד חכם און צו שטרעבען צו זיין א תלמיד חכם. דאס האט מען נישט געזען ביים חינוך פונ'ם בעל דברי יואל און נישט פון אנדערע חסידים.
אגב, דיין טייטש אין פסוק איז פשוט א גרייז. משה רבינו האט געבעטען פונ'ם אויבישטער אז ער זאל צו שטעלען פאר כלל ישראל א מענטש וואס וועט טוהן די ארבעט פון אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם, ס'שטייט נישט אז ער זאל האבען די מעלות פון א יוצא לפניהם. זיין מעלות זענען אנשי חיל שונאי בצע וכדו', ד.ה. איש חיל אין תורה, א מענשט מיט אויסגע'ארבעטער מדות און אלע מעלות פון א איד וואס ווערט גערעכענט אין תורה. (אגב, עי' רש"י אויפ'ן פסוק אשר יצא לפניהם אין די צווייטע פשט, בזכיותיו, נישט אין פארשטאנען ותו לא מידי). א מנהיג דארף ערשט זיין א וועלטס תלמיד חכם. יעצט נאך דעם דארף ער האבען שכל און פארשטאנען צו מענטשען און א נאטור וואס קען טוהן זיין ארבעט, און טאקע ר' משה פיינשטיין האט נישט אונטערגענומען זאכען צו וואס ער האט נישט געטויגט, נאר פסקנ'ען און דן זיין דיני תורה. אבער שאצען שאצט מען איהם ערשט, ווייל אין די עיקר קרוין וואס א איד קען פארמאגען: א תלמיד חכם, איז ער דער תלמיד חכם מיט'ן ה"א הידיעה, וואס אין זיין דור האט נישט געהאט קיין פארמעסט.
א נביא מוז זיין א תלמיד חכם מופלג, איז אלע מנהיגים דיינער האבען געמוזט זיין תלמידי חכמים, טאמער זיי זענען געווען נביאים, אזוי ווי דוד המלך. יפתח, וואס דער גמרא רופט אהן קלי עולם, ווייס איך נישט. איך האב אפאר מאל געלערנט ספר שופטים, און איך פארשטיי נישט דער גאנצע מהלך דארט, וואס איז דער נבואה הנצרכה לדורות, פארוואס איז דן זיין אידען לכף זכות גענוג צו ווערען א מנהיג, און אויב יא, פארוואס האט מען איהם נאכאמאל געפרואווט מיט א נסיון פון צוברעכען דער מזבח, און וואס זאגען חז"ל דערצו. טאמער איינער קען א יסודותדיג'ער ספר וואס איז מסביר עפ"י חז"ל, ביטע מעלדט זיך, ווייל איך פארשטיי נישט. (איך האב געהערט אז דער אברבנאל האט אן אריכות דערויף, אבער איך טרעף עס נישט) אבער אזוי פיל האב איך נישט געטראפען אז מ'מוז פאלגען א שופט פונ'ם פסוק, און זיי זענען נישט קיין חלק פונ'ם מסירת התורה מדור לדור, כמבואר ברמב"ם בהקדמה לספר היד, ממילא ווייס איך נישט וואס איז דער וויכטיגקייט פון זיי ברענגען. זיי זענען באשטימט מן השמים ארויסצוהעלפען אידען ווען זיי האבען געדארפט. יא, היינט איז דא געווען א מנהיג וואס ער רופט זיך בנימין בן גוריון, וואס האט געוועלדיגט אויף אסאך אידען, און ער האט גוט פארשטאנען צו הנהגה און מלחמה און פאליטיק, און ס'איז נאך מעגליך אז ער האט אסאך מענטשען געהאלפען. אז אין דיין אויגען איז ער דער מנהיג, און ממילא פארנעמט ער דער פלאץ פון ר' משה פיינשטיין אונ'ם בעל דברי יואל, ביסטו געליידענט צו נעמען דער שטעלונג, און לאזען דער נער,,פרייליך מיט קעניגרייך מיט נאך אזעלכע סאטמארער תלמידים דיר אראפבייסען דער קאפ.
וואס האב איך געזאגט וועגען ווי לאנג א שבת טיש דארף נעמען? איך געדענק נישט אזא זאך, ביטע אויפווייזען.
