נישט מיך. איך בין איינמאל געוועהן אין א קאסינא (אין נייעגרע פאלס) און איך האב מיר ארומגעדרייט דארט ווי א צודרייטער, נישט געהאט קיין אנונג וואס צו טוהן!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
לעצטע וואך, איין אווענט בשעת איך האב געגעסן נאכטמאל, האט די טעלעפאן זיך צוקלינגען. איך האב אויפגעהויבן דאס טרייבל, און יענער, אויף די אנדערע זייט פרעגט מיר: do you have afew minutes? I want to ask you a few questions regarding the upcoming elections. זייענדיג א גוטע בטבע, און האבענדיג עטליכע פרייע מינוטן, האב איך גענטפערט יא. ער האט זיך גענומען פרעגן פאר בערך 20 מינוט, און איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן. אזויפיל צייט האב איך שוין נישט. אבער איינער פון די שאלות וואס ער האט מיר פארגעליינט, איז געווען 'צו איך גיי שטימען אז קאסינאס זאלן ווער לעגאל אין ניו יארק, צו נישט. איך האב עם גענטפערט יא, פשוט ווייל איך האב געמאכט אזא חשבון: די גוטע זייט דערפון איז, אז די שטאט וועט איינקאסירן אסאך געלט, און מילא וועלן די טעקסעס אראפגיין. יעצט וועלן געוויסע זאגן אז עס וועט קאליע מאכן פאר געוויסע מענטשן. נו, זאג איך, בלייבטס זומער אין שטאט. מען האלט און איין קאמפלעינן אז מען מוז פארן אין קאנטרי ווייל יעדער פארט, און עס קאסט אן געלט וואס מען האט נישט. שוין, יעצט האט מען א תירוץ צו בלייבן אינדערהיים. מצד השני, מיינט עס אז אין די סיטי וועט אויך זיין קאסינאס. איז ווייס איך נישט וואס צו זאגן וועגן דעם.
גוטהאטהארציג זאגסטו דאך אליינס ,נאאיוו ביסטו אז דו גלייבסט אז טעקסעס וועלו אויף סיי וועלכן אופן אמאל אראפגיין און ווייל דו גלייבסט אז די קאסינאס ווען גורם זיין דער עולם זאל נישט גיין אין גלות מרצון.
היוצא לי מכל זה, ווי איך זעה דעם ענין, די מעלות זענען פיל מער ווי די חסרונות. לאמיר זיך נישט נער'ן, אין ברוקלין פעלט נישט קיין שמוציגע פלעצער, און אויב יא, איז מאנהעטן א קאצן שפרונג אוועק, און דארט איז שוין דא אלעס וואס מען קען זיך נאר נישט פארשטעלן, איז עס דאך ממילא אינטער די נאז, און אפילו אין די קאנטרי ווי עס איז אסאך ריינער, איז עס אבער אויך נישט אינגאנצן ריין, און עס איז היינטיגע צייטן - נאך אן קאסינאס - דא גענוג ווי צו זינדיגן דארט.
פון די אנדערע זייט אבער, די עיקר געטועכץ וועט זיין אין די מאנטיסעלא געגענט, דארט ווי די קאסינאס וועלן זיין, און די קאנטריס וואס זענען דארט, אויב פילן זיי אז עס איז צו נאנט, און עס האט א שלעכטע השפעה אויף זייער מקום, וועלן זיי דאס דאך קענען פארקויפן פאר גרויס געלט, אדער דעוועלאפן פאר נאך גרעסערע געלט, און מיט די געלט קויפן א שענערן און בעסערן פלאץ אביסל ווייטער, דארט ווי די השפעה פון די קאסינאס וועט נישט דערגרייכן.
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.
איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!
אינטערעסאנט איז אז סיי דו טיימס און דו דעילי ניוס זענען קעגן קאסינאס. און דער ניוס שרייבט אז פראפערטי ווערט וועט פאלן זיי ברענגען ראיות פון אנדערע געגענט ווי סדא קאסינאס
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
בעלזער רב שליט"א האט שון יארן צוריק גערעדט פון דעם ,ובלשונו 'די משפחות פארען ארויס פון שטאדט און דער יצר הרע פארט אריין אין שטאט'. עס איז שוין העכסט צייט מען זאל איינפירן די סיסטעם ווי אין א"י און יוראפ אז די גאנצע משפחה פארט צוזאמען אויף חופש/וואקאנס פאר א וואך צוויי.
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.
איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!
[center]ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????[/center]
גראדע די רבנים וואס זענען פארנימען מיט חפירות דייקא פון זייערע רייען זעהט זיך אהן שטארקע אקטיוויטעטן צו בויען פרישע געגנטער להחיות הנדחקים ונרדפים פון די געשוואלענע דירות פרייזען
שמעקעדיג אביסעל מער דרך ארץ פאר רבנים בפרט אדם כמוך וואס ברויך זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע אידען
............... גראדע האב'ך א ווייט ליסט פון בלויז באגרעניצטע סייט'ס, איך ברויך א ברכה פאר'ן חושד זיין אויפען ארגסטען