בד"ה: המגיד מישרים הגאון רבי יענקעלע גלינסקי ז"ל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
בד"ה: המגיד מישרים הגאון רבי יענקעלע גלינסקי ז"ל
ברוך דיין האמת: יעצט איז נפטר געווארן דער באקאנטער מגיד מישרים הגאון רבי יעקב (יצחק) גלינסקי זצוק״ל, וואס מ'האט גערופן בלשון חיבה "רבי יענקעלע", אין עלטער פון 93 יאר.
רבי יענקעלע איז געבוירן אין יאר תרפ"א, צו זיינע עלטערן ר' אברהם צבי און דבורה גלינסקי, אין שטאט קרינק וואס איז אין פולין.
ער האט געלערענט אין בית יוסף נובהרדוק אין ביאליסטוק ווי דער ראש ישיבה איז געווען הרב אברהם יפה'ן, דער איידעם פונעם "סבא" פון נובהרדוק.
אין יאר תש"א איז ער פארטריבן געווארן קיין סיביר צוזאמען מיט אנדערע הונדערטע בחורים
נאכן צווייטן וועלט קריג האט ער חתונה געהאט צו זיין רביצין, הרבנית צביה ברוד, די טאכטער פון ר' חיים בנימין הלוי ברוד, א ברסלב'ע חסיד. און אין יאר תש"י איז ער ארויפגעגאנגן וואוינען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין בני ברק.
ר' יענקעלע איז געווען א באקאנטער מקורב ביים חזון איש און ביים סטייפלער גאון נבג"מ. און האט געדינט אלס א ראש ישיבה אין ראש העין. אזוי אויך האט ער אסאך געטוהן פאר די תימענע אידן וואס זענען ארויפגעקומען קיין א"י שפעטער האט ער געדינט אלס ראש ישיבת נובהרדוק אין חדרה, צוזאמען מיט הגאון הרב אלחנן פערלמוטער.
איבער אלע יארן איז רבי יענקעלע באוויסט געווען אלס א בארימטער מגיד, ווי ער פלעגט ארומפארן און האלטן דרשות, בעיקר אויפן נובהרדוק'ער וועג, מלא מוסר, מיט גאר אינטערסאנטע קראנטע מעשיות און הערליכע משלים, און היינט ניצן טאקע צענדליגע בעלי דרשנים גאנצעטע מאמרים און משלים וואס ר' יענקעלע פלעגט זאגן.
בערך דריי יאר צוריק האט מען ארויסגעגעבן די ספרים "והגדת" אויף חמישה חומשי תורה ומועדי השנה, וואס ענהאלט דרשות, סיפורים ומשלים פון ר' יענקעלע'ן.
היינט כ"ב בשבט תשע"ד, איז אלעס געקומען צו אן ענדע, ווען ר' יענקעלע איז נפטר געווארן אינעם בית החולים מעייני הישועה.
ער האט איבערגעלאזט זיין עלסטע טאכטער, אשת הגאון רבי חיים ברמן, פון די ראשי ישיבת פוניבז'. ער האט פארלוירן צוויי קינדער בחייו.
תהא נשמתו הגדול צרורה בצרור החיים!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 7:16 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
איי ר' יענקעלע, שטייט אויף א בענקעלע...
שעפטל האט געשריבן:בערך דריי יאר צוריק האט מען ארויסגעגעבן די ספרים "והגדת" אויף חמישה חומשי תורה ומועדי השנה, וואס ענהאלט דרשות, סיפורים ומשלים פון ר' יענקעלע'ן.
פארוואס די מוציאים לאור האבן געפיהלט פאר וויכטיג צו דריקן זיינע ספרים מיט נקודות איז beyond me, ס'פארגייט די אפעטיט צו לערנען ביי לכה דודי אין א ספר וואס זעהט אויס ווי א קינדער מעשה ביכל. א שאד.
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
אויך האט ער אמאל גאזאגט אז ער איז אויף געשטאנען איין אינדערפרי אין נאך מיט פארמאכטע אויגען האט ער געפילט ווי זיין קאף רירט אן איין זייט בעט אין די פיס די אנדערע, ער איז געווען זיכער ער איז געוואקסען איבער נאכט אפאר פיס,
אבער ווען ער האט אויף געמאכט די אויגן האט ער געזעהן אז ער ליגט אין די ברייט פונם בעט.
