וויזוי קען איך אויפקלערען דעם עולם, וויזוי ??!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

דאס ערשטע פארבינדנוג פון וואקסינען צו אוטיזם איז ערשינען אין תשנ"ח אין די לענסעט, א פרעסטיזשפולע בריטישע מעדיצינישע זשורנאל. דר. אנדרו וועיקפיעלד האט פאבליצירט זיין שטודיע וואס פארבינד MMR וואקסין צו אוטיזם.
א זשורנאליסט פאר די סונדעי טיימס, מר. ברייען דיער, האט צום ערשט געפונען לעכער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע, און שפעטער איז אויפגעשווימען נאך און נאך באווייזן וואספארא חברהמאן דער וועיקפיעלד איז, און די לענסעט האט זיך אנטשולדיגט. צום סוף האט מען אים צוגענומען די לייסענס אין ענגלאנד, און די שטודיע איז באצייכענט געווארן אלס דאס ארגסטע מעדיצינישע שפיצל פונעם יאר הונדערט.
וועיקפיעלד איז א פארגאנגענהייט, אבער זיין פורים שפיל און די שאדן וואס דאס האט אנגעמאכט עדיין מרקד בתוכינו. כאטש וואס עטליכע זעלבסטשטענדיגע רעגירונג און דאקטורים פאראיין שטודיעס ווייזן קיין פארבינדונג פון MMR וואקסין צו אוטיזם, איז דער לעגענדע פארבליבן, און געוויסע עלטערן האלטן אז שב ואל תעשה עדיף. ביי די פארלאפענע פרעזידענט קאמפיין, צוויי א האלב יאר צוריק, האט קאנגערספרוי מישעל באכמאן דערקלערט אז HPV וואקסין פאראורזאכט מענטל רעטארדעישן, ווייל אזוי האט איר א (וויינענדע) מאמע געזאגט, ממש. אסאך עלטערן, ספעציעל אין ענגלאנד, וועיקפיעלד'ס היים, האלטן זיך אפ פון געבן MMR וואקסין. דאס האט שוין גורם א שטייג אין מומפס פעלער. דער פאציענט זערא אין די תשס"ט אויסברוך פון מומפס אין היימישע געגענטער איז געווען אן ענלישער יונגל. אמת, די אויסברויך האט אויך ארויסגעברענגט די שוואכקייטן פונעם מומפס וואקסין, דהיינו אז רובא דרובא פון אנגעשטעקטע זענען געווען אימיון, אבער די וואקסין אהני ליה על כל פנים אז די קרענק איז געווען א מילדע, און מ'ווייסט איז די וואקסין צריך תיקון.
די טובה וואס מיר האבן פון וואקסין איז אומשאצבאר. סמאלפאקס אויסברויכן איז געווען ביטערע נייעס פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר. היינט, עבר ובטל מן העולם, נישטא מער, חוץ ערגעצוואו אין אפאר געהיימע לאבאראטריעס וואו עס ווארט פאר א טעראריסט צו קומען מאכן א מגיפה. פאליא, די מחלה וואס האט פאראליזירט מיליאנען, (העלען העיס שפיטאל אין העווערסטראו איז געבויט געווארן מתחילה פאר א ריהעביליטאציע צענטער פאר פאליא געליטענע), כמעט פארשווינדן, אחוץ אינעם ראגא פראווינץ אין סיריע און אין אנדערע פארשטופטע ערטער וואו ראדיקאלן הערשן און באטראכטן די UN נורסעס ווי שליחים פונעם טייוול. און די ליסטע גייט ווייטער ואטו כי רוכלא.
חזקיהו האט א שפיץ. למעשה איז דא וואס חושש צו זיין ווען יעדער מוז נעמען אן איינשפריץ פון א קרייטעכץ וואס זייער ווייניג ווייסן פונקטליך וואס ליגט דערין. ס'האט עפעס א פארלעסליך הכשר? FDA טענה'ט אז יא, זענען זיי באגלייבט? אויב וועט עמיצער דוקא יא וועלן פאר'סם'ן כל הקהל הקודש, ווער וועט אים דען אפשטעלן?
גערעכטיגע טענות, אבער די חששות זענען יצא שכרו בהפסדו. נישט וואקסינירין איז א ודאי סכנת מוות פאר מיליאנען. קאנספיראציעס זענען ווייטע חששות, ולשמא ימות לא חיישינן. חזקיהו וסייעתו וואס טענה'ן אז די וואקסינען זענען פארפעסטיגט, עליו הראיה. די קאנוועניציאנעלע מיינונג האט די שטיצע פון די CDC, WHO, און אנדערע. חזקיהו, על מי בטחת לך על משענת הקנה הרצוץ?
א ווייטאגליכע קאפיטל אין שאדן פון אומבאגרינדטע טענות אויף וואקסינען, איז די מעשה מיט ליים וואקסין. ליים, כידוע, האט זיך לעצטענס שטארק פארשפרייט אין אונזער סטעיט, און הונדערטער מענטשן אין היימישע געגענטער האבן דאס שוין געהאט אדער האבן דאס יעצט. ליים איז נישט קיין קינדער שפיל. מ'דארף נעמען אנטיביאטיקס כאטש א חודש, מיט א מעגליכקייט אז דאס קומט צוריק שפעטער. הפנים, איז געווען א וואקסין אויפן מארק. ערצייגט בשנת תשנ"ח, און געענדיגט בשנת תשס"ב. ס'געווען וואס האבן גע'טענה'ט די וואקסין מאכט זיי ארטרייטיס, און כאטש וואס די CDC האט געפינען קיין באזיס צו די באשולדיגנוגנען, האט זיך די קאמפעני נישט געזוכט קיין צרות, און וחסל, נישטא מער. גיי האב ליים דיזיעס. שוטים שקלקלו.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

