שטעלט אפ די זעלבסטמארדען אין אינזער קאמיוניטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ביז דיין לעצטע שורה האב איך געמיינט אז דו רעדסט פון פילן, וואס פסיכלאגן און פסכיאטער געבן. אבער ביידע זענען אמת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:כ'דענק ליינען אז רוב זעלבסט מארד קומט פין פילען נישט אקסעפטעד, אנגענומען, ביי דער צבור.

סא געדענקט ווען איר זענט מחליט צו איגנארירען איינעם און נישט אריין נעמען אין דער קליק, שפילט איר מיט א לעבען. קען זיין אז פארדעם איז געווארען מער זעלבסטמארד, ווייל מען האט מחליט געוועהן באופן סיסטעמאטי נישט אהנצונעמען פארשידענע, וואס אמאהל האט מען נישט געטוהן דאס אזויפיל, ממילא ברענגט עס מער זעלבסטמארד.

מען ברויך א נייע בעל שם טוב זאל מאכען א נייע דרך ווי יעדער זאל פילען אקסעפטעד, דער היינטיגע חריידיזים מיט אירע מנהיגים זענען שוין אויסגעדראשען, מען דארף טשעינדזש.

ס'איז דא עטליכע עקסעפשאנ'ס (אויסנאמען) צו דיין סטעיטמענט אין די לעצטע שורה. דער ניקלסבורגער רבי פון בארא פארק, הרה"צ ר' יונגרייז שליט"א. 8-) :D ;) :( :o
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

לאליפאפ האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:האט מען עס שוין אפגעשטעלט אין אנדערע קאמיוניטיס? למשל ביי די גוים וואו יעדן טאג איז דא צענדליגער סואיסיידס

פארשטאנען! סאו אויב יעדן טאג שיסן פינף אידן איינער דעם צווייטן איז עס אקעי, ווייל ביי גוים איז דא צענדליגער.. (שכל נישט אינוואלווד)

זיכער נישט אקעי, נישט דאס האב איך געמיינט. איך האב בלויז מרמז געווען אז ס'נישטא פאר די אויפגעקלערטע וואו צו גיין נעבעך, געווענליך טוען די אויפגעקלערטע אונטערייסן אונז היימישע אידן מיט עפעס וואס, לויט זיי, איז די גוישע באפעלקערונג בעסער און פון וועם מיר וואלטן זיך געדארפט לערנען. אבער יעצט זענען זיי סטאק נעבעך סטאק דא... געפילטע הוגה קרעקער זענען סטאק אין ראדני. (אדער הופער אדער באבוב)
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חזקיהו המלך האט געשריבן:זענען געקומען די פארשאלטענע פסודאו-סייענס אין אנגעהויבען צי פארסם'ען די מענטשהייט,

די וואקסינס, די פויזענס אין די וואסער און אין די עסען וואס איז דירעקט געמאכט צי אפשוואכען די מוח (יא דירעקט !) דאס אלעס ברענגט די מענטש צי א לעוועל אז ער קען פארנעמען אסאך ווייניגער,

ועל כולם איז די פארשאלטענע פסייקאו-אקטיוו דראגס, ווי ריטעלין פאר קינדער אין פראזאק, זאלאפט, פעקסיל, און אנדערע, וואס די דאזיגע דראגס טוען אפהרגענען דעם מענטשליכען מוח אין כוח אין אפילו לויט זיי אליינס ברענגט עס צי זעלבסמארד (זיי שרייבען עס אליינס אין די אינסערט אזס'קען ברענגען צי האומיסייד אין סואיסייד)


היבש מאדנע וועם איר האלט פאר science און ווער ס'איז ביי אייך pseudoscience

איר פארשטייט אז די FDA פארלאנגט ארויסצושרייבן אז Fluoxetine קען העכערן די risk פון זעלבסמארד פארזוכן און עם כל זה איז עס די מעדיצינישע עקספערטן די וואס פארשרייבן דאס פאר חולי נפש איז דאס זיכער אז מ'גיבט דאס נאר פאר די וואס ליידער איז די risk פון נישט געבן Fluoxetine שטארק אריבער די חשש פון יא געבן (chemotherapy יוכיח)

זיי ברענגען אז 90 פראצענט פין די מאסען שאוטינגס איז געווען דורעך מענטשען אויף די דאזיגע דראגס