אבער ווען ער האט אויף געמאכט די אויגן האט ער געזעהן אז ער ליגט אין די ברייט פונם בעט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ס'דרייט זיך אן אלטע ווערטעל, מיסודם פון די נקיי הדעת פון מאה שערים (געדענקסט לעצטע וואך רש"י ובעל השור נקי?)
אז די צוויי מגידים האבן זיך אמאל געווערטעלט,
ר' יענקל האט אמאל געזאגט אז ווען ער זעהט א קנעפל אריינקומען אין צימער ווייסט ער אז אין א מינוט וועט ר' שלום שוואדראן נאכקומען...
האט ר' שלום צוריקגעזאגט, אז ווען ער זעהט א הוט שאקעלט זיך אויף די גאס, הייבט ער עס אויף און ער טרעפט ר' יענקל...

Under influence
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
לאמיך מזכה זיין די אידן וואס היטן זיך נישט נכשל צו ווערן אין אייוועלט, א פאר שיינע מעשה'לאך פון דארט
ער דערציילט ווען ער איז אין ליטא אנהייב דעם וועלט קריג אריין צו ר' חיים עוזר - דאכט זיך, נאכדעם וואס ר' חיים עוזר איז אנגעקומען אין ווילנא, האט ער א גאנצע נאכט פארדעם איבערגע'חזר'ט מסכת יבמות, אויב ר' חיים עוזר פרעגט אים זאל ער האבן וואס צו ענטפערן, ווען ער איז אריין האבן זיך אים אלע איברים געווארפן פון פחד, ער איז געווען זיכער אז ר' חיים עוזר וועט אים הייסן אויסרעכענען די חמש עשרה צרות וצרות צרותיהן וכו' למעשה האט אים ר' חיים עוזר געגעבן א קוק אן מיט א רחמנות'דיגן בליק, ''בחור'ל, ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט פון דיין טאטע מאמע? האט ער אים געפרעגט, ר' יאנקעלע האט אים געענטפערט ווען ער האט זיי געשיקט בריוו און נישט באקומען קיין ענטפער, ''האסט וואו צו עסן? האט ר' חיים עוזר געפרעגט, ר' חיים עוזר האט באמערקט זיינע צוריסענע שיך, האט ער אים געגעבן געלט צו קויפן נייע שיך און ער האט אים ליבליך געזאגט, מיין טיר איז אלעמאל אפן, ווען דו דארפסט עפעס, קום אריין.
האט ר' יאנקעלע אויסגעפירט, דאן האט ער געזען וואס עס הייסט א גדול בישראל, ער רעדט נישט פון די צרות אין מס' יבמות, נאר פון די פערענליכע צרות אויפן פלאץ...
עכ''פ מ'קען רעדן פון ר' יאנקעלע א גאנצע נאכט, ער האט געהאט מסירות נפש אויף תורה אין סיביר, נאך די שווערע צייטן איז ער אנגעקומען אין בני ברק מיואש און צובראכן, ער איז אריין צום חזון איש און זיך אויסגעוויינט, איך האב פארלוירן מיין טאטן, מיין מאמען, מיינע ברידער און שוועסטער, פון מיין גאנצע משפחה און מיין גאנצן שטעטל פון אלע מיינע באקאנטע בין איך געבליבן אליינס אויף די וועלט... אזוי האט ער געוויינט מיואש און צובראכן.
האט אים דער חזון איש געענטפערט:
אמאל איז א איד א סוחר קראנק געווארן, ער האט נישט געקענט פארן צום יריד, פרנסה דארף מען דאך אבער האבן, האט ער געבעטן זיין פרוי זאל דאסמאל אים איבערנעמען, איז זי נעבעך געגאנגען און זיך אנגעבארגט מיט געלט פון די האלבע שטאט און איז געפארן צום יריד, ווען זי איז אנגעקומען אין מארק איז איר פלוצלונג שלעכט געווארן און זי איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און גע'חלש'ט, נאך א מינוט האט זי זיך אויפגעכאפט, זי איז געגאנגען פון טישל צו טישל ביז זי האט געטראפן אן ערליכן סוחר, זי האט אויסגעוועלט עפעס גוטע סחורה, אפגעשמועסט א פרייז, און זי לייגט אריין די הענט אין בערזל ארויסצונעמען דאס געלט, און... ואיננו! דאס גאנצע געלט איז נישטא! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מינוט וואס זי איז געלעגן פאר'חלש'ט האט עס איינער גענומען.
