איש אשכולות האט געשריבן:אט איז א קורצע ליסט וואס איך האב צוזאם געקליבן, וואס איינער וואס האט צוויי אויגן אין קאפ זעט זייערע פינסטערע מאטיווען און סם וואס זיי שפייען:[/b]
1) צבי ארי' האט נעבעך נישט געקענען אויסנוצען זיינע מוזיק טאלאנטען, ווייל זיין טאטע האט אים נישט געלאזט. און אנשטאט איז ער געווארן א אפגעריסענער כולל אינגערמאן...
2) חרדים זאגן קיינמאל נישט פאר זייערע פרויען 'איי לאו יא'...
3) א בילד כאילו חרדים טרינקען קאווע אדער טיי א גאנצן טאג. דאס איז פארוואס מען זעט שלום ביי די אכילה ושתיה א גאנצען צייט. וואס דאס מיינט, אז חרדים טרינקען און עסן א גאנצען טאג...
4) חרדים ווערן געשטיפט צום שידוך מיט געוואלד...
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער...
6) קינדער רופן די עלטערן צו דין תורה...
7) ליצנות פון שמירת ענים, למשל ווי עקיבא איז געזיצן אלס בחור אויפן באס קעגן א אויסגעלאסענע כאלערע...
8) ליצנות פון מחאות, ווי ארויסשטיפן א חצופה פון א געשעפט..
אלעס איז שוא ושקר, און ביליגע ליצנות פון חרדישע אידן. אראפגעלייגט מייסטערהאפטיג אבער מיט גופטיגע סם. עס שוידערט די געוויסן אז 'אידן' ווערן גענוצט צו שפילן מיט פרויען אזוי ביליג. ווי מען נעמט קליינער קינדער, קליינער בחור'לעך א.ד.ג. זאלן שפילן טיילן פונעם חרדישען לעבן אויף א פארבאטענעם אופן, אפי' זיי זענען 'חלונים'.
תמצית היוצא פון דעם שטיסל: 'סם המות', גופט און פויזן אויף אידן מאמינים לה' ולתורתו.
זיי שפייען נישט קיין סם און זיי האבן נישט קיין פינסטערע מאטיוון, ווי עס איז די שטייגער פון מאוויס איז אוודאי זאכן איבערגעטריבן און דראמאטיזירט אבער און אלגעמיין איז עס געוואלדיג צום פוינט אנגערירט האקעלע נקודות ביי חרדים, בעיקר נעגאטיווע אבער אויך גוטע נקודות צום ביישפיל:
די תמימות פון גיטל'ע און די כוחות וואס זי לייגט אריין צו האלטן די שטוב האט מיך גערירט ביז טרערן
די געטריישאפט וואס די משפחה האט צו די קראנקע באבע און אזוי אויך די געטריישאפט פון שלום צו זיין טאכטער ווען זי איז אין א געדריקטע מצב
די חדר ווערט אראפגעלייגט זייער פאזיטיוו ווי מען לערנט און זינגט מיט די קינדער אפשר נאך בעסער ווי אין רעאליטעט
און אזוי ווייטער
די פוינטס וואס די ברענגסט ארויס איז אמת אז עס טוט נישט דווקא כאראקטעריזירן חרדים, אבער קלאהר אז ס'איז דא אזעלכע זאכן ביי אונז.
1) יא עס דרייען זיך אין די כוללים הונדערטער צבי אריה'לעך און עקיבה'לעך וואס מ'האט אונטערדריקט זייערע טאלאנטן, אדרבא קוק וויפיל פראצענט ארטיסטן די אלגעמיינע גאס געט ארויס און קוק ביי אונז עס איז קלאהר אז מיר זענען א ריזן בית הקברות פאר מענטשליכע טאלאנטן און געפיהלן
2) איך מיין אז דו וואלסט בעסער געזאגט אז עס זענען דא חרדים וואס זאגן יא איי לאוו יו... עס איז זיכער אז סאיז דא א גרויסע פראצענט פרויען ביי אונז שלא טעמו טעם לאוו
3) חרדים עסן און טרינקען א גאנצן טאג... איך זעה נישט ווי זיי פרובירן צו אוועקשטעלן אזא בילד עס איז נאר די כאראקטער פון שלום און עס קומט זייער גוט אריין אין די צוזאמשטעל פון די כאראקטער פון שלום, ואכמ"ל
4) חרדים ווערן אריינגעצווינגען אין שידוכים.... ניין זיי ווערן נישט?