איך ווייס נישט ווער זענען די 'זיי' (כ'ווייס גראדע יא..), אבער ווי מ'זאגט ביי די גויים do your research

פאר גלויביגע אין סייקאו-דראגס, ליינט ביטע דעם בוך פין דעקעל צי דעקעל, קענסט עס באקומען אויף אמאזאן פאר 0.98 פלאס שיפפינג


טאמער ס'איז די פרייז וואס געפעלט דיר אזוי שטארק קען מען פארהאנדלן... האסט געכאפט אן אקטעוויסטקע, הער די אנדערע זייט אויכעט. ווי דוקטור Roger Gould שרייבט
[left]I agree with the other twenty doctors you talked too..its nonsense. The real question is why do you pay any attention to it...you will get the same answer from the next twenty reputable doctors, so why aren't you convinced yet? The answer to that question is the answer you are really seeking.[/left]
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ווי שטארק איז שוין א מענטש. די ארגסטע איז ווען סאיז קנאה. יענער האט אלעס און איך גארנישט. וויפיל קעיסעס פון מרה שחורה וואס איך אליינס בין באקאנט, בעיקר ביי עלטערע בחורים. מען קען זיצן שעות ארוכות און וויינען און וויינען און מען ווייסט אפילו נישט פארוואס. סשטיקט מיט טרערען מען וויל נאך וויינען. מען איז אבסעסט מיט עפעס. מען וויל רעדען צו איינעם אבער סאיז נישטא צו וועם קיינער פארשטייט מיך נישט קיינער איז נישט אינטערסירט אויף מיר. פיין האסט געווינען ביסט א בעסערע בחור פון מיר וואס ווילסטו פון מיר. מען האט עפעס מורא און מען ווייסט נישט פארוואס. אין זייער אסאך קעיסעס איז עס פשוט א מעסעדש פון דעספערעישאן. מעןהאט שוין געטאן אלעס אז יענער זאל קוקען אויף מיר אבער סהאט נישט געארבעט. אוי באשעפער. א פחד. מען מיז לאזן יענעם רעדן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך האב געענדיגט ליינען דעם אשכול בין איך געווארן צומישט און צובראכן. פון איין זייט שרייט דער פותח מיט רעכט אז מ'זאל אפשטעלן די שרעקליכע מגיפה, שרייט ליטוואק אויף דעם אז ס'ווייזט אז אונזערע מנהיגים זענען טיעף אין די ערד, שרייט הוגה אז מ'מוז אויפוועקן אונזערע געפילן און יקרא דחיי, געפילטע טענה'ט (מיט רעכט) אז עס איז פילפאכיג ערגער ווי אונז מיינען, חזקיה האלט גאר אז עס האט מיט סייקאו-דראגס (אגב דיין Logic אז אלע נערדערערס זענען אויף סייקאו דראגס און דערפאר זענען זיי מערדערערס איז כמעט ווי די logic אז דייעט קאוק מאכט גראב ווייל אלע גראבע מענטשן טרונקן עס). אבער למעשה? וואס קען מען טאקע טון למעשה צו סטאפען די שוידערליכע געשעהנישען וואס גייט דא פאר???