די פרוי האט אנגעהויבן צו מאכן יאמערליכע קולות וברקים, כ'האב א שטוב מיט פיצלעך קינדער, א קראנקען מאן, און דאס געלט איז געבארגטע געלט! רבש''ע, וואס טוט מען דא!!! אידן רחמנים בני רחמנים זענען געקומען צו לויפן, אלע האבן ביטער רחמנות געהאט אויף איר, האט מען אנגעהויבן צו טראכטן ווער עס קען זיין דער גנב, מ'האט צוזאמגעשטעלט איינס מיט איינס, ווער איז געווען אין געגנט, ווער האט געזען ווי זי פאלט אוועק, וכו' וגו', ביז מ'האט מחליט געווען פה אחד אויף איין איד אז ער איז דער גנב. האט מען אים געשלעפט צום קאוונער רב צו א דין תורה.
די אידענע לייגט אראפ אירע טענות מיט בכיות נוראות, ווי איר מאן פון קראנקן בעט האט געארבעט צו פארשאפן די הלוואות, ווי אירע פיצלעך קינדער זענען געבליבן מיטן קראנקען טאטן אליינס אינדערהיים ווייל זי דארף ברענגען ברויט צו עסן, ווי זי וועט אהיימקומען א בעל חוב פאר די האלבע שטאט אן קיין לחם לאכול, וכו' דער איד הערט זיך אלעס צו, דערנאך ענטפערט ער פאר רב אזוי, איך הער אירע ווערטער, אבער להלכה איז די געלט מיינס, ווייל אין א עיר שרובה נכרים איז מען זיך מייאש, האט זי זיך שוין מייאש געווען פונעם געלט, איי רחמנות, האב איך ענדערש רחמנות אויף מיין פרוי און קינדער וואס דארפן אויך האבן פרנסה און נדן און קליידער וכו', דער קאוונער רב האט זיך צובייזערט, ''גיב שוין צוריק די געלט!'' האט ער געשריגן, דער איד האט געפאלגט, ער האט צוריק געגעבן דאס געלט.
דערנאך פרעגט דער איד דעם קאוונער רב, ילמדנו רבינו. אויב להלכה איז די געלט מיינס, פארוואס דארף איך רחמנות האבן מער אויף די פרעמדע פרוי ווי אויף מיין אייגענע?
די חכם איינער! האט זיך דער קאוונער רב צובייזערט, די געלט געהערט דאך נישט צו די פרוי, נאר צו איר מאן, ער האט דאך נישט געוואוסט אז זי האט עס פארלוירן, האט ער זיך בכלל נישט מייאש געווען דערפון, די פרוי ווידער, האט טאקע יא געוואוסט אז די געלט איז נעלם געווארן, אבער איז זי דען בעל הבית אויף די געלט זיך מייאש צו זיין? איז עס דען איר געלט אז זי זאל זיך קענען מייאש זיין דערפון.
האט דער חזון איז אויפגעהויבן (אפשר אראפגעלאזט...) די אויגן צו ר' יאנקעלע, ''איז דען די וועלט דיינס אז דו זאלסט זיך מייאש זיין?!!! די וועלט איז דעם רבש''ע, און ס'איז בכלל נישט אין דיין רשות זיך מייאש צו זיין פון איר...
אזוי ווי ר' יאנקעלע האט געהערט דעם פסק הלכה אז דער חזון איש לאזט זיך נישט מייאש זיין... איז ער אריין אין די כלים, ס'איז ידוע וויפיל ער האט געטון בכל כוחו ומרצו אין די ערשטע יארן ווען די מדינה האט אויסגע'שמד'ט אלפים ורבבות פונעם כלל ישראל, ווי ער איז ארומגעלאפן אין די קיבוצים, אין די פלעצער פון די נייע עולים, בשליחות פונעם חזון איש, און איינגעשריבן קינדער אין תלמודי תורה, ער האט מחזיר בתשובה געווען אידן לרבבות, נישט נאר פון די פרייע קרייזן, נאר אפילו ביינונז...
הוי מי יתן לנו תמורתו, מיטן אלטן חן, מיטן אלטן תמימות, אויף יעדע זאך האט ער געהאט א ווארט, א דבר תורה, א מעשה, א וויץ, א פליק, מ'קען זאגן אויף אים אז ער איז געווען אן אדם השלם, צו גאט און צו לייט.
חבל על דאבדין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
נאך א מעשה
ער איז אמאל געקומען קיין אמעריקא נאך געלט, איז ער אריין צום סאטמארן רבין פאר א ברכה, דער רבי פרעגט אים ווער ער איז, האט ער געזאגט זיין נאמען, וואס ווילסטו, האט ער געזאגט ער איז געקומען נאך א ברכה, רופט זיך דער רבי אן פארן גבאי'ן, געב אים א ברכה פון 2000 דאלער, זאגט ער פארן רבין, רבי איך בין נישט געקומען צום רבין נאך געלט, איך בין געקומען נאך א ברכה, זאגט אים די רבי, יא יא, אבער די ברכה דארף האבן ווי ס'זאל חל זיין, ס'קען נישט זיין א יש מאין....
שפעטער איז ער געווען אין ב"פ ביי א סאטמארע עושר נאך געלט, און דער עושר פרעגט אים צו די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה, זאגט ער יא, אבער קוים וואס ס'דעקט זיך, זאגט אים דער עושר, איך געב נישט קיין געלט פאר מוסדות וואס נעמען געלט פון די מדינה, האט ער אים דערציילט די מעשה פון רבין, זאגט אים דער איד, אלעס פיין און וואויל, דער רבי קען טון וואס ער וויל, איך קען אבער נישט עובר זיין אויפן רבינס באפעל צו שטיצן א מוסד וואס נעמט געלט, זאגט אים ר' יעקב הערט מיר אויס, אויב פאלגסטו אלעס וואס די רבי הייסט, ביסטו גערעכט, און איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, אבער אויב נישט, ביטע.
דער איד האט שיינערהייט ארויסגענומען 500 דאלער פון טאש און אים געגעבן
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
נאך א גוטס
דער חזון איש זצ"ל האט געזאגט פאר צוויי בחורים פון פונוביז': אויב איהר זעהט ר' יעקב'ן און ער האט צייט, זאגט איהם ער זאל צוקומען.
ווען כ'האב געהערט אזוי א נוסח, בין איך נישט געלאפן - נאר 'געשפרונגען'... וואס דארף דער חזון איש פון מיר? קומט ער אריין אין שטוב, זאג איך: וואס איז? זאגט ער אזוי: "ס'איז געקומען א בחור פון א קיבוץ פון השומר הצעיר, ער איז אנטלאפן פון קיבוץ אהן א צעטאלע". דאן אין ארץ ישראל זענען נישט געווען קיין 'פאספארטן', נאר ס'געווען א ווייסע צעטאלע אהן א פאטאגראפיע. אין אזא צייט טאר מען נישט ארומגיין אהן א צעטאלע.
וואס וויל מען פון מיר? " אזוי ווי דו ביסט דאך א ראש ישיבה אין חדרה, חדרה געהערט צו חיפה און דער קיבוץ געהערט אויך צו חיפה, פאָר אריין קיין חיפה און גיי אריין צום 'קצין העיר' [דאס הייסט אזוי ווי א גובערנאטור], און זאלסט איהם פארדרייען אביסל די קאפ אז מ'האט איהם בא'גנב'עט צו וואס, און ער זאל גיבן א צעטאלע".
זאג איך פאר'ן חזו"א: "ס'איז אביסל שווערלאך"... זאגט ער: "דו ביסט דאך א נובהארדיקער, ווען מ'טראגט דיך אהן הונדערט מאל אזויפיל וואלסטו עס געדארפט אננעמען! א מענטש וואס האט אמונה איז ביי איהם גאר א ריווח דער 'אחד בצער ממאה שלא בצער (אדר"נ א, ג)'
זאג איך: "כ'האב געוואלט עפעס פרעגן". זאגט ער: "וואס ווילסטו פרעגן א שאלה? כ'בין דען א רב אין בני ברק? כ'בין דאך א בעה"ב, גיי אריין צו הרב וואזנער'ן..!" מאך איך אזוי מיט'ן האנט מיינענדיג צו זאגן: אז איהר פאדערט פון מיר אזא זאך , לכל-הפחות מעג איך עפעס פרעגן... זאגט ער מיר: "וואס ווילסטו?". "איך וויל פרעגן: זיין טאטע אין קיבוץ איז אן אוכל חמץ בפסח ר"ל, וואספארא זכות האט דער בחור געהאט צו אנטלויפן פון קיבוץ?"...
זאגט ער: "זיין זיידע איז געווען א סוקולובער חסיד", און ווען זיין זוהן איז קאליע געווארן ר"ל און ער איז אריינגעגאנגען אין קיבוץ, איז ער געזעצן שבעה און געוויינט ווי אויף א נפטר ר"ל! "טרערן ווערן נישט פארפאלן!", אויב העלפט דאס נישט אויפ'ן זוהן ווייל ער איז דאך א בעל-בחירה, העלפט דאס אויפ'ן אייניקל!".
האב איך שוין יעצט א יסוד אז "וואס שווערער איז בעסער"!
ער האט מיר אמאל געזאגט: "א מענטש וואס טוהט פאר'ן רבוש"ע מיט טרערן און מיט שוועריקייטן, ווערט דאס נישט פארפאלן!".
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
שרייבער, נישט גערעכט אראפ צוברענגען פון אזא מקור טומאה, אז מ'ווערט נכשל און מ'כאפט דארט א בליק , דארף מען עס נישט אויסגיסען דא, אשרי נשוי פשע כסוי ...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
שרייבער האט געשריבן:נאך א מעשהער איז אמאל געקומען קיין אמעריקא נאך געלט, איז ער אריין צום סאטמארן רבין פאר א ברכה, דער רבי פרעגט אים ווער ער איז, האט ער געזאגט זיין נאמען, וואס ווילסטו, האט ער געזאגט ער איז געקומען נאך א ברכה, רופט זיך דער רבי אן פארן גבאי'ן, געב אים א ברכה פון 2000 דאלער, זאגט ער פארן רבין, רבי איך בין נישט געקומען צום רבין נאך געלט, איך בין געקומען נאך א ברכה, זאגט אים די רבי, יא יא, אבער די ברכה דארף האבן ווי ס'זאל חל זיין, ס'קען נישט זיין א יש מאין....
שפעטער איז ער געווען אין ב"פ ביי א סאטמארע עושר נאך געלט, און דער עושר פרעגט אים צו די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה, זאגט ער יא, אבער קוים וואס ס'דעקט זיך, זאגט אים דער עושר, איך געב נישט קיין געלט פאר מוסדות וואס נעמען געלט פון די מדינה, האט ער אים דערציילט די מעשה פון רבין, זאגט אים דער איד, אלעס פיין און וואויל, דער רבי קען טון וואס ער וויל, איך קען אבער נישט עובר זיין אויפן רבינס באפעל צו שטיצן א מוסד וואס נעמט געלט, זאגט אים ר' יעקב הערט מיר אויס, אויב פאלגסטו אלעס וואס די רבי הייסט, ביסטו גערעכט, און איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, אבער אויב נישט, ביטע.
דער איד האט שיינערהייט ארויסגענומען 500 דאלער פון טאש און אים געגעבן
די סאטמאר'ע רבי האט קיינמאל נישט געגעבען קיין געלט פאר אזעליכע מוסדות וואס נעמען געלט פון די מדינה, ער האט געגעבען פאר די מנהל פערזענליכע געברויכען.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
הרב רבי יעקלע האט זיך אויפגעהאלטען און סיביר מיט מסירת נפש בימי השואה א שיינע סיפור פארציילט הרב אפרים וואקסמאן אז מהאט אים גשטראפט צו זיין א נאכט אויף די גאס אין סיביר און די פרעסט ער האט זיך געווארמעט מיט ארומנעמענדיג מיט א הינט און ער האט דאס פארציילט ביי א חתונה פון א אייניקל אז ער האט נישט גחלומט צו דערלעבען מעמיד צו זיין א דור אוי וואס יודען האבען נעבאך מיטגעמאכט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל