פלעין יודיש האט געשריבן:מאראנצען זאפט
איך בין טאקע ניי דא אבער נאכן דורעכליינען אלע קאמענטארען פון דיין זייט לגבי אינזערע באליבטע איינשלעפער ר' פנחס מרדכי וועבער
הייב איך אהן צו שפעקולירן אז נישט מער און נישט ווייניגער איר זענט דאס אליינס מר פינקי שליט''א קענט איר פעסטשטעלן מיינע שפיקלאציעס אדער בין איך סתם א בעל דמיון
ווייל מסתמא גייסטו מיר שוין אויסזאגען
ענטפער פון מאראנצען זאפט
פלעין יודיש איך ווער משוגא פון דיין שנעלע קאפ וויאזוי כאפסטו אויף זאכן אזוי שנעל
פליז זאג קיינעם נישט אויס דעם סיקרעט האלט עס ביי דיך ביסט OK
קוק דיך אום אביסל אין אונזער שטיבל וועסטו זען אז מהאט מיר שוין פארדעכטיגט אלס פארשידענע אנדערע פערזאנען, צוליב מיינע אנשי שם ארטיקלען.
עד היום האב איך ניקים וואס שווערן זיך אין אישי אז איך הייס יואל אשר ישעי' לאבין.
כ'האב פאר דיר א סורפרייז, דער קומענדיגער וועמען מ'גייט טענה'ן אז איך בין, איז נישט קיין אנדערע ווי זלמן ווידער פון קול מבשר אליין, סטעי טונד...