5) פרויען שלאגן זייערע ווייבער... דאס מוז איך מודה זיין אז איך האב נישט געהערט פון אזא ערשיינונג, אקעי איך גיי דיך נישט כאפן ביים ווארט, דו מיינסט די שטיקל ווי די ווייב פון שלום ווערט צולאזט און שלאגט איר מאן, גראדע איך האב פארשטאנען א פארקערטע מעסעדש, איך זעה ווי זיי לייגן אראפ די קאנטראסט פון שלום שטיסל און זיין ווייב
שלום איז א ריכטיגע געמאכטע פרימער, רוממות א-ל בבגרונו שם שמים שגור על פיו און ער איז מחנך זיינע קינדער גאר גאר שטרענג צו האבן שמירת עיניים און זיך היטן בקדושה, ווען און די זעלבע צייט ליגט ער גאנץ גוט און עולם הזה אכילה שתיה משגל וכו', ער לאזט נישט קוקן די מטס פון יום העצמאות מיט די הסבר וואס ער האט געהערט פון די מנוולת רביצין ערבליך, און ער אליין גולמ'ט ביים פענסטער און אזוי ווייטער
לעומת זה איז זיין ווייב די פונקט פארקערטע זיי איז א עהרליכע פרוי וואס ליידט און שווייגט, זי וויל אז פאר אירע קינדער זאל זיין גוט, און טראץ איר איידלקייט גייט זי ארויס פון די כלים ווען זי שפירט אז איר מאן לייגט צוגרינד די קינדער.
זי איז א פרומע פרוי אבער אויך א אמת'דיגע. מינוטען פאר'ן שטארבען פארגליסט זיך איר א שטיקל טשאקאלאדע און זי בעט עס פון איר מאן אהן קיין בושה
אלזא די חלק וואס זי שלאגט די מאן ברענגט גראדע ארויס א פאזעטיווע פוינט ווי א חרדיש'ע מאמע זארגט פאר אירע קינדער
6)ליצנות פון שמירת עיניים איך זעה נישט די ליצנות, די שטיקל איז ווייטער ארויסצוברענגען די צביעות פון שלום ווי ער מוסר'ט זיין זוהן בשעת ער ווארפט אייגעלעך, דאס איז א חלק פון די מעסעדש וואס לויפט דורכאויס די גאנצע שוי.
7) ליצנות פון מחאות, פונקט פארקערט די שטיקל זאגט פאר די פרייע צוקוקער נעקסטע מאל די זעסט א צודרייטע חרדי מוחה זיין זאלסט אים דן זיין לכף זכות, דאס איז די וועג פון טייל חרדים זיך ארויסצוגעבן זייערע אנגעזאמלטע ביטערקייט פון זייערע פערזענליכע צרות...
בסך הכל איך זעה אז דו האסט אביסל פאלש אפגעלערנט די גאנצע שוי, איך זעה נישט דארט קיין גיפט אויב עפעס איז עס פארקערט עס ברענגט ארויס די צרות און גבורות און פראבלעמען וואס פלאגט מענטשן אינערהאלב די חרדיש'ע ציבור אבער איז בכלל נישט עפעס וואס איז געבויט צו באשמוצען אדער חוזק מאכן פון די חרדים אין אלגעמיין, אויב וועסטו ליינען אביסל די פידבעק און קריטיק וועסטו זעהן אז עס איז פונקט פארקערט ביי אסאך חילונים האט עס געגעבן א פאזיטיווערע בליק אויף חרדים
ועוד חזון למועד ארויצוברענגן די שיינקייט און טיפקייט פון די סעריע