פארווארט:
ס'דא דריי מאכט צענטער'ן אויף די וועלט, רוסלאנד, כינע, און נאכדעם איז דא די מערב וועלט וואס די מערב וועלט ווערט אנגעפירט דורעך א באנדע עמלקים, וואס מאנכע ריפען אן די ניי וועלט ארדענונג באנדע, אדער אין קורצען: NWO
די ערגסטע פין די דריי זענען די מערב וועלט עמלקים וואס פלאנירען א טעכנאלאגישע טיראניע, זיי ווילען איבערנעמען די וועלט אין זיי ווילען "עלימינירען" א גרויס חלק פין די מענטשהייט מיט טעכנאלאגישע מיטלען ווי לאבאטאריע וויירוסעס אין אזוי ווייטער, זיי זענען רשעים ארורים וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן, זיי פלאנירען מערסטענס אונטער שלאס אין ריגעל אבער פין צייט צי צייט זאגען זיי אפען וואס זיי פלאנירען,
אזוי ווי כ'האב געזעהן וואס גייט פאר האב איך באשלאסען אז לא עת לחשות, מען מוז די חברה ציברעכען אויף שטיקער, מען מיז טוהן וואס מען קען צי צישטערען זייערע פלענער, אין אז מען טוט וואס מען קען וועט דער באשעפער העלפען,
האב איך באשלאסען אויף די אייגענע האנט צי אנהייבען א באהאלטענע קאמף קעגען די רשעים ארורים, וויזוי די קאמף האט זיך אויסגעשפילט אין וואס כ'האב באוויזען אויפציטוהן וויל איך באשרייבען אין די סעריע פין "מיין קאמף מיט די עמלקים", יעצט קענט איר ליינען די ערשטע עפיזאד פין מיין אנטשלאסענעם קאמף,
ליינט מיט שפאנונג !
----------------------------------------------------------------------------
ס'געווען מיטוואך אינדערפרי פ' יתרו ווען כ'האב באשלאסען אז אם אין אני לי מילי, מען קען שוין נישט ווארטען, מען מיז אנהייבען א אנטשלאסענעם קאמף אן קיינע פשרות,
די ערשטע זאך וואס כ'האב געוואלט וויסען איז געווען וואס זענען די פלענער פין די עמלקים, וואס איז זייער נעקסטע סטעפ אין זייער פלאן קעגען די מענטשהייט,
אזוי ווי כ'ארבעט כמעט אליינס, האב איך אליינס געדארפט אנהייבען צי שאפען שפיאנאזש אינפארמאציע, אזוי ווי זיי האבען אסאך פין זייער באנדע איינגעפלאנצט אין די "סי איי עי", האב איך באשלאסען אז כ'דארף זיך צים ערשט אריינבאקומען אין די "סי איי עי" און דארט אנהייבען זעהן ווי מען קען ארויס ווישען די וויכטיגע אינפארמאציע וואס איך דארף וויסען,
אזוי ווי כ'האב געוויסט אז כ'וועל דארפען זיין אסאך אויף די וועגען, האב איך זיך איינגעהאנדעלט א מאביל אין כ'האב עס אויסשטאפירט מיט אלעס וואס ס'קען מיר צינוץ קומען אין די מלחמה, אריינגערעכענט וואפען א אמוניציע,
כ'האב זיך געזעגענט פין מיינע נאנטע, אין כ'האב מיר ארויסגעלאזט אויף ווירזשיניע,
כ'האב א חבר א העקער אין א שריפטען פעלדשער וואס איז מיר געשטאנען צי הילף די גאנצע מייט, ער הייסט חנניה, ער האט מיר ציגעשטעל די נויטיגע פאפירען אז כ'בין א סי איי עי ארבעטער אין באוואפענט מיט א שיינעם סאוט אין א שניפסעל אין אין טאש א רעוואלווער פין סעציעלע פלאסטיג וואס ווערט נישט אויפגעחאפ פין די מעטאל דיטעקטער האב איך זיך ארויס געלאזט צי די סי איי עי הויפט קווארטיר, שעפשענדיג א שטילע תפילה אז דער באשעפער זאל מצליח זיין מיין וועג,
כ'קום אריין, כ'סווייפ מיין קארטעל, ס'ארבעט א מחיה (שכוח חנניה), כ'הייב אן צי שפאצירען אין די לאנגע קארידארען אהין אין אהער צי זעהן וואסערע אפטיילונגען ס'איז דא און ווי ס'איז די ריכטיגע פלאץ ווי מען דארף האלטען אן אויג,
פלוצלינג קום איך אקעגען א שילד ווי עס שטייט "ביאלאגישע וואפען אפטיילונג", דאס קוקט מיר אויס אינטערעסאנט, ס'איז געווען א היי סיקיורעטי אפטיילונג, אבער א סווייפ מיטען קארטעל האט מיר אריינגעלאזט אן קיינע פראבלעמען,
כ'שפאציר מיר אראפ דעם קארידאר, און ביים סוף פינעם קארידאר האט זיך געהערט ווי מענטשען רעדען, כ'קוק אריין דורעך דעם זייטיגען ווינדאו אין ס'זעהט אויס ווי א מיטינג פין הויעכראנקיגע באמטע, נו ברויך מען דאך צי הערען וואס גייט פאר, כ'עפען די טיר אין כ'געב א פרעג צי דזשעיסען סמיט איז דארט ווייל ס'דא א וויכטיגע מעסעדזש פאר אים, פארשטייט זיך אז ס'נישט געווען דארט קיין זשעיסאן סמיט, אבער בשעת כ'האב געפענט די טיר האב איך אריין געשטופט א פיצינקע אודיאו ריקארדער וואס חנניה האט מיר ציגעשטעלט,
איך גיי ארויס אין איך שטופ אריין אין מיין אויערען די פיצינקע ריסיווער, אין כ'לאז זיך אויפען וועג ארויס פינעם בנין,
דערווייל הייב איך אן צי הערען וואס מען רעדט דארט ביי די מיטינג,
קול א'] הער מיר צי, מיר האבען געטוהן וואס מיר קענען,מיר ניצען די לעצטע טעכנאלאגיע, נישט אלעס געלונגט אזוי ווי מען וויל,
קול ב'] ס'איז פיינע תירוצים אבער מען דארף זיך געבען א שאקעל ווייל דער המון עם הייבט אן צי חאפען וואס עס גייט פאר מען קען נישט צי לאנג שלעפען די זאך,
קול ג'] יא דאס איז טאקע א פראבלעם, אונז פרוביר מיר וואס אונז קען מיר, אז די אלע וואס הייבען אן צי חאפען וואס גייט פאר אז מען זאל זיי באטיטלען אלץ "קאנספיראציע ליבהאבער", אבער ס'איז נאר גוט ביז א געוויסע פונקט, מען קען נישט אלעמאל האבען די זעלבע סטראטעגיע, מען מיז אויפקומען מיט נייע וועגען,
קול ב'] יא, אבער אפילו די "קאנספיראציע" סטראטעגיע איז א פראבלעם, ווייל דאס קען מען ניצען אויך די מעין סטריעם מידיא וואס איז קאנטראלירט דורעך אונז, אבער ס'דא די טאלק רעדיאו שאו'ס ווי ס'דא א היבשע פאר טאלק שאו האוסט'ס וואס גלליבען נאך אין די אלט מאדישע "פרי ספיטש" אויסגעטראפען דורעך די נארישע קאנסטיטוציע, אין זיי זענען מוציא שם רע אויף אונז א גאנצע צייט אין מענטשען הייבען זיי אן צי גלייבען,
קול א'] וועגען "פרי ספיטש" האבען מיר שוין געוויסע פלענער וויזוי עס צי אונטער ברענגען, די אמעריקאנע שוויינע וועלען גלייבען אז פרי ספיטש העלפט פאר טעראריסטען ממילא דארף מען מוותר זיין דערויף, אין איינמאל זיי וועלען מוותר זיין אביסעל וועט שוין נישט זיין צי שווער צי דערשטיקען יעדע טאלק שאו האוסט וואס פארקויפט עפעס אנדרעש פין וואס אונז וויל מיר, אבער דערווייל האלט מען נאך נישט דארט, אבער איך האלט שוין לאנג אז טאמער איינער פארפירט צי פיהל זאל באקומען א עקסידענט אין פטור אן עסק,
קול ב'] ניין מען האט מיר שוין לאנג אנגעזאגט פין די הויכע פענסטע אז אטענטאנטען זאל מען נישט ניצען נאר ווען גאר גאר נויטיג, ס'קען ווערען זייער קאמפליצירט אין ווען דער המון וועט זעהן אז יעדען טאג שטארבט א צווייטער וואס רעדט קעגען די "סיסטעם" קען עס מער קליא מאכען ווי אויפטוהן,
קול ד'] פיין גענוג געפלאפעלט דא, וואס טוט זיך מיט די נייעס וויירוס ערצייגט אין די ראקעפעלער לארבאטארי ?
קול ה'] יא זיי האבען ערצייגט א נייע וויירוס ס'גייט יעצט דורעך פראבעס, נישט אזוי ווי די H1N1 וואס מיר האבען ערצייגט פאר א פאר יאר צירוק, ווילען מיר יעצט א גרעסערע צאל פאטעליטען, דאס וועט מער אנשרעקען דעם המון אין אזוי וועט דער המון זיך מער צישטעלען ווען מיר וועלען זיך ארויס שטעלען אלץ די רעטער אין זיי פארקויפען וואס זיי ברויכען צי טוהן,
קול ד'] יא מען מיז יעצט הארגענען פין זיי מער, ס'דא אסאך פין זיי וואס הייבען אן צי האבען ספיקות אין וואקסינס, מען דארף זי ווייזען אסאך בלוט אין נאכדעם באשולדיגען אז דאס אלעס קומט ווייל מען האט נישט גענומען גענוג וואקסינען, מען ברויך צי ברענגען די אויפברויז אין דעם המון קעגען די אנטי וואקסין קאמיונעטי אזוי שטארק אז מען וועט נאכדעם קענען מאכען געזאמען צי אוועקנעמען קינדער פין עלטערען וואס געבען נישט קיין וואקסינען, מען דארף עלימינירען אלע סארט עקזעמטשען פאר וואקסינען מיטען תירוץ אז די סעיפטי פין די קינדער קומט ערשט, די וואקסין פראגראם איז פין די געלונגעסטע מיינד קאנטראל פראגראמען וואס מר האבען מיר קענען זיך נישט ערלויבען עס צי פארלירען, זאל עס קאסטען א מיליאן טויטע, איי קאוד נאט קעיר לעס.... פארשטאנען ?
קול ה'] יא,
קול ד'] גוט, כ'וויל א באריכט נעקסטע וואך די זעלבע צייט דא אין דעם שטוב,
קול ה'] אקעי
--------------
מיט שרעק האב איך זיך ציגעהערט צי דעם שמועס ביי יענעם מיטינג, אין כ'האב באשלאסען אז מיטען באשעפער'ס הילף גיי איך צישטערען זייערע פלענער פין דעם נייעם וויירוס,
איבער וואס עס האט ווייטער פאסירט, אין צי ס'איז מיר געלונגען צי צישטערען זייערע פלענער, אי"ה אינעם נעקסטען עפיזאד,
ביי ביי
"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 1]
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
חזקיהו המלך דיין רבי איז געווען פולקאם גערעכט די ביסט א חוצפעניאק, א קוראזשפולע מענטש, עיני כל העולם נשואות אליך אז דו זאלסט מצליח זיין מיט דיין העעראישע מיסיע אפצוראטעווען די מענטשהייט פון די אלע בייזע כוחות הרשעה, און אונז באפרייען פון די שוידערליכע פלענער וואס מען פלאנט אויף אונז להשמיד ולהרוג ולאבוד, כי אם החריש תחריש בעת הזאת...
ומי יודע אם לא לעת כזאת הגעת למלכות!
ומי יודע אם לא לעת כזאת הגעת למלכות!
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
זייער א שיינע מעשה. ווי לאנג עס לויפט אין פאנטאזיע גאנג, פארט עס גוט.
איך וואלט פארגעשלאגן א פארקערטע טעאריע. די פארשאלטענע NWO וואס וויל אונטערברענגן די וועלט, האט זיך געזעהן פאר א פראבלעם, נעמליך די אלע אלטע נאטירליכע קרענק וואס פלעגט אמאל אויסראטן גאנצע שטעט און לענדער אין מאסן מגיפות, זענען ב"ה געווארן אויסגעריסן א דאנק די נייע וואקסינס און א דאנק די נייעסטע מעדעצינען וואס מען האט ערפינדן, ווי אזוי קען מען זיי צוריק ברענגן?
זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן אז מען וועט ארויסלאזן שמועות אז די גאנצע זאך פון די וואקסינס איז בלויז א קאנספיראציע, מען וועט אנשרעקן דעם עולם אז דאס איז ממש סם המוות, און אזוי וועט עס דער עולם אויפהערן נעמען, אלע מחלות וועלן צוריק קומען היל"ת, און פטור אן עסק.
אבער זיי האבן זיך דערזעהן פאר א פראבלעם. זיי קענען נישט ארויסגעבן די שמועות אויף אן אפיציעלן לעוועל מטעם די רעגירונג, ווייל עס איז אינוואלווד צופיל דאקטורים און פראפעסארן וואס פארשטייען אן עסק און זיי וועלן באלד זעהן אז עס טויג נישט, דאס איז סתם דאמירן בעלמא אן קיין שום האפט. דערפאר האבן זיי אויפגענומען א גרופע פראפעסיניאלע אקטיארן וואס האבן אנגעהויבן מיט א ברייטע קאמפיין כאילו זיי ארבעטן קעגן די רעגירונג, און זיי וועלן רעדן און רעדן און אויפקלערן דעם עולם אז מען טאר זיך נישט לאזן פון דאקטורים, מען קען זיי נישט גלייבן כי הוא זה, און אזוי וועט דער עולם אויפהערן נעמען וואקסינען, דער עולם וועט אויפהערן גיין צו דאקטורים, און מען וועט שטארבן אין די מאסן.
און ליידער מעשה שטן הצליח, זיי האבן באוויזן אריינצוכאפן אסאך תמימי לב, ועוד ידם נטויה. וה' ישמרינו מהם ומהמונם.
איך וואלט פארגעשלאגן א פארקערטע טעאריע. די פארשאלטענע NWO וואס וויל אונטערברענגן די וועלט, האט זיך געזעהן פאר א פראבלעם, נעמליך די אלע אלטע נאטירליכע קרענק וואס פלעגט אמאל אויסראטן גאנצע שטעט און לענדער אין מאסן מגיפות, זענען ב"ה געווארן אויסגעריסן א דאנק די נייע וואקסינס און א דאנק די נייעסטע מעדעצינען וואס מען האט ערפינדן, ווי אזוי קען מען זיי צוריק ברענגן?
זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן אז מען וועט ארויסלאזן שמועות אז די גאנצע זאך פון די וואקסינס איז בלויז א קאנספיראציע, מען וועט אנשרעקן דעם עולם אז דאס איז ממש סם המוות, און אזוי וועט עס דער עולם אויפהערן נעמען, אלע מחלות וועלן צוריק קומען היל"ת, און פטור אן עסק.
אבער זיי האבן זיך דערזעהן פאר א פראבלעם. זיי קענען נישט ארויסגעבן די שמועות אויף אן אפיציעלן לעוועל מטעם די רעגירונג, ווייל עס איז אינוואלווד צופיל דאקטורים און פראפעסארן וואס פארשטייען אן עסק און זיי וועלן באלד זעהן אז עס טויג נישט, דאס איז סתם דאמירן בעלמא אן קיין שום האפט. דערפאר האבן זיי אויפגענומען א גרופע פראפעסיניאלע אקטיארן וואס האבן אנגעהויבן מיט א ברייטע קאמפיין כאילו זיי ארבעטן קעגן די רעגירונג, און זיי וועלן רעדן און רעדן און אויפקלערן דעם עולם אז מען טאר זיך נישט לאזן פון דאקטורים, מען קען זיי נישט גלייבן כי הוא זה, און אזוי וועט דער עולם אויפהערן נעמען וואקסינען, דער עולם וועט אויפהערן גיין צו דאקטורים, און מען וועט שטארבן אין די מאסן.
און ליידער מעשה שטן הצליח, זיי האבן באוויזן אריינצוכאפן אסאך תמימי לב, ועוד ידם נטויה. וה' ישמרינו מהם ומהמונם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)