איך האב פארמאכט די אשכול און איך בין געווען צוריק אין די געזעלשאפט אפטיילונג, זע איך די "צניעות, צניעות, צניעות" אפטיילונג און איך טראכט צו זיך, איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א קליער קאוט עצה פאר די מגיפה וואס ס'גייט פאר, אבער ווילאנג מ'וועט זיין ביזי מיט די צניעות שטותים, ווי לאנג מ'וועט זיך פרובירן צו הענגן אויף יעדע נארישקייט וואס ווערט היינט אנגערופן "צניעות", ווי לאנג די עיני העדה, די מוסדות און אונזער קולטור וועט נאר זיין ביזי צו טרעפן נייע חידושים און פרישע עקסטרעמע אזויגערופענע צניעות גדרים, וועלן אונזערע פראבלעמען קיינמאל נישט אדרעסירט ווערן. די ווארט איז נישט דווקא צניעות, הוא הדין אינטערנעט, הוא הדין די סייז פון די קאפלעך און די שעיפ פון די גלעזער. ווי לאנג מיר פאוקוסן נישט אויף די סיריעס פראבלעמען וואס פלאגט אונז אלץ א סייסייעטי קענען מיר נישט ערווארטן אז זאכן זאלן זיך טוישן...
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אזוי ווי ודי למבין בין איך אויך שוין אביסל צוטומלט, קודם איז מיך די גאנצע פענאמען פון היימישע זעלבסמארד געווען א חידוש איך האב נישט געוויסט אז אזא פראבלעם עקזעסטירט ביי אונז, און אפשר איז דאס גאר די פראבלעם
אנדערע האבן פרובירט זאגן אז מיר זענען גארנישט ספעציעל די ציפערען זענען די זעלבע ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, אבער איך פארשטיי אינגאנצן נישט די טענה, איר דארפט נעמען אין חשבון אז ווען מען רעדט פון אלגעמיינע באפעלקערונג נעמט דאס אריין אין זיך עלנדע מענטשן, דראג און אלקאהאל אדיקטן, און היימלאזע מענטשן אימיגראנטן א.א.וו.
ביי אונז רעדט מען פון נארמאטיווע מענטשן, וואס האבן משפחות וואס דארפן שטיין צו זייער זייט, באלאנגען צו קהלות, וואס די אלע זאכן דארפן שוצן פון טוהן אזעלכע פאריאוש'טע שריט.
א מענטש וואס באגייט זעלבסמארד האט שוין פרובירט אלע אויסוועגן, ער האט שוין געלאזט וויסן פאר אלע זיינע ארומיגע אז ער איז אין א קריזיס און ער זוכט הילף, אדער שפירט ער אז זיין פראבלעם וועט נישט קענען געלעזט ווערן און קיינער וועט אים נישט פארשטיין, אדער איינער וואס שפירט אז ער האט נישט קיין פלאץ אין די געזעלשאפט ווי ער געפונט זיך.

די זעלבסמארד קען קומען פון א בחור וואס האט געהערט א שרעקעדיגע דרשה פון משגיח און נכשל געווארן נאכאמאל און נאכאמאל און אריינגעפאלן און א רינג פון יאוש וואס ער טרעפט נישט די וועג ארויס, צו וועם זאל ער רעדן? צו זיין משגיח וואס וועט אים אנהייבן יעצט פייניגען און דערגיין די יאהרן? צו זיינע עלטערן? זענען זיי דען א אדרעס פאר א אפענע שמועס איבער אינערליכע פראבלעמען?
עס קען זיין א בחור מיט כשרונות וואס מען קען נישט נוצען בין כותלי הישיבה זיינע מחשבות טראגן אים ארום, און זיינע טאלאנטן זענען דערשטיקט, ער שפירט געשטיקט אין די סביבה ווי ער געפונט זיך, ער פרובירט צו רעדן צו זיינע עלטערן זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס ער וויל, אדער ווילן נישט פארשטיין ער פאלט אריין אין א דעפרעסיע וואס די איינציגע וועג ארויס איז די וואס פירט צום גן עדן.
עס קען זיין א ווייבל וואס איר הייראט איז צובראכן, אבער זאל זי גיין זאגן אירע עלטערן אז די טשאטשקע איידעם אויף וועם זיי באקומען קאמפלימענטן יעדן טאג איז א פארשטונקענע חזיר וואס פארביטערט איר דאס לעבן? זי קען נישט געפונען קיין סיפוק אויף אנדערע וועגן ווייל עס איז נישטא [שיין דארף מען זיין פאר די מאן כידוע ועיין אשכול צניעות צניעות צניעות] זי קען נישט זיך אנטוהן גאר שיין צו הייבן איר זעלבסווירדע, דעריבער די איינציגע אויסוועג איז די דערענבנדיגע דאך.
עס קען זיין א אינגערמאן אין די מיטעלע יאהרן פון זיין לעבן וואס זעהט זיך מיט א שטוב מיט קינדער אבער נישט דאס איז די וועג וויאזוי ער האט געוואלט לעבן, מען האט אים אריינגערוקט מיט א ווייב און נאך פאר ער האט געהאט א געלעגהייט צו טראכטן האט ער זיך דערזעהן מיט א באנדע קינדער, ער האט נישט ליב זיין ווייב און קינדער און איז פול מיט שולד געפיהלען, און איז צוטראגן, צו וועם זאל ער זיך ווענדן? מען וועט אים דאך לעיבלען אלס פארדארבענער אלס הפקר יונג, קען אים איינער פארשטיין? אז ער זאגט שוין יא באקומט ער נאך א מוסר פארציע. ער זוכט א לייכטע וועג ארויס און דאס איז זעלבסמארד