מיין מליצה פון טאמעט"א די"פ איז נישט גענוג ערקלערט דא. איך מיין דערמיט חוזק צו מאכען פונ'ם מושג פון א 'היימישע איד', א זאך וואס האט נישט מיט תורה, נישט מיט פארצייטישקייט, נישט מיט מסורה, נישט מיט חסידות, נאר מיט ווייבערישע מושגים פונ'ם אייגענע מענטשען און פריינדשאפט. מ'מיינט אז מ'איז מקפיד נישט משנה זיין א 'זיז כל שהוא', און דער וואס איז יא משנה, איז אביסל אנדעריש, און ס'איז שווער זיך צו פארלאזען אויף אזא איינער. דערווייל לאזט מען צו שינויים, אבער נאר ווען ס'קומט פון א מענטש, וואס אין אנדערע הינזיכטען איז ער נישט משנה. דעמאלס מעג ער דאס משנה זיין. דערנאך קען ער משנה זיין א צווייטע זאך א.א.וו. דער משל דערצו איז דער מאדערנע מאכל פון טאמעט"א די"פ, וואס מ'האט נישט געגעסען אינדערהים. מ"מ היינט איז דאס א היימישע מאכל. פרעג איך אייך, איהר וואלט זיך משדך געווען מיט איינער וואס עסט טאמעטא זופ פרייטיג צו נאכט? אוודאי נישט, ווייל ער איז נישט היימיש. ט'וויאזוי קענסטו אריינלאזען טאמעט"א די"פ אין שטוב. נאר ווייל למעשה אין דער איד אדווערטייזט מען טאמעט"א די"פ און נישט טאמעט"א זופ. דאס איז א אידישקייט פון טאמעט"א די"פ, אן חוקים, אן גבולות, אפילו די ווייבערישקייט און נערישקייט שטימט נישט מיט אירע אייגענע כללים. לייג אלס אוועק און גיי צוריק צו די תורה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קודם כל, א הארציגן יישר כח פאר דיין לעגיטימאציע צו שעצן נייע ניקים. פון אוגוסט דעם 27'טער ביז דעצעמבער דעם 19'טר 2012 בין איך ארומגעגאנגען פאר'דאגה'ט, פול מיט קאמפלעקסן אז ס'הערשט דא ביגאטרי קעגן פרישע איינוואוינער. יעצט, איז דאס אראפגעלאדנט פון מיין ברוסטקאסטן ב"ה.
איצט צום ענין: כ'מוז דיר זאגן, אז כ'האב שוין געהאט איינגעטונקען מיין קולמוס אין דיו צו שרייבן מיין קאנצעסיע תגובה נאכן איינזעהן אז כ'האב פוגע געווען על לא דבר אין אזא ת"ח ווי דיר - טאקע נישט אזא "וועלטס" ת"ח ווי ר' משה ז"ל, אבער פארט אין כלל פונעם את דרבי עקיבא לרבות.. מ'דארף נאך אלס מכבד זיין אפילו ס'דא "גרעסערע" אינעם דור--
כ'האב געמיינט אז מיין טעות איז געווען כתחילת דבריך. אז דער גאנצע מבוכה דא איז געווען בלויז א קאנטעסט וואו ס'איז פראדוצירט געווארן גרעסערע גאונים. צו אינעם ווייטן ליטאעניע דורך דעם "אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה", אדער גאר כרבי ר' זושא מהאנאפאלי זצ"ל וואס איז פאר גרויס צער נישט פארשטייענדיג א רי"ף איינגעשלאפן, והנה הרי"ף בחלומו אין זאגט אים דעם ריכטיגן פשט כתינוק במעי אמו.
אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן צו זען - ליינענדיג נאך אפאר שורות געשריבן אזוי "בדרך אגב" - ווי דאס דיו אינעם קולמוס האט אנגעהויבן טרוקענען. הפנים זי האט דערשמעקט א שורה'לע וואס ליינט זיך: "א מנהיג דארף ערשט זיין א וועלטס תלמיד חכם." ס'טייטש? דו האסט יא א קריטעריע אויף א מנהיג!.. וואס איז דאס א "וועלטס" ת"ח? א פאפולער סעלעברעטי? נע דו לאכסט דאך פון די זאכן... נו אויב דו מיינסט דער גרעסטער ת"ח אין דער וועלט, נו פארוואס האט נישט ר' משה ז"ל געשטעלט אין שאטן דעם סאטמאר'ן רבי'ן נהנה צו זיין עצה ותושיה אלס א מנהיג וחכם, וואס דו טיילסט אים אזוי ברייט צו אינעם פריערדיגען פאראגראף.
דו שרייבסט ווייטער: "יעצט נאך דעם דארף ער האבן שכל און פארשטיין צו מענטשן און א נאטור וואס קען טוהן זיין ארבעט, און טאקע ר' משה פיינשטיין האט נישט אונטערגענומען זאכן צו וואס ער האט נישט געטויגט, נאר פסקנ'ען און דן זיין דיני תורה. אבער שאצן שאצט מען איהם ערשט, ווייל אין די עיקר קרוין וואס א איד קען פארמאגן: א תלמיד חכם, איז ער דער תלמיד חכם מיטן ה"א הידיעה, וואס אין זיין דור האט נישט געהאט קיין פארמעסט." דא איז זי שוין אינגאנצן נקרש געווארן ממש כדי להעמיד רביעית על כזית. דו שרייבסט קליפ און קלאר אז נאר א ת"ח מיטן ה"א הידועה וואס ממש נישטא קיין פארמעסט אין זיין דור נאר אזא איינער קען זיין וואס? א מנהיג? מהיכן דנתני?
דאס וואס דו זאגסט אז משה האט נאר געבעטן "אשר יצא" צו טון די ארבייט פון אשר יצא, נו נאך אזא שארפן קלארן פסק, וואלט נישט געווען מן הנימוס אז קודם זאל משה זיכער מאכן אז זיין שטעלפארטרעטער זאל פארמאגט די "עיקר קרוין" וואס א איד קען פארמאגן? אדער קען זיין אז משה האט זיך שוין פארשטאנען מיטן אייבירשטן אז דאס מוז זיין "פרי קאנדישאנד" אין די נעגאשיעשאנס.... אנשי חיל פשוט פשט מיינט אזוי ווי גיבור חיל, א בראווער מענטש, ויש דורשים מה שדורשים. עכ"פ, ענלייטן מיר צו דו האסט א שיטה ווי אזוי א מנהיג דארף אויסקוקן. און טאמער יא, וואס איז דאס? און צו מ'מעג נאך נהנה זיין עצה ותושיה פון די קלענערע ת"ח אינעם דור.
לגבי דער ענין פון די שיעור עריכת שלחן שבת וואס דו האסט געפרעגט, דאס האסטו געשריבן: "שבת קודש מיינט נישט א טאג מיוחד צו לערנען תורה נאך א שווערע וואך אין ביזנעס, נאר צו פארברענגען לאנגע סעודות און זאגן מדרש פליאה תורה'ס אדער הערן פרק שיעור און זיך אפרוען פון דער ארבעט. ראש השנה איז נישט קיין טאג וואס מ'דאווענט און נאך דעם עסט מען שנעל א סעודה, און דערנאך זעצט מען זיך לערנען עטליכע שעה, נאר א טאג וואס דער סיסטעם האט זיך אונטערגענומען צו באשעפטיגען דער מענטש א גאנצע טאג כדי ער זאל זיך חס ושלום נישט טרעפן קיין צייט וואס ער דארף בוחר זיין בטוב און זיך זעצן לערנען".
ס'מיר א ווינדער אויף אזא ליטאי מיטען גאנצען שטאלץ און טיילט איין און זאגט דיעות איבער חסידישע צו חת''ם סופר תלמידים צו זיי זענען בארעכטיגט בהנהגה צו ניש ביטע כאפט אייך אריבער קיין איזראעיל באטראכט אביסעל די גדעלים וויאזוי זיי ווערן געקרוינט דורכען דגל פארטיי און ווי ביליג די מנהיגים זעלבסט קריגען זיך ארום ניצענדיג די הייליגסטע מושגים פון כלל ישראל בלויז מיטן ציל צו צודריקען יענעם ווייל יענער האלט אז מ'ברויך זיין פעסטער בנוגע די גזירת המלכות
אויב 'יענער' האלט אז מ'ברויך א שטייפערער פירערשאפט בנוגע די מדינה אפגערעדט צו ער איז יא א ת''ח צו ניש קודם איז ער א פסול לעדות פסל'ט ספרי תורה וכל המהרהר כמותו איז חייב סקילה ועוד ועוד, ווי איז געהערט געווארען מנהיגים זעלבסט זאלען זיך אזוי פירען??
מאטי: איך ווייס אז דער ליטוואק פון בודאפעשט האט נישט גערעדט צו מיר. דאך שפיר איך מיר אלס א שטיקל מחותן צו דעים אשכול. וועל איך קאמענטירן קורץ און "שארף"? כדאמרן לעיל. א ליטוואק בלייבט ליטוואק. דו וועסט איהם נישט איבערמאכן. איך האב שוין אויפגעגעיבן. .