הערשי האט געשריבן:למעשה איז דא וואס חושש צו זיין ווען יעדער מוז נעמען אן איינשפריץ פון א קרייטעכץ וואס זייער ווייניג ווייסן פונקטליך וואס ליגט דערין. ס'האט עפעס א פארלעסליך הכשר? FDA טענה'ט אז יא, זענען זיי באגלייבט? אויב וועט עמיצער דוקא יא וועלן פאר'סם'ן כל הקהל הקודש, ווער וועט אים דען אפשטעלן?

מיין פליאה איז אז די זעלבע מענטשן וואס פארפירן אז מען טאר נישט גלייבן די FDA מיט בלינדע אויגן, אין די זעלבע צייט גלייבן זיי די אלע געזונטהייט ווערבן/שמירעכטץ/טראפן. די FDA קענסטו כאטש נאכקוקן, אויב איינער וויל דוקא קען ער אליין איבערקוקן די שטודיעס און אליינס אפמאכן אויב זיי זענען גערעכט אדער נישט, משא"כ ביי די אלע געזונטע זאכן קען מען פארקויפן לאקשן מיט קניידלעך שיין איינגעפאקט, און דו קענסט אים אפילו נישט אפפרעגן ווייל ער שרייבט א דיסקלעימער אויפן לעיבל אז עס נישט געווארן עפראווט. פארוואס דא באקומען די אלע סקעפטיקער פלוצלינג אזא אמונה שלימה אין די טראפן בלי שום פקפוק?

עס וואלט מיר נישט אזוי אנגעגאנגען, זאל יעדער טוהן וואס ער פארשטייט. אבער ס'טוט מיר וויי דאס הארץ פאר מיינע ברודערלעך, כ'וואלט געוואלט זעהן אלע אידישע קינדער גליקליך אין ציפרידען, אוי ווי כ'וואלט געוואלט, אוי טאטע זיסער (קרעדיט - חזקי'). איך זעה ביי מיינע קרובים און באקאנטע וואס קוקן מיר נעבעך אן מיט רחמנות בליקן ווי אזוי איך לאז מיר פארפירן פון די נארישע דאקטורים און איך געב פאר די קינדער אנטיביאקיטקס און וואקסינען, זיי ווייסן דאך יא דעם אמת ווי שעדליך די אלע זאכן זענען, זיי נעמען נאר די געזונטע טראפן און ווייטעמינען.
איי פארוואס זענען מיינע קינדער ב"ה געזונט און שטארק, און ווען זיי האבן אן אינפעקשאן גייט דאס אוועק בעז"ה ביז עטליכע טעג מיט די אנטביאטיקס, משא"כ ביי זייערע קינדער וואס נעמען יעדן טאג א גאנצן זאק מיט ווייטעמינען (נישט קיין גוזמא, קליינע קינדער נעמען יעדן טאג א 20-30 פילעכלעך) און זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייערע געזונט פראבלעמען.
קומען זיי מיט גאנצטע נארישע הסבירים, אז די אנטעביאטיקס זענען בלויז אזא אויבערפלעכליכע קלאפ פאר די מחלה, אבער מיט די אלע וויטאמינען גייט מען צו די שורש פון די פראבלעם, און מען איז עס ממש עוקר מן השורש, און דאס קען נעמען א לענגערע צייט. די פראבלעם איז אבער אז די לענגערע צייט נעמט שוין יארן לאנג, ועוד ידו נטי' רח"ל.