מען איז ביי אונז מער סענסעטיוו צו באמערקן אז יענעמ'ס זוהן גליטשט פון וועג, אבער צו זעהט מען אויך אז יענער גליטשט אריין אין דיפרעסיע און מען זוכט צו העלפן?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

חזקיהו המלך האט געשריבן:ווען מען וועט אויפהערען מיט די וואקסינס, די פויזען אין די עסען און אין די וואסער, ועל כולם אויפהערען מיט די פארשאלטענע פסייקאו-דראגס, וועלען זיך די זעלבסמערדערייען אויפהערען,

אין פאר די אלע עסקנים וואס זענען ביזי פיטערען דעם עולם מיט דראגס, זאלען זיי וויסען זיי זענען רשעים ארורים, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין,


מיר יעצט פארענטפערט געווארן פארוואס ער האלט אז נישט די אראבער האבן אויסגעפירט די 911 טעראר אטאקעס, ווייל ער האט געמאכט א פשוט'ע חשבון זיי נעמען דאך נישט קיין וואקסינען טא ווי קומט צו זיי זעלבסמארד!
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

קרעקער האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=qXaieziZ2rQ



איך פארשטיי נישט וואס ער פרובירט צו זאגן.

און ביי די קאמענטס וואס וויל מען פון נעבעך פון דעם אינגערמאן
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פארוואס דארף יעדער וועלטליכער פענאמענען ווערן א קאמיוניטי פראבלעם? עס איז אסאך גרינגער צו אנקלאגן דיינע אומגעזאלצענע אייער שפייז אויף די צניעות אסיפה ווי צו זאגן אז דו ביסט פשוט אן אומטויגליכער קעכער. זעלבסטמארד איז דא אויף די וועלט זינט מענטשן זענען געווארן גענוג קלוג צו כאפן אז מיט א קליין פילעכל קען מען זיך איינשפארן אסאך שוועריקייטן וואס דער לעבן ברענגט מיט זיך, און די רעשט איז היסטאריע.
כ לָמָּה יִתֵּן לְעָמֵל אוֹר; וְחַיִּים, לְמָרֵי נָפֶשׁ.
כא הַמְחַכִּים לַמָּוֶת וְאֵינֶנּוּ; וַיַּחְפְּרֻהוּ, מִמַּטְמוֹנִים.
כב הַשְּׂמֵחִים אֱלֵי-גִיל-- יָשִׂישׂוּ, כִּי יִמְצְאוּ-קָבֶר.
כג לְגֶבֶר, אֲשֶׁר-דַּרְכּוֹ נִסְתָּרָה; וַיָּסֶךְ אֱלוֹהַּ בַּעֲדוֹ.
כד כִּי-לִפְנֵי לַחְמִי, אַנְחָתִי תָבֹא; וַיִּתְּכוּ כַמַּיִם, שַׁאֲגֹתָי.
כה כִּי פַחַד פָּחַדְתִּי, וַיֶּאֱתָיֵנִי; וַאֲשֶׁר יָגֹרְתִּי, יָבֹא לִי.
כו לֹא שָׁלַוְתִּי, וְלֹא שָׁקַטְתִּי וְלֹא-נָחְתִּי; וַיָּבֹא רֹגֶז.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יא, יאיר, ס'איז אן אלטע מעשה, ובלשון הרמב"ם שטארבט זיך געשמאקער:

שמא מן העמלין מרי נפש הוא המחכים למות, שתוקעין החרבות בבטנם ומשליכין עצמן מעל הגגות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

foot steps איז לכוארה א גוטע סאלאשען פאר געוויסע
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

גאנצל, כאטש דו האסט עס געזאגט אלץ א ליצנות, האב איך דיך געלייקט ווייל עס איז באמת אזוי! פוטסטעפס איז בלי ספק א ישועה פאר אסאך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט