חרטה האבן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

חרטה האבן

שליחה דורך shem-tov »

אסאך מאל מאכט זיך אז א מענטש טוט עפעס א זאך אדער זאגט עפעס, און נאכדעם האט ער ביטערליך חרטה. למשל איינער טוט עפעס בשעת כעסו און וויפיל ער זאל נאר וועלן איבעבעטן יענעם וועט עס נישט גיין ווייל סאיז געווען צו א שטארקע אקט אדער ווייטאגליכער פליק, אדער למשל איינער פייניגט אויס א געווענליכער גוטע קינד אדער תלמיד און ווערט שפעטער געוואר אז דאס קינד האט נעבעך הויעך פיבער אבער האט זיך געשעמט צו זאגן. נאכדעם איז דא די געווענליכע חרטה למשל, אז מען האט נישט גענוג גוט אויסגענוצט דאס לעבן . אדער מען איז נישט אריין אין עפעס א ליין וואס סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'מאכט אסאך געלט. לאמיר הערן חרטה געשיכטעס.

איך האב יעצט שטארק חרטה.... אויף עפעס
פארשטייט זיך קיינער דערציילט נישט אזעלעכע זאכן מיט פרטים אבער מען רעדט בערך. די מעלה פון אויסשמועסן איז פילפאכיג. איינס. זיך אויסצורעדן. שנית אז יענער זאל עס נישט טאן. און דריטענס צו הערן א עצה טובה וויאזוי מתקן צו זיין וואס זאל מען יא זאגן און וואס נישט. צומאל דאס איבערבעטן אדער אראפגעקלאפטקייט קען נאך ערגער מאכן. ס'דא זאכן וואס עס העלפט חרטה און ס'דא זאכן וואס מען קען ניטאמאל חרטה האבן מען קען נישט תשובה טאן. און סטוט וויי
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

 איך זוך און זוך. לויט דעם שטיקל פלא יועץ קוקט אויס אז חרטה האבן איז א גוטע זאך לגבי תשובה טאן. איך רעד אבער פון אזעלעכע חרטה'ס בין אדם לחבירו וואס עסט אויף דעם מענטש אויף א שלעכטע דעסישאן וואס מען האט געמאכט און ס'רייסט פון דיר שטיקער. וואס טוט מען אין אזא פאל ווען די חרטה געפילן זענען מוראדיג שטארק. אז מען קען זיך דראפענען אויף די גראדע ווענט אבער סאיז שוין צו שפעט. יענעם האסטו שוין נישט צוריק


התשובה היא החרטה גמורה שיתחרט על מה שעשה שלא כהגן כמי
שמתחרט על שהרג בנו יחידו בכעסו או בשכרותו, ואם יכול להחיותו כל אשר בכחו לעשות יעשה. והן אמת שגם הרשעים מלאים חרטות, שתכף שעשה דבר שלא כהגן והלך ממנו היצר הרע תכף מתחרט מעט ואומר, הלואי שלא עשיתי, יותר טוב היה כאלו גם עכשו הוא טוב, אבל יותר טוב היה אם לא היה עושה. וזה מחמת שהיצר הרע מקטין העברה וממעטה בעיניו כמו שפרשו המפרשים על פסוק (בראשית ו ה) וכל יצר מחשבת לבו רק רע. רק לשון מעוט, וזה גם כן הוא כשיש בו לחלוחית של חיות שלא נשקע כל כך באותה עברה, אבל אם הרגל בה נעשה לו כהתר, ולבבו עליו לא יכאב כי יש את לבבו מתי תבוא לידו פעם אחרת ויעשנה:

אבל האיש אשר נגע בלבו יראת ה', נפשו לו חיה אם תקפו יצרו ועבר עברה, אז כשנפקחו עיניו בזקנותו וזוכר את אשר עשה בילדותו, לבו יחיל בקרבו חיל כיולדה ומר לו מר ופלגי מים ירדו מעיניו יותר ממי שמתו מטל לפניו, כי כן נאה וכן יאה למי שהמרה את פי אדוניו אדון רם ונשא והכעיסו על פניו. וכבר כתב רבנו יונה בשערי תשובה שלפי היגון והאנחה שיאנח בשברון מתנים על העוון ככה נקה לו ינקה האיש מעוון, והן הם יסורים של אהבה שבאים לפי רב האהבה שיש לו עם הבורא יותר ויותר מבנו יחידו ורוחו ונשמתו, ולכן רוחו אליו יעצ"ב איך עשה הרעה הגדולה, וזה יהיה לו למחיה ולפלטה גדולה כי בזה יתקן את מעותו ויעשה גדר שלא יוסיך על חטאתו. והגדר הגדול לחשב מחשבות טרם עשות שום דבר ודבר דבר אפלו של מצוה, כי פרי המהירות חרטה (מבחר מג, כז). ומתון מתון מבטח לו שלא יחטא ושום תקלה ודבר שאינו מתקן לא ימצא אתו רק את הכל עושה יפה בעתו, כי בעיניו יראה ולבבו יבין אחרית דבר מראשיתו ומצא כדי גאלתו:
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב אמאל געזעהן א ווארט אין א ספר, הדעה והדיבור לחי עולמים. אסאך מאל האט א מענטש עפעס ארויסגערעדט פון מויל אויף וואס ער האט חרטה, אדער ער טוט א זאך וואס עס קרענקט אים אז ער האט עס געקענט טון, און ער האקט זיך קאפ אין וואנט, ווי איז געווען מיין שכל,

זאגט דער פייטן, הדעה והדיבור לחי עולמים, דיין דעת און דיין דיבור ליגט ביים חי עולמים, ער האט דיר געגעבן דעם דעת דעמאלס און דעריבער האסטו דאן געטון אדער גערעדט וואס דו האסט גערעדט, און דארפסט זיך נישט נעמען אזוי צום הארצן, אודאי מעג מען - און מען זאל - נעמען א מוסר השכל און מקבל זיין מהיום והלאה צו זיין מער נזהר, אבער זיך רעגן אז דעמאלס האסטו נישט געהאט קיין שכל איז ממש א שאד, ווייל אס איז געווען דער רצון ה', (וזה נכון מאוד ע"פ הבחי' של ר' צדוק מלובלין זצ"ל שכל מה שאדם חטא עד הנה הי' רצון ה' ואכ"מ).

יעדער האט צייטן וואס ער פאלט אדורך מיט געוויסע זאכן, אלס קינד טשעפעט מען / בוליט מען חברים ווייל מען האט נאך נישט קיין שכל; אלס יונגערמאן שלאגט מען די קינדער און מען טוט וויי דאס ווייב, אלס מלמד צוקלאפט מען קינדער, מען מיינט אפשר נאר גוטס, אבער יעצט איז שוין דערנאך, מה דהוה הוה. קענסט גיין איבערבעטן, און ע"פ הלכה "לא יהא אכזרי מלמחול", און המעביר על מדותיו וכו', אבער איינמאל דו האסט געטון דאס בעסטע אין דיין מעגליכקייט כלפי שמים און מענטשליכקייט, בלייבט נישט איבער קיין ארט פארן חרטה ווערימל. און אויב יא איז עס געווענליך מעשה יצר.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב ליב דעם מר. שם טוב. ער איז זייער אין טאטש מיט זיינע געפילען
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ליסטען, ס'איז א תאוה.
איך האף נאר אז די האסט נישט געכאפט קיין std's...
.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

וואו איז ברסלב'ער ווען מ'דארף אים?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען די ווייסט ווען אז דאס וואס די האסט געטאן אדער געזאגט אויף וואס די האסט יעצט חרטה, בוסטו געווען געצווינגען דורך א צווייטער דאס ציזאגן אדער טאן. סאיז נישט געווען דיין בחירה וואלט עס דיר נישט אזוי געגבערט.
לאחר המעשה זאגן די ספרים איז נישט געווען קיין בחירה אפי' למפרע.
אויב אזוי איז געשען האט אזוי געמיזט געשען, נעמעדיג אין אכט די סירקאמסטענטסעס און דיינע מידות.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

זוי ווי כ'אב שוין געשריבן אין אנאנדערע אשכול אז איך ברויך זיך געזעגענען א שטיק צייט פון קאווע שטיבל
יעצט צום ענין איך גיי לכוארה חרטה האבן פאר'ן דאס טון דארף איך שוין יעצט וויסן צו איך זאל טאקע חרטה האבן אדער נישט?
פארשפארט