איך האב עטליכע קרובים וואס איך האב במו עיני צוגעזעהן ווי אזוי זייערע קינדער גייען ממש צוגרינד פון די געזונטע (=קראנקע) דעות, א קינד האט אמאל סרעפ, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. אבער אנשטאט גיין צום דאקטער גייען זיי צו די אלע רוחות. פארשטייט זיך אז עס העלפט ווי פאר א טויטן באנקעס, און די סטרעפ גייט זיי אריין אין די בלוט, און דאס ברענגט אז די קינדער ווערן זייער הייפער, זיי באקומען ADHD וחבר מרעיו, דאן גייט מען פארשטייט זיך ווייטער נישט צום דאקטער, נאר מען באקומט פרישע פילן, וואס ברענגן פרישע פראבלעמען, און פאר די פראבלעמען איז דא פרישע טראפן, וכן חוזר חלילה, די מעדיצען טשעסט ווערט פילער און פילער, די טאש ווערט ליידיגער און ליידיגער, און די פראבלעמען ווערן ווייטער מער און מער, און עס ברענגט נאר צרות און עגמת נפש, יסורים וחולאים. און מען זעהט נישט דעם עק.

עס איז נישט מיין ליין, אבער עס טרעט מיר צו צום געזונט, ווען איך זעה מיט מיינע אויגן ווי אזוי אידישע קינדער גייען אויס ווי ליכט, זיי באדן זיך אין צרות ויסורים, אלעס צוליב עטליכע בהמות וואס רייטן אויף כלל ישראל און ברענגן אריין די אלע געזונטע זאכן, און כדי זיי זאלן מאכן געלט מוזן זיי אנשרעקן דעם עולם אז די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, זיי זענען נאר דא צו פאר'סמ'ן די מענטשהייט צוליב אומבאקאנטע סיבות.

און ווי איך האב אנגעהויבן, פארשטיי איך נישט פארוואס די דאקטורים טאר מען נישט גלייבן, משא"כ די אלע געזונט עקספערטן וואס קענען פארקויפן וואס זיי ווילן און מען קען זיי נישט אפפרעגן, זיי מעג מען יא גלייבן בלינדערהייט?

אפשר איז אויף דעם אויך דא עפעס א האמאפעטיק טראפן?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס איז גראדע לעצטנס געווארן באשטעטיגט אין א שטודיע אז דאס נעמען איבער די מאס וויטאמינען טוט גארנישט אויף. עס איז דא א סיסטעם אין דעם מענטש און מען קען נישט סתם אריינשטיפן וויטאמינען אין די וועלט אריין, ווייל דער קערפער שפייט עס אויס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

אי"ה כ'וועל נאך ארויסשטעלען קלארע ארגומענטען קעגען וואקסינען, ס'איז א גרויסע אין פארצווייגטע נושא, מיט אסאך פאלטשע ארגומענטען בפרט אויף די זייט פין פרא וואקסין, כ'וועל פרובירען צי צאמנעמען א פרט אויפאמאל און עס מסדר זיין אויף א אופן גרינג צי ליינען אין פארשטיין, אין ווען ס'וועט זיין גרייט וועל איך עס פובליצירען אין א אשכול פאר זיך,

די נושא פין וועיקפיעלד איז אויך פארצווייגט, אבער די סוף פסוק איז אז וועיקפיעד איז יא גערעכט !, אין ברייען דיער איז א ביליגע שקרן, ואידך פירושא זיל גמור, כ'האב נישט קיין נערווען צי גיין יעצט זיך אריינלייגען אין די וועיקפיעלד פרשה, אבער כ'דענק אז בשעתו האב איך געליינט דערוועגען, אין די גאנצע זאץ איז געווען א מידיא בליץ צי פראמאוטען וואקסינס, אבער ווען איינער גראבט אביסעל טיפער זעהט ער די שקר, וואס געוויסע האבען דעמאלץ געטוהן, אין געזעהן די שקר, רוב שקר איז נאר אויבענאויף ס'נישט זייער שווער צי זעהן די אמת, בפרט פאר אידען וואס לערנען גמרא תוס',
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

חזקיה, אבי דו האסט דעם מיטל ווי אזוי צו אויפקלערן דעם עולם. ווען דו וועסט זיין גרייט מיט א גרונטליכע אנאליז אויף די פאקטן וועסטו קענען אויפקלערן די מענטשהייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און זאל דא קלאר געזאגט ווערן: אויב קומט נישט חזקיהו מיט באווייזן אזוי ווי ער האט אקארשט פארשפראכן. איז דאס אן אנדייטונג אז אלע זיינע טעאריעס /קאנספיראציעס אנטי עסטאבלישמענט רעטאריק, איז למפרע בטל ומבוטל כעפרא דארעא, לא שרירין ולא קימין כאילו הייתה פורטם.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

ענליך צו הערשי האב איך געזאגט אין חזקיהו׳ס אנדערע ארטיקל וועגן וואקסינען. איך ווייס נישט ווי אזוי צי לינקען אהין.
למעשה, וועיקפיעלד׳ס גאנצע צוזאם שטעל פון MMR צי autism איז געווען אז MMR causes GI issues, און קינדער מיט אוטיזם האבן אויך GI issues. מיז זיין אז MMR causes autism.
די עיקר וואס מען דארף געדענקן איז די נומבערס פון מיזעלס, מאמפס, און רובעלע וואס איז א דאנק וועקסינען אזוי ווייניג אז מען הערט כמעט נישט דערפון. און איך ווייס אז ער וועט קומען מיט טיעריס אז די נומבערס זענען נישט אמת, אבער זענען און פאקט יא אמת.
אויך מאכט ער (און די אלע קאנספיראטן) (גראדע גלייך איך אויך א גיטע קאנספירעסי, אבער דאס איז נישט פון מיינע פעיוועריט טיאריס, אפשר ווייל איך האב א קינד וואס איז אוטיסטיק) די אויסקוק ווי אלע אוטיסטיק קינדער זענען וועגן וואקסינען. וואס איז קלאר נישט אמת, ווי איך האב געזאגט אויף די אנדערע אשכול, עס זענען טאקע דא פעלער וואס קען זיין אז די וואקסינען האבן געמאכט א קינד אוטיסטיק, אבער זייער אסאך קינדער ווערן דייעגנאוזד נאך פאר די וואקסין.
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

MickyMouse האט געשריבן: אבער זייער אסאך קינדער ווערן דייעגנאוזד נאך פאר די וואקסין.


וואס הייסט נאך פאר די וואקסין, אין אמעריקע געבען זיי האפעטייטעס בי וואקסין גלייך ביים געבוירען, אפגעהיטען זאל מען ווערען דערפין, נישטא קיין שום ריזען צי געבען פאר א ניי געבוירעס א האפעטייטעס בי וואקסין, אין אין קאנאדא געבט מען עס טאקע נישט, אבער חלילה צי פרעגען א פראגע אויף די פארשאלטענע CDC, ווייל מען גייט עס ריפען "קאנספירעסי"......., אין דאס איז דאך שרעקליך, "קאנספירעסי", קאאאאננננסססססספפפפפפירעעעעעסססססססי......... יווווואאאא.

העלאו, ס'צייט צי אויפשטיין פין שלאף, מען רעדט נישט פין קאנספירעסי טעאריעס מען רעדט פין קאנספירעסי פאקטען, וואקסינס פעלט נישט אויס, ס'העלפט א רעטעך, און ס'שאדט אסאך, ואידך פירושא זיל גמור,

:o
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

חזקיהו המלך האט געשריבן: אין קאנאדא געבט מען עס טאקע נישט,

:o


נו וואס איז דארט דער גורם פאר אוטיזם?
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

די טענה איז דאך נאר אויף MMR אז עס איז גורם אוטיזם.
דאס גיבט מען נאך 18 חדשים, און אסאך אוטיסטיק קינדער זענען שוין דייעגנאוזד פארן ווערן וואקסינירט.

