אונזער היימישער עקאנאמיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

אונזער היימישער עקאנאמיע

שליחה דורך נח בער »

דער היימישער עקאנאמיע ווערט געשאצט אויף אסטראנאמישע נומערן. איך שרייב נישט קיין פונקטליכע ציפערן, ווייל מיר טוען נישט נאכגיין די סייענטיפישער וועלט וואס האט דורכאויס די יארן אויסגעטראפן און פארבעסערט די מהלכים ווי אזוי אויסצורעכענען סטאטיסטישע נומערן, אבער דאך קען זיין אינטערעסאנט עס אויסצושמועסן.

דער אידישער טאג הייבט זיך אן מיט מודה אני אויף די לעפצן, דערנאך גייט מען אין ביהמ"ד אריין, און די ערשטע זאך איז דער קאווע וואס מען שטעלן אן. אמאל איז געווען אין די בתי מדרשים בלויז איין סארט ביליגער אומגעשמאקער קאווע וואס איז געווען זייער זיס פשוט ווייל מען האט נישט געוויסט פון בעסערס, אבער צייטן האבן זיך געביטן און מען קען היינט טרעפן אלעס סארט קאווע בונדלעך, אנגעהויבן פון "טעיסטערס טשויס" און פארשידענע פלעיווארד סארטן (פארשטייט זיך מיטן בעסטן הכשר...) ביז ריינע פרישע בונדלעך וואס ווערט צוקנאקט און אויסגעמישט פאר דיינע אויגן נאכן אריינשטעלן דאס געלט אינעם מאשין.

דאס איז דער ערשטער באגעגעניש מיט געלט און האנדלעריי, ווייל סיי וואס דאס איז אן אינקאם פארן ביהמ"ד אדער פריוואטער מענטש וואס נעמט דערפון קעיר, איז די נדרים ונדבות און לעילו נשמת'ן א וועלט פאר זיך. אין כמה בתי מדרשים ווערט קאלעקטירט "קאווע געלט" אום ראש חודש למען לא יחסר המזג, און ווער רעדט נאך ווען עס איז דא א שמחה, דאן מוז דער בעל שמחה מנדב זיין קאווע פארן ברייטן ציבור אז אויך זיי זאלן עפעס האבן פון דעם וואס ביי אים אין שטוב איז צוגעוואקסן א קינד.

ווען עס קומט די ימי שמחה סוכות, מוז יעדער וואס האט אן אושפיזא אריינלייגן דעם צוואנציגער אדער מער אז אויך זיין נאמען זאל פיגורירן צווישן די נעמען פון אלע נדבנים ווייל אנדערש איז עס ווי ער זאל זיך אפשאקלען פון זיין אייגענער נאמען חלילה, אבער לאמיר נישט פארקריכן אין סוכות אריין.

שפעטער שטעלט מען זיך דאווענען און מען קען שווער ארויסרעדן א ווארט אן וואס איינער זאל קלאפן מיט די מטבעות אדער שלעפן דעם טלית, און "נישט האבן" איז זייער א שוואכער וועג פון זיך ארויסדרייען פון געבן, אבער ישראל קדושים און מען פרובירט יעדן צופרידן צו שטעלן, ווער מיט א קוואדער און ווער מיט א דאלער אדער מער.

דערנאך זענען דא די אפיעלס וואס קומען כסדר פאר די וויכטיגע מוסדות'ער, ווער על טהרות הקודש, און ווער על טהרות די טעשער פון די עסקנים אבער אלע זענען וויכטיג ווייל עס קומט געווענליך צוריק צום היימישן ציבור.

האט איינער אמאל געמאכט דעם חשבון וויפיל מיליאנען עס דרייען זיך אריבער בלויז אין די בתי מדרשים אליינס?

וויפיל אידן זענען דארט אויפגעראכטן געווארן?

דערנאך זענען דא די מוסדות הק' וואו אונזערע קינדער לערנען און דארט הייבט זיך אן א פרישער געלט דרייעריי וואס איז ריזיג גרויס און פילע היימישע אנ"ש זענען זיך דערפון מפרנס און האבן צו געבן פאר זייערע יוצאי חלציו צו עסן אין מויל אריין.

איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל. עס איז דא פיל פיל מאריך צו זיין אבער מיין גלעזל געשמאקע הייסע קאווע האט זיך נארוואס פארענדיגט און צום ווידערזען ביים פרישן גלעזל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר