sefish האט געשריבן:מצטמק ויפה האט געשריבן:איך בין פונקט אריבער mostly music און גל פז, און עס איז געפאקט דער עולם שטייט און די רייע צו קויפן די נייע סידי, אשרינו מה טוב חלקינו, אז מען נעמט ארויס די נישטיגע פּאר דאלער פון טאש,און מען קויפט עס ווי א נארמאלע מענטש, און מען איז מכיר טובה פאר די חדשים ארבעט פון קאפ און מוח, און אלפים פון געלט וואס גייט אריין אין אזא סידי, מי כעמך ישראל!
איך האב געמיינט אז דו מאכסט א וויץ. ''מי כעמך ישראל'' וועל איך זאגן ווען ס'וועט זיין געפאקטע ליינ'ס ביי בית הספר וואס ווילן קויפן עפעס א נייעם ספר וואס איז ארויסגעקומען.
אויך מיר א מי כעמך ישראל... רבוש"ע
מלאכים האט דער באשעפער גענוג.
כביכול האט הנאה ווען מענטשן וואס קענען הערן יענעמ'ס אלבום בגניבה און קיינער וועט נישט וויסן, און אנשטאט שטייט מען אין די ליין ביי מאוסטלי מיוזיק צו צאלן די אויסגעהארעוועטע פאר דאלער!
און טענה זיך נישט מיט מיר, ווייל אליהו האט זיך מגלה געווען צו מיר און דאס פארציילט, און מוסיף געווען אז די גאנצע פמליא של מעלה זינגט מי כעמך ישראל.