יעצט קומסטו שרייען אויף העפיטייטעס וואקסין? וואס איז דאס אזוי שעדליך?
און וואס הייסט עס העלפט א רעטעך?! עס העלפט פיין!!
אמור מעט ועשה הרבה.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

גארנישט איז פונקט. כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן ערגעץ אין א שפאנענדע מעשה'לע איבער די וויכטיגקייט פון "זיך נישט לאזן ווערן אויפגעקלערט קעגן נעמען וואקסינען".

עלטערן פון א קינד אין לאוואל קוויבעק שילדערן פארן בארימטן "שכל כולל", וויאזוי זיי האבן שיעור נישט פארלוירן זייער קינד פאריגע וואך, צוליב פארנאכלעסיגן וואקסינען.

מילא האב איך באשלאסן דאס אהערצוברענגן, שלא תמות כדרך שמת (כמעט) פלוני.
http://m.theglobeandmail.com/globe-deba ... ick=tglobe
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

MickyMouse האט געשריבן:די טענה איז דאך נאר אויף MMR אז עס איז גורם אוטיזם.
דאס גיבט מען נאך 18 חדשים, און אסאך אוטיסטיק קינדער זענען שוין דייעגנאוזד פארן ווערן וואקסינירט.

יעצט קומסטו שרייען אויף העפיטייטעס וואקסין? וואס איז דאס אזוי שעדליך?
און וואס הייסט עס העלפט א רעטעך?! עס העלפט פיין!!


די טענה איז אויף אלע וואקסינען נישט נאר MMR, גוט מארגען, טאמער די ווייסט אזוי ווייניג איבער די נושא אז די טראכסט אז די גאנצע התנגדות איז נאר אויף MMR איז אפשער א עצה זאלסט עס אביסעל ריסערטשען די נושא פאר די טענה'סטעך,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

אויך זעט מען אז ווען מ'נעמט נישט וואקסינען ענדיגט מען אלעמאל מיט א קאמע,,
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

יואב האט געשריבן:גארנישט איז פונקט. כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן ערגעץ אין א שפאנענדע מעשה'לע איבער די וויכטיגקייט פון "זיך נישט לאזן ווערן אויפגעקלערט קעגן נעמען וואקסינען".

עלטערן פון א קינד אין לאוואל קוויבעק שילדערן פארן בארימטן "שכל כולל", וויאזוי זיי האבן שיעור נישט פארלוירן זייער קינד פאריגע וואך, צוליב פארנאכלעסיגן וואקסינען.

מילא האב איך באשלאסן דאס אהערצוברענגן, שלא תמות כדרך שמת (כמעט) פלוני.
http://m.theglobeandmail.com/globe-deba ... ick=tglobe


ס'איז שיין שטיקל פראפעגאנדע, כ'וואלט אפילו נישט געגלייבט אז די מעשה איז בכלל געשעהן, אין טאמער יא ווי קומטעס בכלל אהער יעצט, כאגעמיינט אז H1N1 איז געווען א צווייטע יאר ווי קומטעס אהער דעי יאר, אין בכלל H1N1 איז א פלו, וואס קאמפליקאציעס דערפין קען אמאל ברענגען צי א לונגען אנטצינדונג, אבער ווי קומט אן א לונגען אנטצינדונג פאר ער זאל בכלל האבען די פלו פאר אביסעל, ס'איז טיפיקעל נאקעטע פראפעגאנדע פאר וואקסינס, אין פתי יאמין לכל דבר .....
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

sefish האט געשריבן:אויך זעט מען אז ווען מ'נעמט נישט וואקסינען ענדיגט מען אלעמאל מיט א קאמע,,


הער שוין אויף צי סיקירען וועגען די קאמעס, האסטע קוטשע פייעט נעקי ....
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די קאמעס אין נאר,,פרייליך'ס ניק קומט אויך א דאנק די זעלבע וואקסין?
וירח ה' את ריח הניחוח
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

נישט זיכער אין וועלכע אשכול דאס צו לייגן, צופיל רעדן וועגן דעים.
http://mobile.nytimes.com/blogs/well/20 ... 00000&_r=1
ארטיקל אין די נו יארק טיימס צי געבן פלארייד אזוי אינג ווי 2 יאר. :)
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

די ניו יארק טיימס איז איין גרויסע שטיק פערדען צואה, מיסאינפארמאציע רשעים,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

אמור מעט ועשה הרבה.
פארשפארט